א פרינטער וואס מאכט פראבלעמען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

א פרינטער וואס מאכט פראבלעמען

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג פאברואר 21, 2010 10:46 am

איך האב א בראדער אלל אין וואן, מאדעל נומער 7420 מ.פ.ס. ער איז אינגאנצן איינס אהאלב יאר אלט, אבער ער האט לעצטנס אנגעהויבן מאכן פראבלעמען.
דהיינו, ער פרינט מיר ארויף אויפן פעידש זאכן וואס איך בעט אים נישט, ער לייגט צו ליינס, און אזעלכע סארט דיזיינס (ווען ער טוישט זיי ווען כאטשיק איז איין זאך, אבער אלעמאל די זעלבע דיזיין, ס'ווערט שוין באורד). איך האב גערופן א ריפעירמען, זאגט ער איז זאל קויפן א נייע דראם, שוין דאס אויך געטאן, אבער ס'אט נישט געהאלפן.

קען מיר איינער זאגן וואס איך קען טרייען (אויסער קויפן א נייע)...???
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:15 am

ריסעט די פרינטער פראפערטיס צו דיפאלט.
דרוק קאנטראל+P אויף א דאקומענט, סעלעקט דעם פרינטער, דרוק אפשענס אדער פראפערטיס, דארט קענסטו צוריקגיין צו דיפאלט.

צלח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:55 am

אז עס איז באשערט אביסל עגמת נפש...

קוים 2 מעת לעת דורכגעלאפן זינט איך האב ב"ה באקומען מיין נייע טאונער, און שוין האט זיך געמאכט א פרישע פראבלעם וואס שטערט מיר פון פרינטן צעטלעך און שיקט מיר אריבער 2 מאל א טאג אדער מער צום שכן (א זאך וואס איך האס געפערליך, צו דארפן צוקומען צו יענעמס חסדים)

והנה, איינער האט זיך אנגעשטאלפערט אין די USB ווייער וואס פארבינדט דעם פרינטער צום לעפטאפ, און דער USB PORT איז לויז געווארן און האלט נישט ביים קאאפערירן

איך האב פרובירט אויפצושרויפן דעם כלי, אבער זייענדיג א בטלן מיטן ב' רבתי האב איך בלויז געפונען איין שרויף וואס האט נישט געהאלפן

למעשה וואס טוהט מען ווייטער?

עס איז א פרישער מאשין, געקויפט אויף פסח תשע"א (פאבריצירט געווארן פעברואר 2011)

רופט מען אן BROTHER? וועט דאס זיין געשיצט פונעם וואראנטי (אויב איך האב איינס... גיי ווייס)

וואס טוהט מען דערווייל? (עס האט נאך א שטעקער, פאר ETHERNET, האב איך אבער נישט מיין איטערנעט ווייערל דא אין קאנטרי, ובכלל דארף מען לכאורה אויפסעטן עפעס א נעטווארק, א זאך וואס איז אויך העכער מיינע השגות)

ראטעוועט!!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:28 am

נו שוין, זעסטו, אל תפתח פה לשטן, האט איינער דא גערעדט פון א היטש אויף צוריק......

עניוועי, אוואו פונקטליך איז דער פראבלעם, דער ווייער אדער דער יס"ב פארט?, און אויב דער יס"ב פארט, ממה נפשך איז עס אין לעפטאפ מה כולי רעש שטעקט מען עס איין אין אנדערע פארט, אויב איז עס אינעם פרינטער דארף מען בודק זיין בחוש, כ'גלייב נישט אז מיט א תגובה וועסטע געהאלפן ווערן
כ'הייב שוין אן צו זיכן א היטש פאר א יס"ב קעיבל פארן מייסד.....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 2:21 am

עס איז די PORT פון די פרינטער, קוקט אויס לויז, לאזט זיך גרינג ריקן אהער און אהין, מעגליך אפגעריסן פון שורש

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 11:29 am

איך בין אויפגעקומען מיט א שטיקל עצה בעזרת החונן לאדם דעת, אבער איך דארף הילף פונעם עולם דאס צו פארווירקליכן:

איך קען אפשר 'פעקסן' די צעטלעך פון מיין קאמפיוטער צו מיין פרינטער

די פראבלעם איז אבער אז איך ווייס נישט וויאזוי מען טוהט דאס.

קען מיר איינער געבן פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי איך פעקס אריבער א פייל צו מיין אייגענע פעקס/פרינטער? (קען מען טאקע? אדער וויבאלד די אינטערנעט לויפט אויפן זעלבן טעלעפאן ליניע איז דאס נישט מעגליך)

ביטע זיך אנרופן, ווייל איך דארף דרינגענד ארויסדרוקן צעטלעך יעדן טאג. יישר כחכם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:23 pm

איך מיין מען גייט אפשפארן גאנץ אייוועלט ווילאנג איך באקום נישט קיין עצות פונעם עולם...

וועמען גייט אן די חובות קריזיס פון אמעריקע ווען א איד שטייט און זוכט הילף מיט פרינטן?

ווער קען רעדן מקוה נייעס ווען א איד ווארט ארויסצודרוקן עטליכע פאפירן און ער קען נישט?

ווי קען מען קלערן פון ברוקלינס היסטאריע ווען א חבר הקרעטשמע איז אין א היסטעריע איבער א צובראכענע פרינטער?

...

...
-----
אויב קיינער מעלדט זיך נישט מיט הילף אויף די אויבנדערמאנטע עצה, וועל איך מוזן בעטן א בעל טובה מיר צו געבן זיין אימעיל אדרעס און איך וועל יענעם אריבערשיקן די פייל און ער וועט מיר דאס צוריקפעקסן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:44 pm

קרעמער איך ברענג דיר ארויס היינט נאכט א נייע קעיבל.
זאג מיר די מאדעל פון דיין פרינטער או ווילאנג די קעיבל זאל זיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:46 pm

איך פארמאג גראדע אין שטאט אן ETHERNET קעיבל, עס איז מיר א שאד צו קויפן א פרישע

אויב דו קענסט מיר פארבארגן איינס אויף 2 וואכן וואלט געווען א געוואלדיגע זאך

(אויסערדעם וועל איך לכאורה מוזן מאכן א נעטווארק. אפשר נישט?)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:48 pm

כ'האב דיר געוואלט קומען העלפן, לאזטעך מיר אבער נישט אריין....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:49 pm

העי! אויב דו קענסט העלפן, קום שוין!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:55 pm

יא יא, יעצט ביסטו דא...הא?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:56 pm

אז כ'וועל האבן צייט שפעטער, אדער (אויב ס'וועט נאכנישט זיין פארראכטן ח"ו) מארגן, וועלעך זיך אריבער כאפן...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 12:58 pm

אויף וועלכן פראנט קענסטו מיר בייהילפיג זיין? קלערסטו אויפצומאכן דעם מאשין און טרעפן דעם פראבלעם? ברענגן אן איטהערנעט ווייערל? סתם 'אויסשמועסן' דעם פראבלעם אלס דאגה בלב איש יסיחנה לאחרים?...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:01 pm

א נארישע איטערנעט קעיבל, דאס איז די גאנצע פראבלעם??
איך האב געמיינט א יו ס בי קעיבל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:02 pm

שוועמל האט געשריבן:קרעמער איך ברענג דיר ארויס היינט נאכט א נייע קעיבל.
זאג מיר די מאדעל פון דיין פרינטער או ווילאנג די קעיבל זאל זיין.

עס איז א MFC-7460DN

ווילאנג עס זאל זיין? מיין USB קעיבל איז בערך 6 פיס

---
וויפיל דארף צו קאסטן אזאנס? אפשר לוינט זיך מיר צו בעטן אז דו זאלסט זיך אריינכאפן צו מיר אינדערהיים (די שליסל איז ביים שכן) און ברענגן איינס וואס איך פארמאג דארטן?

אגב, מוזסטו נישט קומען ביז מיר, קענסט עס איבערגעבן פאר דעם שליח נאמן וואס גייט יעדן טאג פון דיין קאלאני אהער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:03 pm

שוועמל האט געשריבן:א נארישע איטערנעט קעיבל, דאס איז די גאנצע פראבלעם??
איך האב געמיינט א יו ס בי קעיבל.

מיט וואס איז א איטערנעט קעיבל נארישער פון א יו.עס.בי. קעיבל?
ווייל עס דארף נישט זיין צוגעשטעלט צו א ספעציפישע מאדעל?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:04 pm

דו דארפסט א איטערנעט קעיבל אדער א יו עס בי?

צו נוצן די פרינטער דורך איטערנעט קענסטו דורך אויפסעטן א נעטווארק, ברויכסטו האבן דערצו א ראוטער.

איינפלאגן די פרינטער דירעקט צום קאמפוטער איטערנעט ליין וועט נישט ארבעטן לכאורה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:07 pm

אה, ענדליך הער איך עפעס ווערטער

איך האב א USB קעיבל, אבער איך מיין אז די PORT (אפשר זאג איך נישט גוט, איך מיין צו זאגען די חלק וואו דאס גייט אריין ביים פרינטער) איז פילייכט אפגעריסן אינעווייניג אין מאשין

דערפאר פרוביר איך וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן דורך אנדערע מיטלן.

בנוגע א "ראוטער"

איך בין א גרויסער עם הארץ אין דיזע ענינים... אבער קען דער אינטערנעט מאודעם עפעס בייהילפיג זיין? (לאכטס לאכטס, אזוי קוקט מען אויס ווען מען שפילט זיך ארום ביים פארלערנען)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:28 pm

סתם צו האלטן קרעמער'ן ביזי, ער זאל נישט אפשפארן דעם קרעטשמע.
בילד פון פרינטער אן די קעיבל
kramers printer.jpg
kramers printer.jpg (8.55 KiB) געזעהן 3916 מאל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:30 pm

א יו עס בי קאסט א שיבוש קייגן א עטערנעט קעיבל. ביידע רעדט מען פון 1-6 טאללער.

מען מוז אויפסעטן א געהעריגע נעטווארק צו קענען פרינטן דורכן עטערנעט, ווי שוועמל זאגט שוין.
לעצט פאראכטן דורך ווינקל אום דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:33 pm

קרעמער האט געשריבן:אה, ענדליך הער איך עפעס ווערטער

איך האב א USB קעיבל, אבער איך מיין אז די PORT (אפשר זאג איך נישט גוט, איך מיין צו זאגען די חלק וואו דאס גייט אריין ביים פרינטער) איז פילייכט אפגעריסן אינעווייניג אין מאשין

דערפאר פרוביר איך וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן דורך אנדערע מיטלן.

בנוגע א "ראוטער"

איך בין א גרויסער עם הארץ אין דיזע ענינים... אבער קען דער אינטערנעט מאודעם עפעס בייהילפיג זיין? (לאכטס לאכטס, אזוי קוקט מען אויס ווען מען שפילט זיך ארום ביים פארלערנען)

פילייכט קענסטו ארויסנעמען דעם USB פונעם דזשעק, און זיי עס בודק ביים ראש [שפיץ/עק] צו עס איז חסר או ניקב כל שהוא, אויב יא איז עס טריפה... ברויכסטו א נייע USB בנוסף צו א שטיקל אפעראציע ארויסצונעמען די איבערבלייבענישן פונעם אלטן USB.

אגב; ביסטו זיכער אז דו האסט אריינגעשטעקט די USB אינעם ריכטיגן ארט? איך האב מורא אז פאר דעם איז עס לויז ווייל דו האסט עס אריינגעשטעקט אינעם מקום ווי עס ברויך גיין די אינטערנעט קעיבל...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:33 pm

אויב האט דער פרינטער א וויי פיי קאנעקציע דארפסטו אפילו נישט קיין קעבל מקען מחבר זיין דעם פרינטער צום לעפטאפ ווייערלעסס (פילע פרינטערס היינט האבן שוין די אפציע)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:36 pm

ס'האט נישט ווייפיי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:39 pm

ווינקל איז גערעכט, עס פארמאגט נישט קיין ווייערלעס פונקציע

באגי-מען מאכט סתם חוזק, איך האב שוין הונדערטער צעטלעך געדרוקט דורך דעם יו.עס.בי. שטעקער, עס האט זיך בלויז נעכטן ארויסגעריקט פון פלאץ צוליב דעם וואס איינער האט דאס א שטארקן ציה געגעבן ביים זיך אנשטאלפערן אין דעם אויסגעצויגענעם ווייער

שוועמל;

איך האב נעכטן פרובירט אויפצושרויפן דעם מאשין צו מאכן א בדיקת פנים, ולא עלתה בידי. אפשר קומסטו מיר באזוכן און העלפסט מיר דערמיט?

און צו אלעמען;

אפשר לוינט זיך מיר יעצט צו מאכן א נעטווארק כדי צו קענען נוצן דעם פרינטער. וואס דארף מען אלץ האבן דערצו? קויפן א ראוטער? רופן א מומחה?


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט