לעיזער פרינטער טאנאר

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

לעיזער פרינטער טאנאר

תגובהדורך מוטשע נישט » זונטאג ינואר 10, 2010 12:43 pm

מיט א צייט צוריק האב איך מיר איינגעהאנדלט א 'ברודער' לעיזער פרינטער פאר גאנץ א גוטן פרייז, אבער די קאסטן פון די טאנאר דערפון זענען געווען עפעס מער פון וויפיל איך האב מיר פארגעשטעלט. נאכן אביסל זוכן און גוגל'ען האב איך געפונען דריי אפציעס.

1) קויפן די ארגינעלע טאנאר פאר בערך $65
2) קויפן א 'קאמפעטיבל' טאנאר פאר בערך $45
3) קויפן א באטל טאנאר און דאס אריינגיסן אינעם געענדיגטן קארטעדש. דאס דארף אויסקומען בערך $10

איך האב באשלאסן צו ריזיקירן און אויסגעוועהלט אפציע 3. אנפילן דעם אלטן קארטעזש האט גענומען בערך א 10 מינוט און ביזדערווייל פרינט זיך אלעס געהעריג. עס איז מיר אבער אינטערסאנט צו הערן פון אנדערע איבער זייערע עקספיריענס מיט טאנאר'ס און צו דאס לוינט אזוי אנצוהאלטן

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 10, 2010 12:53 pm

איך האב אזוי געטון כמה פעמים, ולבסוף איז דער פרינטער קאליע געגאנגען..... ברוך המקום שהרגו
אנהויב ווען כ'האב געמיינט אז כ'האב אנדעקט עפעס געוואלדיג זיך צי איינצישפארן, האב איך דאס רעקאמענדירט פאר א צווייטן, און יענער האט למייסע געדארפט באצאלן פאר א טעקנישאן ארום 250 רייניש, צי אויפקלינען די חאזעריי וואס די שטויב האב אים אנגעמאכט.....

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » זונטאג ינואר 10, 2010 1:14 pm

זייט'שע ביטע בעסער מסביר וויאזוי און פון וואס דיין פרינטער איז קאליע געגאנגען. (מיט א פיצקעלע זהירות גיסט זיך נישט קיין שטויב. די באטלעך קומען מיט א גוטן טראכטער צו קענען גיסן גרינג, און לויט ווי איך פארשטיי האסטו טאקע נישט געהאט דעם פראבלעם)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 10, 2010 1:17 pm

איך האב געוואטשט עס זאל זיך נישט גיסן, אבער ציביסלעך, קודם האט עס אנגעהויבן צי מאכן אזעלכע ליינס אויפן פאפיר און נאכדעם איז עס סתם אזוי נישט געווען גענוג קלאר, ביז עס איז אינגאנצן מער נישט אינטרעסאנט געווען, בקיצור, סי'ז א ריסק.

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » זונטאג ינואר 10, 2010 1:27 pm

בקיצור, זעה איך אז בלויז די קארטעדזש איז קאליע געגאנגען. קאררעקט?
די קאמפאני רעקאמענדירט טאקע נישט צו ריפיללען א קארטעזש מער ווי צוויי מאהל

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » מאנטאג ינואר 11, 2010 9:28 am

איך וויל רעקאמאנדירן פאר יעדן נישט צו קויפן קיין בראדער פרינטער, טאקע דערפאר וואס די טאנערס זענען זייער טייער, זיי געבן ארויס זייערע פרינטערס פאר ביליג אבער נאכדעם בעטן זיי טבין ותקילין פאר די טאנארס

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » מאנטאג ינואר 11, 2010 9:40 am

העיזש. פי. טאנארס לויפן בערך פארן זעלבן פרייז

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג ינואר 11, 2010 9:52 am

גערעכט. HP איז אויך טייער.
בכלל זענען טאונערס פאר לעיזער פרינטערס זייער טייער.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 11, 2010 9:57 am

מיין עקספיריענס איז HP נאך געווען די בעסטע


די סיבה דערפאר
ווייל אויסער די מכה פון טאנערס, איז דא א באזונדערע מכה וואס הייסט דראם (נישט פון היכל הנגינה) וואס מען דארף טוישן נאך יעדע (איך ווייס אויך נישט ווען, איך פלעג עס טוישן ווען ס'איז שוין געווען כלו כל הקיצין, ס'האט אבער א לימיט ווען מען דארף)
און ביי מיינע פרינטערס ווען איך האב געדארפט קויפן א דראם האב איך שוין ענדערש געקויפט א נייע פרינטער ס'איז אויסגעקומען ממש די זעלבע (א חילוק פון 30 דאלאר בערך)
די מעלה פון HP אז יעדער טאנער קומט צוזאמען מיט א דראם, ממילא ווען דו קויפט א טאנער קאסט עס טאקע טייער, דו האסט אבער נישט די עקסטערע הוצאה פון א דראם.

למעשה בין איך יעצט אביסל ברוגז אויף זיי
ווייל איך פלעג האבן א HP1020 וואס דער טאנער פלעגט געבן בערך 3000 בלעטער
שפעטער ווען דאס איז אראפ פון מארקעט און זיי האבן עס געאפגרעיד פאר P1006 און איך האב געדארפט האבן צוויי פרינטערס, האב איך געקויפט יענע, דארט קאסט די טאנער די זעלבע און ס'פרינט נאר 1500 בלעטער

ממילא, פאר מען קויפט א פרינטער איז גוט צו קוקן וויפיל דער טאנער קאסט, וויפיל בלעטער ס'פרינט, און אויב קומט צו א דראם, וויפיל דאס קאסט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג ינואר 11, 2010 10:13 am

איך נוץ נאר HP, סאו איך האב נישט עקספיריענס מיט אנדערע.
אבער מיין HP פריטער האטצעך אויך צובראכן די דראם, און איך האב טאקע געקויפט א נייע פרינטער.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מאנטאג ינואר 11, 2010 11:10 am

די מעשה איז אזוי. א חבר מיינער וואס איז אין די טאנער ליין האט מיר אזוי רעקעמנדירט. ער טענה'ט אז קויפן קאמפעטיבל טאונער איז די בעסטע אפציע. מען קען עס האבן פאר 60-70 % ביליגער ווי די OEM וואס ווערט פראדעצירט דורך די ברענד אליין, די פראבלעם איז נאר אויסצווועלן א גיטע נאכגעמאכטע טאונער, אסאך פון די קאמפעטיבל איז פעלערהאפטיגע סחורה. אבער אויב טרעפט מען א גיטע קאמפעני מיט א שטארקע קוואלטי קאנטראל אויף זייערע פראדוקטן, לוינט דאס צו קויפן ווייל גווענדליך וועלן די קאמפעטיבל טאונערס האבן א 20-30 % מער אנגעפילטקייט ווי די OEM.

וועגן קויפן ריפיל'ס איז א שטיקל איינשטעלעניש, קודם מיט די חאזריי וואס דאס מאכט אן ביים ריפילן, דערנאך ווי שוין ערווענט קען מען דאס נאר ריפילן 2-3 מאל, און אויב איז נישט גוט אויסגעקלינט געווארן די אינהאלט פון די אלטע שטויב קען דאס מאכן ערענסטע פראבלעמען.

וועלכע מאשינען זענען די בעסטע איז א גרויסע מחלוקה, אבער ער זאגט אז HP איז טאקע זייער גוט אבער היפש טייערער ווי BROTHER, די קאמפעטיבל בראדער טאונערס TN-360 / TN-350 איז פון די בעסטע וואס איז פארהאן, ווייל HP איז דא מער REMANUFACTURED ווייל דאס קומט מיט טשיפס דערפאר איז עס טייערער משא"כ די בראדער וואס פארמאגט נישט קיין טשיפ.

א שטאקע נקודה האט ער מיר אנפלעקט, אז ניצן קאמפעטיבל טאונערס "וואיוד" נישט די גערענטי פון די פרינטער, דאס איז א געזעץ וואס איז דורכגעפירט געווארן אז אנדערע זאלן אויך קענען מאכן ביזנעסת נישט נאר די ברענד קאמפעני אליין.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל...

 
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מאנטאג ינואר 11, 2010 11:11 am

שיעור נישט פארגעסן אז דראמ'ס קען מען אויך קויפן קאמפעטיבל, און אסאך ביליגער.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 11, 2010 12:00 pm

ביזנעס קאפ
וואס איז דאס טשיפס?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מאנטאג ינואר 11, 2010 1:00 pm

א טשיפ איז א קליינטשיג אייזנדל וואס דער מעניופעקטורער (ווי HP LEXMARK) לייגן אריין אין די טאונער אז דאס זאל ארבייטן נאר מיט זייער מאשין, אין כדי א נאכגעמאכטע טאנער זאל נישט ארבייטן דערמיט, אבער די קאמפעניס וואס מאכן קאמפעטיבל האבן דאס שוין איבערגעקליגט מיטן נאכמאכן אויך די טשיפס.

בעצם איז די טשיפס געמאכט אז דער פרינטער זאל וויסן וויפיל טינט איז נאך פארהאן אינעם טאנער. אבער די באנדיטן ווילן דאך פארדינען געלט (וואס אגב מאכן די מעניפעקטשורערס מער געלט פון די טאנערס ווי פון די פרינטער אליין) מאכן זיי אז ווען די טאנער איז שוין דרייפערטל ליידיג זאל זיך אויפשרייבן כאילו דאס איז שוין גענצליך ליידיג, אזוי גייט דער קאסטומער קויפן א נייע, אבער אין פאקט איז דאס נאך היפש פיל...
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 11, 2010 1:20 pm

איך האב יעצט א טאונער וואס שרייט שוין עטליכע וואכן אז ער איז נידריג (TONER LOW) אבער אז מען געט א מאך אויף דעם דעקל און א מאך צו, אדער א גוטן שאקל אויף דעם טאונער און א לייג צוריק, ארבעט ער פיין.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג ינואר 11, 2010 1:34 pm

עס איז דא אויף יעדע לעיזער טאונער א טשיפ, וואס ווען מען ברעכט אפ יענע טשיפ הערט עס אויף צו האקן אין קאפ אז עס איז ליידיג ווילאנג עס איז באמת ליידיג...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מאנטאג ינואר 11, 2010 5:14 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:עס איז דא אויף יעדע לעיזער טאונער א טשיפ, וואס ווען מען ברעכט אפ יענע טשיפ הערט עס אויף צו האקן אין קאפ אז עס איז ליידיג ווילאנג

גערעכט. אבער גיב אבאכט וואס דו טוסט ווייל רוב טאנערס ארבייטן נישט אן די טשיפ, די טשיפ מאכט ער זאל זיך פארשטיין מיטן פרינטער.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג מארטש 19, 2010 12:42 pm

אפדעיט: איך האלט שוין דערווייל ביים פערדן מאהל אנפילן דעם קאמפעטיבל טאנאר קארטעדזש און עס ארבייט ב''ה פיין.
ממש א שאד אויסצוגעבן געלט אויף א נייע קארטעדזש.

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » פרייטאג מארטש 19, 2010 1:31 pm

איך האב א בראדער פרינטער. (hl 2040) ארבעט א מחיה.

מקען קויפן טאנער פאר נישטיגע צוואנציג טאלער (פאר ארום 2500 פאפירן). פארשטייט זיך קאמפעטעבל.
איך ניץ אמעזאן איינצוקויפן.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » פרייטאג מארטש 19, 2010 1:42 pm

כ'האב איבער געפילט מיין טאונער אין ער ארבעט פיין, אין אזוי וועט ער אי"ה ארבעטען ביז די דראם וועט גיין שלאפען אין דאן וועט מען ווארטען פאר א גוטע סעיל אין קויפען א נייע פרינטער, ווייל קויפען א דראם איז כמעט טייערער ווי א נייע פרינטער,

כ'האב א בראדער פרינטער,
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג יוני 11, 2010 12:30 pm

א דראם קען מען אויך באקומען ביליג
מיין טאנאר קארטשעזש האב איך שוין אנגעפולט 12 מאהל אהן קיין פראבלעמען

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יוני 11, 2010 1:18 pm

איה"נ אז א דראם קען מען באקומען ביליג, אבער עס לוינט זיך נישט.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מאנטאג יוני 14, 2010 5:00 pm

אנטשולדיגט פאר מיין אמעראצעס... אבער גם אני בחלומי. דעם גאנצן שמועס האב איך פארשטאנען. כ'האב אויך א טי-ען-טרי-פיפטי בראטער פרינטער, און כ'האב שוין פרובירט ביידע סארט טאנערס. די ארגינעלע פון די קאמפאני איז מיר אלץ אויסגעקומען בעסער, דעריבער קויף איך שוין נאר דאס, געווענליך פאר בערך זעכציג-זיבעציג טאלער (לעצטענס האט מיר א אפיס-סופלייס ביזנעס מיר דאס פארקויפט פאר 35$ - דאכט זיך מיר).
פון דעם אז מען געט א שאקל דעם טאנער הייבט עס פריש אן צו ארבעטן, האב איך אויך געוואוסט. פונעם ערשטן מאל וואס עס שרייבט זיך אויף "טאנער איז לאו" ביז ווען ער טרוקענט טאקע אפ, קען געדויערן א גוטע פיר-פינף וואכן, און פרינטן פרינט איך נישט ווייניג. (אלע גליונות יעדע וואך...... ועוד ועוד).
עניוועי. אבער וואס מיינט "דראם"? אסאך מאל קומט עס אויך ביי מיר ארויף אז עס איז דא פראבלעמען מיטן "דראם" אבער וואס דאס איז האבעך קיין אנונג, און במשך די פיר-פינף יאר וואס כ'האב שוין דעם פרינטער, האב איך עס נאך קיינמאל נישט געטוישט. עס ארבעט נאך דערווייל אזוי.
האב איך א פראבלעם? צו די קאמפאני?

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 8:04 pm

וואס טוט מען, אוי א בראך...

איך האב לעצטענס איינגעקויפט א בראדער פרינטער 2270, ב"ה ס'פארט א מחיה, אבער היינט, מ'האלט אינמיטן פרינטען האט דער פרינטער מחליט געווען אז עס איז מער נישט דא קיין טאנער Toner, איי די אלע בלעטער ביז יעצט זענען זייער קלאר, און ס'זעט נישט אויס אז ס'איז עפעס דא א מאנגל אין טאנער.

איך האב געשאקלט אהער און אהין, ארויסגענומען... צוגעמאכט די דעקל... אבער גארנישט האט געהאלפן.

אפשר זאל ער אזוי גוט זיין און לאזן פרינטען מיינע צעטלעך. איך בין נישט אזוי מקפיד אויב ס'איז נישט 100 פראצענט קלאר.
דאס איז ממש גניבה, אזוי ווי מ'האט דא אויבן געשריבן, אז די עיקר געלט מאכן זיי פון די טאונערס.

זיך נישט געבענדיג קיין עצה, בין איך געגאנגען צו גוגל, און געזוכט אויף אן עצה. שרייבן אלע, אז מ'זאל נעמען שווארצע עלעקטריק טעיפ און צודעקן די סענסערס, און אזוי אויסנער'ן די פרינטער אז ס'זאל מיינען אז עס איז שווארץ פון די טאנער. איך האב צוגעדעקט יעדע לאך וואס ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז א סענסער, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן.
כ'האב טאקע געזעהן אז די אלע עצות זענען פון א שטיק צייט צוריק, און אפשר האט בראדער שוין אויסגעפינען א וועג ווי אזוי איבערצוקליגן די עצות.

אבער למעשה דארף איך יעצט אן עצה... קען מיר איינער העלפן...

איך האב שוין באשטעלט נייע טאנער וואס דארף אנקומען מארגן אי"ה. אבער ביז'ן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק...

.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך אפריל 06, 2011 7:31 pm

איך זיך צו קויפן א נייע לעיזער פרינטער מיט די פאלגענדע מעלות:

    קענען פרינטן דופלעקס (ביידע זייטן פונעם פאפיר)

    פרינטן מער ווי 2000 פאפירן פער טאנער (אין שיעור למעלה, דער עיקר אז נישט נאך יעדע 4 פעקלעך ברויכן גיין זוכן א פרישע טאנער - איך פרינט גאנץ אסאך).

    ווען מען דארף קויפן א פרישע טאנער זאל עס נישט קאסטן די הויזן

    קענען פרינטן אויך 11 ביי 17'נס

    פארמאגן פעקס, קאפי, און סקענער


וועלכע מאשינקע וואלט איר מיר רעקאמאנדירט צו קויפן?


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט