שיעור ב': ווי אזוי צו נוצן עקסעס דעיטעבעיסעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

שיעור ב': ווי אזוי צו נוצן עקסעס דעיטעבעיסעס

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 11:23 am

ווי אזוי צו נוצן עקסעס דעיטעבעיסעס
קאפיטל ב' - דיזיינען דעם דעטעבעיס

קודם לערנט דורך דעם ערשטן שיעור

קאמענטארן און פראגן אויף די שיעורים

שיעור ב'
אין דעם שיעור וועלן מיר פרובירן פארצושטעלן אַן איבערבליק פון וואָס פארא סטעפּס און מהלכים עס פארלאנגט זיך צו בויען און גרונדן אַ גוטע עקסעס דעטעבעיס

די וויכטיקייט פון א פלאן
מיר האבן געשריבן פריער "גרונדן אַן עקסעס דעטעבעיס" ווייל דער יסוד פון א דעיטעבעיס איז א גרויסער עיקר, א גוטע פון פאראויס אויספּלאַנטע דעטעבעיס וועט אייך בעזר השם פארשפארן אסאך ארבעט און עגמת נפש אין די "לאנג ראן", קיינמאל זאלט איר נישט פרובירן צו נעמען די גרינגע וועג ארויס, דורך נעמען די שארטקאט פון טראכטן, קודם זאל עס ארבייטן און נאכדעים העמיר שוין זען ווייטער... גלייבט מיר עס לוינט נישט! לערנט אייך אויס ווי אזוי ריכטיג צו פּלאַנירן א דעיטעבעיס פונקט אזוי ווי אן ארכיטעקט פלאנירט א בנין, בוי אויף די דעטעבעיס סטרוקטשער דורך ניצן גוטע און ריכטיגע פרינציפן...

כי הנה כחומר ביד היוצר
די שליסל צו באשאפן אַ גוטן דעטעבעיס דעזיין הייבט זיך אן מיט אהערשטעלן די ריכטיגע אויסשטעל פון טעיבל’ס און זייערע רילעישאנשיפ’ס, אבער כדי דאס אהערצושטעלן למעשה דאַרף מען קודם נעמען אַ טריט אויף צוריק, און קוקן אויפן גאַנצן בילד און מאכן א סקעטש אויף פּען און פּעפּער (אדער אין נאוט-פעד ווארד, פאוער-פוינט וכדומ') אראפצומאלן די ציל און מטרה פון דעם דעטעבעיס, ווי מער מ'ווייסט לכתחילה וואס מ'פלאנט צו טון אין עתיד מיט די דעיטעבעיס אלס א בעסערע דעיטעבעיס קען מען אהערשטעלן, אבער אויב דער יסוד איז שוואך קען מען האבן ביטערע צרות שפעטער, עס געשעהט געווענליך פונקט דאס וואס געשעהט ווען מ'בויט א געביידע אן א פלאן.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 11:49 am

דעזיינען א נארמאלע דעיטעבעיס
א רילעישאנעל דעטעבעיס (טעיבל’ס וואָס זענען פארבינדן צוזאַמען) איז איינער פון די וויכטיגע חלקים אהערצושטעלן א גוט דיזיינטע דעיטעבעיס, און די מכוון פון מאכן א רילעישענעל דעיטעבעיס, איז די פראצעס פון נארמאלאזירן א דעיטעבעיס, און דאס ווערט אנגערופן אין עקסעס טערמינאָלאָגי "דעיטעבעיס נארמאלעזעישאן" .

די ציל פון דעיטעבעיס נאָרמאַלעזעישאן
דורך דעיטעבעיס נאָרמאַלעזעישאן טוט מען פארזיכערן דריי זאכן

    1. דעיטעבעיס נאָרמאַלעזעישאן טוט עלימינירן איבריגע און דאפּעלטע אינפארמאציע פון א דעיטעבעיס
    2. דעיטעבעיס נאָרמאַלעזעישאן טוט פארזיכערן און טוט צוגעבן צום שלימות פון די דעיטעבעיס אינפארמעישאן.
    3. דעיטעבעיס נאָרמאַלעזעישאן מאכט אז די סיסטעמ'ס וואס ווערן געבויט אויף די דעיטעבעיס זאל ארבייטן מער באקוועם און אפעקטיוו.

אויב פארשטייט איר נישט דעם שטיקל זארגט אייך נישט מיר וועלן אי"ה צוריקקומען צו דעם אין א שפעטערדיגן שיעור וועגן דעיטעבעיס נאָרמאַלעזעישאן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 12:40 pm

ווי הייבט מען אן
יעצט איז די פראגע ווי הייבט מען אן?, עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים ווי אזוי צוצוגיין צו באשליסן די טעיבל’ס, די פיעלד'ס און די בעסטע צוגעפּאָרטע דעיטע-טייפּס.

ריווערס אינדזשענירונג
איין צוגאַנג וואס מיר נוצן טיילמאל, איז די מהלך פון "ריווערס אינדזשענירונג", דאס הייסט אנהייבן פון די ריפארט'ס, און גיי פון אונטן ארויף, קודם שטעלט מען אהער אין עקסעל אדער ווארד א סקעטש פון אלע ריפארט'ס וואס איר גייט דארפן, און ווי אזוי בערך איר ווילט די פארטיגע רעפארט'ס זאלן אויסזעהן, דאס איז ספעציעל גרינג אויב איינער האט שוין קודם גע'ארבייט מיט די דעיטע א שטיק צייט אויף עקסעל, און לויט די פארטיגע רעפארט'ס קענט איר באשליסן פון אונטן ארויף, די טעיבל’ס, די פיעלד'ס און די בעסטע צוגעפּאָרטע דעיטע-טייפּ'ס וואס איר דארפט מאכן צו דעזיינען אייער דעיטעבעיס.

דער פלאן איז פארטיג
יעצט נאך א שיינע יגיעה האט איר שוין אין די האנט א רשימה פון טעיבל’ס, פיעלד'ס און זייערע דעיטע-טייפּ'ס, אויך ווייסט איר שוין די הויפט צילן און די עיקר מעטאדן צו ענטוויקלען א גוטע עקסעס דעיטעבעיס דעזיין, די פלאן איז פארטיג יעצט קען מען צוגיין צו דעוועלאפּן דעם פאקטישן דעיטעבעיס.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 4:49 pm

אויפבויען די דעיטעבעיס
די נעקסטער סטעפּ איז פשוט צו גיין טון למעשה און אויפבויען די באשלאסענע טעיבל’ס מיט זייערע פיעלד'ס און באשטימען זייערע דעיטע-טייפּ'ס, ווי אויך באשטימען די געפאדערטע רילעישאנשיפ'ס און ווען דאס איז פארטיג דארף מען עס אויספראבירן דורך אריינצולייגן אביסל סעמפל אינפארמעישטן אויסצוטעסטן די טעיבל'ס און וואלידעיטן די רילעישאנשיפ’ס צווישן די טעיבל'ס צו זעהן אויב זיי זענען גילטיג און צו זיי זענען גוט געמאכט.

לייג צו קאפ
עס איז רעקאמאנדירט איר זאלט צולייגן קאפ זיך אויסצוקענען און וויסן ווי מער אינפֿאָרמאַציע צו פארשטיין יעדע דעיטע-טייפּ און אירע ווייטערדיגע פּראַפּערטי'ס דארט אונטן, כדי איר זאלס וויסן צו באשליסן וועלכע פראפערטי'ס און אפּשענ'ס וועלן דאס בעסטע דינען און אונטערשטיצן אלעס וואס איר וועט שפעטער וועלן טוהן אין קווערי'ס פארום'ס און רעפארט'ס.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 6:22 pm

אָפּטימיזעשאן טעקניקס
א גוט דעזיינטער דעטעבעיס דארף אויך צו אַרייננעמען אין חשבון "אָפּטימיזעשאן טעקניקס" דאס איז דער טעקניק צו מאכן די דעיטעבעיס ארבייטן שנעלערן און בעסער דורך נוצן אינדעקסעס.

אין אנפאנג וועט איר נישט זעהן די וויכטיקייט פון "אָפּטימיזעשאן טעקניקס" ווייל דאָס ווערט ערשט וויכטיג נאך א שטיק צייט ווען די אינהאלט פון אייער דעיטעבעיס וואקסט, און עס ווערט מער אין מער וויכטיג מיט ווי מער אינפארמאציע איר פילט אן אייער דעיטעבייס. ווי גרעסער א דעיטעבעיס אין עקסעס וואקסט, אלס שטייטער וועט עס ארבעטן און אלס לענגער וועט נעמען צו לויפן קווערי'ס און לאדענען פארום'ס און רעפארט'ס, סיידן איר וועט מאכן די ריכטיגע אינדעקסעס.

פריימערי און סעקאנדערי קי אינדעקסעס
עס איז וויכטיק זיך גוט אויסצוקענען און וויסן די וויכטיקייט פון אימפלמענטירן די פריימערי און סעקאנדערי קי אינדעקסעס, דרך אגב, די סעקאנדערי קי ווערט אויך טיילמאל אנגערופן פארין קי FORIGN KEY , די זאכן דארף מען אריינבויען אינעם דעיטעבעיס בשעת איר בויט דעם דעטעבעיס, ווייל שפעטער קען עס זיין גרויס קאפ-ווייטאג פארן דעזיינער און קען קאסטן אסאך ארבייט.

מיר וועלן נישט יעצט מער מאריך זיין אין דעם ענין פון אינדעקסעס (אז איר געדענקט האבן מיר שוין אביסל אנגערירט אויפן שפיץ גאפל דעם ענין פון דעם "פריימערי קי אינדעקס" אין ערשטן שיעור).
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “מייקראסאפט עקסעל / עקסעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט