שיעור א': ווי אזוי צו נוצן עקסעס דעיטעבעיסעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

שיעור א': ווי אזוי צו נוצן עקסעס דעיטעבעיסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

ווי אזוי צו נוצן עקסעס דעיטעבעיסעס
קאפיטל א' - אנגעהויבן מיט די בעיסיקס


קאמענטארן און פראגן אויפן שיעור

עקסעס דעטעבעיס אפליקעישאן
ווילט איר בויען אן עקסעס דעטעבעיס אפליקעישאן אָבער איר האט נישט קיין אנונג וואו צו אָנהייבן?
מיר וועלן אייך ווייַזן ווי אזוי צו גיין די גרינגע וועג אויף צו ניצן די רייכע טולס וואס מייקראָסאָפֿט עקסעס אָפערט.

לערן זיך פֿון אן עקספערט
לערן זיך פֿון אן עקספערט ווי צו פּלאנען, אנטוויקלען און אינסטרומענטירן א פאוערפול עקסעס דעיטעבעיס אפליקעישאן.
לערן זיך פֿון אונזערע פילע יאָרן פון דערפארונג ווי מיר וועלן אייך צושטעלן גוטע טעקניק'ס, טול'ס, עצות און טריק'ס צו באהאנדלן אן עקסעס דעיטעבעיס.

די ציל
די עקסעס דעיטעבעיס אפליקעישאן קען אהערשטעלן א רייכע מהלך פון שטארקע טול'ס אנגעהויבן פֿון א פּשוטע דעיטעבעיס ביז צו א מולטי-יוזער נעטווארק.
איר דארפט קענען ניצן אלע עקסעס אדמיניסטראטיווע טול'ס פון אלע לעוועל'ס, וואָס נעמט אריין די רילעישאָנשיפּ ווינדאָו, דעיטעבעיס ספּליטער, לינקד טעיבל מענעדזשער טול, און עקסעס סעקוריטי מאָדעל (נאר אויסצורעכנען עטליכע).
אויב איר האָט זיך געווינדערט ווי אָנצוהייבן צו לערנען מייקראָסאָפֿט עקסעס די שנעלסטע און גרינגסטע וועג, דאן וועט איר הנאה האבן ווי מיר וועלן אייך דורך פירן סטעפ ביי סטעפ און לערנען עקסעס די גרינגע וועג!

די טשעלענדזש
עקסעס בעגינערס ווערן אסאך מאל שטארק איבערגענומען און געפֿינען דאס מאכן אן אפליקעישאן ווי א אומגעהויערע לאסט אזוי ווי עס זענען דא א סאך מינע אבדזשעקט'ס און קאמפּאָונענט'ס צו אן עקסעס דעיטעבעיס.

עקסעס טערמינאָלאָגי
מיר וועלן אָנהייבן מיט ערקלערן עטליכע פון די אבדזשעקס אזוי וועט איר זיך אין אלעם ערשטן באקענען מיט עקסעס טערמינאָלאָגי,
כאפן דעם פארטל פון טייל פון די עקסעס טערמינאָלאָגי וועט זיין א נוצבארע שליסל צו לערנען און קונה זיין עקסעס.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

צו וואס קען מען נוצן א דעיטעבעיס?
דעיטעבעיסעס קענען גענוצט ווערן אומעטום: אין ארבעט, אין דער היים, אין חדרים-סקולס, און אלע מינע פעסילעטיס.

עקזעמפּלס פון א דעיטעבעיס
עקזעמפּלס פון א דעיטעבעיס: א טעלעפאָן דירעקטארי, א קעטעלאָג, אָדער אפילו א מוזיק לייברערי.

וואָס איז א דעיטעבעיס?
א דעיטעבעיס איז א זאמלונג פון אינפֿאָרמאציע וואָס איז געווארן אָרגענאזירט אזוי אז די אינפֿאָרמאציע איז גרינג צו עקסעסן און ווייַזן אין פערשידענע וועגן.

ביי עקסעס, הייסט א דעיטעבעיס פשוט "א זאמלונג פון פערשידענע דעטעסעטס" וואס ווערן אנגערופן טעיבל'ס און זענען לכאורה פֿארבונדן (אין עקסעס טערמינאלעדזשי "רילעיטעד") און דערפֿאר ווערט עס פאראייניגט (אין עקסעס טערמינאלעדזשי "דזשוינד") צוזאמען אין א רילעישענשיפ.

רילעישאנעל דעיטעבעיס
דער פּראָצעס פון רילעיטן און דזשוינען טעיבל'ס צוזאמען, איז די זאך וואָס מאכט עקסעס פאר א רילעישענעל דעיטעבעיס מענעדזשמענט סיסטעם (RDBMS) און וועגן דעם טוט עקסעס בכלליות צושטעלן מער פלעקסיבל ריפּאָרטינג און רייכערע פונקשענאליטי.

פּריימערי קי
האט איר שוין געהערט וועגן די פּריימערי קי?
אין א עקסעס טעיבל קען איין פיעלד ווערן באצייכנט אלס א 'פּריימערי קי' און איז שטארק רעקעמאנדירט. דער פיעלד דינט ווי די פאראנטוואָרטליכע פיעלד ווען מ'טוט עס דזשוינען צו אנדערע טעבל'ס.

דער פיעלד וואס ווערט באנוצט אלס פריימערי קי דארף זיין...
1. יוניק (ד.מ. אז די אינפארמאציע פון די פיעלד זאל זיין איינציג אין נישט ווערן איבערגע'חזר'ט אין קיין שום רעקארד אין די גאנצע טעיבל)
2. מענדעטאָרי (ד.מ. א רעקווייערד פיעלד וואס מ'קען עס נישט לאזן ליידיג)
3. און עס זאל נישט לאזן אריינלייגן קיין דאפעלטע אינפארמאציע אין (עקסעס טערמינאלאגיע "דופליקעיט וואליו'ס").
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

רעקאָרדסעט'ס
רעקארדסעט'ס ווערן אויך אנגערופן דיינעסעט'ס (דינאמיק רעקארד סעט), א רעקאָרדסעט איז אַ דעטעסעט (א זאמלונג פון רעקאָרדס) צוזאמגעשטעלט פון אַ גרופּע פון דעטעבעיס רעקאָרד'ס, און קומען ווי דער רעזולטאַט פון אַ אָנפֿרעג (אין עקסעס טערמינאלאגי "סעלעקט קווערי") צו איין אָדער מער טעבל'ס אין א דעיטעבעיס, וואס דער דעיטעבעיס ענדזשין טוט פשוט צוריק שיקן די אין פארעם פון א דיינעסעט

סעלעקט קווערי'ס
אויב אזוי וואס איז א סעלעקט קווערי? א סעלעקט קווערי איז מסתם די וויכטיגסטע אבדזשעקט אין עקסעס פֿון דעם מענטשליכן פוינט אוו וויא, עקסעס סעלעקט קווערי'ס זענען ענטפֿערס צו דיינע פֿראגן! למשל ווען איר ווילט מאכן א באריכט (אין עקסעס טערמינאלאגי "ראנען א רעפארט"), וועט איר דאך נישט וועלן צו ווייזן אלע רעקאָרד'ס יעדע'ס מאל. איר וועט ענדערש וועלן מצמצם זיין און זעהן נאר געוויסע רעקאר'דס דורך אריינלייגן א באשטימטע קרייטיריע (פרעגן דיין קשיא) וואס די קרייטיריע זאל דינען ווי א אבן הבוחן וועלכע אויסוואל (סעלעקשאן) פון רעקארד'ס צו פּראָדוצירן אין די רעקאָרדסעט.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

די בעק-ענד דעיטעבעיס סיסטעם
מיר האָבן שוין געדעקט די וויכטיגסטע טערמינען וואס זענען נוגע דעטע פראסעסינג און אויך עטליכע פון די אבדזשעקס. די אלע זאכן וואס מיר האבן דערמאנט ביז איצט, פון די זאכן צוזאמען ווערט צוזאם געשטעלט די רוקן-ביין פון די דעיטעבעיס סיסטעם (אין עקסעס טערמינאלעגי "די בעק-ענד") .

די פראָנט-ענד
אצינד, וועלן מיר בקיצור אנרירן דעם אנדערן חלק פון די דעיטעבעיס סיסטעם וואס ווערט אנגערופן אין עקסעס טערמינאלעגי "די פראָנט-ענד"
די חלק פון א דעיטעבעיס וואס מ'דעזיינט ספעציעל פאר סתם מענטשן וואס וועלן נוצן דעם דעיטעבעס טעגליך, פאר זיי טוט מען דעזיינען יוזער-פרענדלי סקרינ'ס וואס ווערן אנגערופן אין עקסעס טערמינאלעגי "פאָרום'ס און רעפארט'ס".

פאָרום'ס און רעפארט'ס
די פארום'ס און רעפארט'ס ווערן דיזיינט כדי פשוטע מענטשן זאלן זיך קענען פארשטיין מיטן דעיטעבעיס סיסטעם, אריין לייגן אינפארמציע אין ארויסנעמען באריכטן, די פארום'ס און רעפארט'ס ווערן שוין דורכן דעטעבעיס דעזיינער פון פאראויס פארבינדען צו א טעיבל אדער סעלעקט קווערי וואס טוט ליפערן א רעקארדסעט וואס דאס קענען יוזער 'ס זעהן און מענעדזשן.

געדענקט, איר ווילט נישט אז דו יוזערס זאלן ארבעטן אין די 'הונטער-גרונד' אָדער 'שאפע' פון א דעיטעבעיס דעריבער מאכט איר א פארום.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט עקסעל / עקסעס”