דער מח האט געשריבן:איך זוך א פשוטע פארמולע צו מאכן א ליסט אויף צו ענטערן פעיראלל פון א בעל הבית און עס זאל ארויפקומען די טאטאל שילדיג. ד.ה. מען לייגט אריין למשל יעדע דאנערשטאג זאל צוקומען $500, ווען מען באקומט די געלט לייגט מען אריין און די נעקסטע רייע וויפיהל מען האט באקומען, און אין די דריטע רייע זאל זיך אויפשרייבן וויפיהל ער איז נאך שילדיג.
(a1-b1=) איז זייער פשוט, אבער ווען עס קומט צו אסאך שורות ווערט עס קאמפליצירט, דארף מען טאקע מאכן אין יעדע שורה א עקסטערע פארמולע ווי (a1+a2+a3+a4-b1-b2-b3-b4=) מ'קען צוקראכט ווערן.
עפעס מאכט דא נישט קיין סענס. קענט איר ארויפשטעלן א סעמפל פייל מיט אפאר שורות?