שארטקאט'ס ארבעטן נישט, אנדערע ארבעטן אנשטאט, אין עקסעל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

שארטקאט'ס ארבעטן נישט, אנדערע ארבעטן אנשטאט, אין עקסעל

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 25, 2010 9:12 pm

האט איינער זיך שוין אנגעשטויסן מיט אזא פראבלעם אין עקסעל.
ווען איך עפן עקסעל דורך עפענען איינע פון מיינע פייל'ס ארבעטן אלע שארטקאטס א מחיה, קאנטראל W פארמאכט די פייל וכו'.
אבער אויב איך עפן עקסעל דורך דעם וואס איך עפן א פייל פון אימעיל, און אסאך מאל אפילו ווען איך עפן פלעין די פראגראם פון די סטארט מעניו, דאן ארבעט אנדערע שארטקאט קי'ס דהיינו ווען איך מאך קאנטראל W דאן קאפי'ט ער דאס וואס שטייט אין א סעל העכער אים, האב איך געוואלט אריין לייגן די דעיט דורך קאנטראל : גייט עס נישט וכו' וכו'.
ווייסט איינער וואס די סיבה דערפון איז? צו דארף איך טאקע פארמאכן עקסעל און עפענען דורך איינע פון מיינע פייל'ס?? קען מען עס טוישן?
ביטע ריפט זיך אן ווארעם.

קרש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » מאנטאג אפריל 19, 2010 12:08 pm

טויש די קי באורד צו ענגליש און טריי נאכאמאל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אפריל 19, 2010 12:13 pm

יעפ, די האסט געכאפט דעם טוטערל.
איין שאלה איז נאר פארוואס ווען איך עפן עקסעל דורך אן אלטע פייל ארבעט אלעס גוט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 20, 2010 12:06 pm

ווי עס קוקט מיר אויס איז דא עפעס באהאלטן אונטער דעם, ווייל ווען איך עפען עקסעל, און איך מאך אויף ענגליש דאן ארבעט עס א מחיה, אבער אויב האב איך נישט געטוישט צו ענגליש, נאר איך האב געדריקט עני שארט-קוט קי (וואס דאן ווי געזאגט טוט עס אן אנדערע פעולה ווי ער דארף טון) גייט שוין נישט העלפן דאס וואס איך מאך אים אויף ענגליש, נאר איך דארף צו מאכן עקסעל און צוריק אנצונדען.
התוצאה מזה, פון איצט אין ווייטער וועל איך דארפן גלייך ווען איך עפען עקסעל טוישן צו ענגליש און דריקען עני שארטקוט קי, און דאן גייט אלעס שוין זיין מסודר ביז איך פארמאך עקסעל.
למעשה האב איך איצט פראבירט צו טוישן די סעטינג פון עקסעל אז די דיפאלט זאל זיין רייט טו לעפט און אלעס ארבעט א מחיה.
צו ווייסט איינער פשט און דעם?


צוריק צו “מייקראסאפט עקסעל / עקסעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט