דור הפלגה'ס ספעיס פראגראם פלאן-ר"ר יהונתן אייבשיץ זצ"ל

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 3:04 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:והנה דברי המלבים בחידושיו על הש"ס:

ר"ה דף י״א ע״א: ואידך נמי הכתיב על עץ פרי ההוא כדר״י בן לוי דאמר וכו׳ כל מעשה בראשית בקומתן נבראו לדעתן נבראו לצביונן נבראו שנאמר ויכולו השמים והארץ וכל צבאם אל תקרי צבאם אלא צביונם וכו'. בשם צבא נכלל כל הנבראים השייכים לשמים ולארץ. והנה"בפסוק עץ פרי עושה פרי נכלל ב׳ פרושים, שהפרי עושה פרי כיוצא בו ר״ל שפרי העץ עצמו הוא הזרע כמו האגוזים והשקדים, ב) עץ פרי, עץ נושא פרי ר״ל שנברא תיכף עם הפירות וכן אדם השלם לא ילד כי שם צבא מורה שכל מתנה הבריאה הולך במהלך השלמות כ״א תחת משטרו המוכן ומוגמר לכך וזה שאמר אל תקרי צבאם ר״ל לא תוכל לקרוא צבאם לדברים שאינם נגמרים, והם עוד בבחינת גולמי כלי עץ אלא א״כ צביונם ר״ל נגמרים וזה נקרא צבא. ומאמרם זה מכה זרוע אף קדקוד של המינים שמביאים ראיה מן העצים על קדמותם מן עדות התורה ובאמת אין ראייתם כלום כי בקומתן ובצביונם נבראו כאלו הם זקנים יותר. ונבראו העצים יותר משנים שנים מכל מין כי נצרכים לקיום העולם כנודע.

קארל האט געשריבן:הרב פארשלאפן,
איר האט נישט גוט געלייענט מיינע ווערטער. אזוי ווי ברוקלין האט געשריבן פארדינט מען פון דעם "בקומתן וצביונן" בלויז א קורצע תקופה, ווייט נישט די טויזנטער אדער מיליאנען יארן אויף וועלכע די וויסנשאפטלער האבן חשבונות פאר אונזער מסורה'דיגער בריאת העולם.
און נאכאמאל וואס כ'האב געשריבן:
אמת, עס איז נישט אזוי שווער אנצונעמען אז אדם און אלע בעלי חיים, ווי אויך געוואוקסן זענען באשאפן געווארן בקומתם וצביונם, כאילו זיי וואלטן שוין געווען פיל עלטער. ווען מען וויל אבער נוצן דעם תירוץ ווייטער, צו ענטפערן אויף די פילע ראיות וואס עס זענען דא אויף א וועלט וואס איז עלטער פון 6,000 יאר ווערט עס שוין גאר מאדנע און אומאקצעפטירבאר

אז איר קענט נישט אפטייטשן די ווערטער פונעם הייליגן מלבי"ם מיינט נאכנישט אז ס'איז נישט פארענטפערט דיינע קשיות. די מלבי"ם שרייבט קלאר כאלו הם זקנים יותר, זאגסטו אז ס'נאר געווען מיט איין יאהר עלטער, פון וואו נעמסטו אזעלכע זאכן??? קאן גאר זיין, ס'באשאפן געווארן, אויף א אופן ס'זאל דיך אויסזעהן, אזוי ווי אפאר הונדער יאהר - צו גאר אפאר טויזענט יאהר - אלט.

אין די ערשטע שטיקל פונעם הייליגן מאור עינים שטייט א מורה'דיגן בחינה, אז כח הפועל בנפעל,
און לפ"ז קומט אויס אז די וועלט מוז זיין א מציאות פון אין סוף(און אזוי זאגט די רבי ז"ל טאקע בפירוש אין די תורות), און אויב אזוי קען גארנישט זיין אז די וועלט זאל נישט פארמאגן אין זיך די נטועות פון בלי ראשית ובלי תכלית, אבער באשאפן געווארן איז עס פאר זעקס טויזנט יאר צוריק.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט