דור הפלגה'ס ספעיס פראגראם פלאן-ר"ר יהונתן אייבשיץ זצ"ל

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

דור הפלגה'ס ספעיס פראגראם פלאן-ר"ר יהונתן אייבשיץ זצ"ל

תגובהדורך פרייליכערהייט » מוצ"ש אוקטובער 24, 2009 10:03 pm

אלע מפרשי התורה ראשונים און אחרונים צוגלייך, שטעלן זיך אפ א מינוט ביי דעם פרשה פון דור הפלגה וואס איז אין די תורה זייער בקיצור געשריבן,
וואס איז געוועהן זייער ציהל, וואס איז געוועהן זייער פלאן צוצוקומען צום ציהל, און אין מדרש מערקן חז"ל טאקע אן אויף דעם באהאלטנקייט און פארהוילנקייט אין מדרש רבה בראשית, שטייט אזוי:
"מעשה דור המבול נתפרש, מעשה דור ההפלגה לא נתפרש"
הייסט אין אנדערע ווערטער אז אין די זעלבע צייט וואס אויפ'ן דור המבול שטייט יא קלאר ארויס וואס זייער חטא איז געוועהן , כי השחית כל בשר את דרכו, כי מלאה הארץ חמס מפניהם, איז ביים דור הפלגה שטייט סתם בראשית פרק יא פסוק ד ויאמרו הבה נבנה לנו עיר ומגדול וראשו בשמים ונעשה לנו שם פן נפוץ על פני כל הארץ , ע"כ,
וואס איז די דאגה און וואס איז די עצה ?
אין גמרא חולין קט עמוד א' זאגט די גמרא
א"ר ירמיה בן אלעזר, נחלקו לג' כתות, אחת אומרת נעלה ונשב שם, ואחת אומרת נעלה ונעשה מלחמה, ואחת אומרת נעלה ונעבוד עבודת כוכבים. זו שאמרה נעלה ונשב שם - הפיצם ה', זו שאמרה נעלה ונעשה מלחמה נעשו קופים ורוחות ושדים ולילין, וזו שאמרה נעלה ונעבוד עבודת כוכבים - בלל ה' שפת כל הארץ
הייסט עס אז לכתחלה פון אנפאנג אן זענען זיי שוין געוועהן איינגעטיילט אין דריי כיתות , און זיי האבן זיך קיינמאהל נישט געהעריג פארשטאנען.
די ערשטע כתה זעהט עפעס אויס זייער מאדנע אויפ'ן ערשטן בליק, נעלה ונשב שם, פארוואס פארווען , האסט נישט גענוג פלאץ דא אויפ'ן ערד , וואסערע גליקן זוכסטו דארט אויב'ן , און ווי אויבן פונקטליך האבן זיי געוואלט גיין וואונען ? וואס איז דארט בעסער ?
איז אז מען קוקט אריין אין מהרש"א דארט אין סנהדרין איז ער מסביר אז זיי האבן פשוט געזוכט א וועג ארויס פון נאך א מבול וכדומה, א מבול של אש, וכ', האבן זיי זיך מיישב געוועהן אז מען אנטלויפט,
ווי אנטלויפט מען א פלאץ וואס זיי זאלן זיין אנריטשעבל, האבן זיי זיך מטכס עצה געוועהן אין די פלאן האט געלויטעט אז מען העט בויען א גרויס בנין ביז העכער די וואלקענעס אזוי אז מען העט זיי נישט קענען כאפן (נע פע פע פע קענסט מיך נישט כאפן איז אפשר געוועהן זייער הימנע, און פון דארט שטאמט עס אפשר)
אוקעי נאט עי בעד איידיע , אבער סברת בת היענה איז עס נאך אלץ,
סוי מען נעמט זיך בויען אין שוין, די עקספעקטעישאןס זענען גרויס, און מען האפט אויף די בעסט,
די רבינו בחיי אויפ'ן ארט זאגט אויך זייער ענדליך צו דעם, אז זיי האבן גאהר געוואלט אויסמיידן די ענין פון מיתה, מיינענדיג אז דארט אויבן זייער הויעך איז שוין אויסער די שליטה פונעם מלאך המוות , וועט מען דארט גיין אין מען וועט לעבן פארעווער,
קומט צו גיין די הייליגער רבי ר' יונתן אייבשיץ ז"ל , באקאנט אלס א חכימא דיהודאי, זייענדיג באקאנט מיט אלע חכמות שבעולם, אויסער זיין גאונות חריפות אין פיקחות,
און ער שרייבט אין זיין ספר תפארת יונתן עה"ת, אז זיי האבן פשוט געוואלט בויען א ריזיגן לאנטשינג דעק פאר א ספעיס שאטל, האבן זיי געוואלט בויען א בנין ביז'ן ספעיס, דארט וועט זיין די ספעיס צענטער, פון דארט העט די ספינת החלל ווי ער רופט עס אפפליען צו די לבנה אין מען העט זיך דארט באזעצן ,
אין ר"ר יונתן זאגט נישט סתם אזוי א טעאריע , נאר עס מסביר באריכות זייער שיין די גאנצע חשבון זייערע ,
ער שרייבט דאס ערגעץ אין די יאהרן צווישן ענדע ת'ס און תקכ"ז וואס דאמעלס איז ער אוועק , דאס קומט אויס למספרם 1767 בערך, לאנג לאנג פאר נאסא איז געבוירן געווארן , לאנג פאר קענעדי האט אין די זעכציגער יאהרן דראמאטיש געמאלדן אז צעהן יאהר ארום וועט מען זיין אויף די לבנה,
ווייזט ר יונתן אייבשיץ ארויס א געוואלדיגע בקיאות אין קלארקייט אין די גאנצע ספעיס פראגראם,
און אזוי שרייבט ער :דיש להבין וכי היו כל כך פתאים? דא"כ היה צריך בסיס בחוכמת הבנין יותר רחב מכדור הארץ ?..."און נאך הערות וואס ער פרעגט דארט , וועגן דעם קומט ער צו זיין מסקנא אז זיי האבן פשוט געוואלט בויען דעם בנין ביז העכער די וואלקענעס, פשוט ניצול צו ווערן פון רעגן וכו,
ולכך חשבו לבנות מגדל יותר גבוה משיעור העננים ההמה וא"כ תו אי אפשר לירד עליהם גשמים, ולשון ראשו בשמים, לשון גוזמא הוא... "
און אנדערע האבן פשוט פון דארט געוואלט מאכן דעם קענעקטינג קיין "לבנה"
דידוע מה שכתבו כי בכדור הלבנה ג"כ מקום ישוב כמו בכדור הארצי וכבר מצאו (1767) ע"י מלאכת מעופפות שהוא לעשות כמו תורן מונח לרוחב הארץ ..." רי"א מבהיר אם כן שבני דור הפלגה תכננו ליצור כלי תעופה ועימו להגיע לא פחות ולא יותר - לירח !נאר וויסנדיג אז די וועלט'ס אטמאספערע איז צו דיק און די לופט איז צו צוזאמעןגעפרעסט אז מעט זיך נישט קענען הייבן, האבן זיי געדארפט קודם זיך דערדראפן ביזן ספעיס אריין, און ער שרייבט ווייטער:
למה שכתבתי שהרוח הולך מהארץ ממטה למעלה למעלה ראוי היה שהכלי הנעשה במלאכת עפיפה שהרוח מנשב בתורן שהרוח יגביה הכלי מעלה מעלה ולא ישוב עוד לארץ רק שובו לארץ הוא בסיבת היות האויר החזק ועב הסמוך לארץ הוא המכביד על הדבר ומגרשו לירד למטה.
(כידוע אז ממש אין יענע תקופה האט אייזיק ניוטון א גרויסע פיזיסט, אסטראנאמיסט, און פיליזאף, (Sir Isaac Newton)
אויסגעטראפן אין פארציילט פאר די וועלט די גאנצע ענין פון גראוויטי, אין אז אין ספעיס הערשט דאס נישט)
ולכן נסעו האינשעניעהר שע"י אבק השריפה שקוראים פילוור בכח רב אבק הנותן בקנה השריפה ליחצון לכדור הנותן בתוכו שילך מעלה מעלה עד שהשגיחו במקום ההוא ולא ירד הכדור כלל למטה כי לא מצאו שום כדור על הארץ ואף כפי הטבע הוא יורד למטה בדרך קצרה למטה ומזה שפטו כי הכדור עלה תחילה למעלה מהאויר העב והעכור ע"י כוח הפילוור (= אבק השריפה) וכשהיו למעלה ממנו הוא היה מעכבו אח"כ מלירד "...וא"כ אם אפשר להביא כלי עופפות למעלה מהאויר העב הלזה יכול לילך ברוח מעלה מעלה עד הכדור הירחי כי הרוח יגביה אותו תמיד לילך, ולמעלה הרוח הולך וחזק וכבר חברו בזה חיבורים איך לעשות ספינה כזה לילך לכדור הירחי אבל העיקר שיגיע תחילה ספינה זו למעלה מאויר העכור הזה וזה היה כוונת דור הפלגה גם כן שבקשו לקבוע מושבם בכדור הירחי ששם ניצולים מן המבול וחשבו לעשות זאת ע"י הספינה הנ"ל, אפס כיצד יגביהו אותו הספינה למעלה מאויר העכור ? ולזה חשבו לבנות מגדל גבוה כל כך עד למעלה מהאויר ההוא ומשם יוכלו להשתמש מהספינה הנ"ל לשוט באויר עד כדור הירחי..."
הייסט עס אז פונקט צוויי הונדערט יאהר פאר מען האט געשיקט (געזאגט אזוי עכ"פ ) א מענטש אויפן לבנה שרייבט אונז ר' יונתן אז צוריק מיט פינעף טויזענט יאהר צוריק איז די פלאן געוועהן אין קראפט אין אז מיליאנען מענטשן זענען געוועהן אויף די דזאב סייט מיטן איינציגן ציהל אנצוקומען צו די לבנה,
מערקווירדיג!!
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש אוקטובער 24, 2009 11:52 pm

דאנק אייך בשמחה'דיג פארן צטט'ן דעם שטיקל.

די ספעיס (וואו עס ענדיגט זיך די גראוויטי) איז 125 מייל העכערן ערד פלאך. עס איז שווער אנצונעמען אז זיי האבן געפלאנט אנצוקומען אזוי הויך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מקוה נייעס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:46 pm

תגובהדורך מקוה נייעס » זונטאג אוקטובער 25, 2009 8:14 am

יישר כח

הערליך

ווי פאסיג זענען די ווערטער פון דעם חכם מכל אדם אין קהלת

אין כל חדש תחת השמש, יש דבר שיאמר ראה זה חדש היא, "כבר היה לעולמים אשר היה מלפננו"
זאג נאר די מקוה איז הייס?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 25, 2009 1:49 pm

איך האב שוין לאנג געזעהן און געהערט פון דעם שטיקל פון רבי ר' יהונתן אשר כל רז לא אניס ליה, אבער אזוי שיין ווי דער אינגערמאן האט דאס דא דערציילט האבן מיר עס נאכנישט געזעהן, יישר כח הרב פרייליך, אין שמחה כשמחת התורה.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אוקטובער 25, 2009 2:01 pm

שוועמל האט געשריבן:דאנק אייך בשמחה'דיג פארן צטט'ן דעם שטיקל.

די ספעיס (וואו עס ענדיגט זיך די גראוויטי) איז 125 מייל העכערן ערד פלאך. עס איז שווער אנצונעמען אז זיי האבן געפלאנט אנצוקומען אזוי הויך.


זיי האבן מן הסתם געהאט אויך די נויטיגע בוי מכשירים צו פארשנעלרן שאס געבוי.

און בכלל האט מן הסתם דער רבי ר' יונתן איך געוואוסט דעם מרחק.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 2:04 pm

פריילעכער, א גרויסן יש"כ פארן הערליכען אינפארמאטיוון ארטיקל.
שוועמל, פארוואס שטימט עס נישט? אין ספר הישר שטייט אז עס האט געדויערט א יאר צייט ארויפצוקלעטערן דעם טורעם צו לייגן א ציגעל.. ווער עס איז אראפגעפאלן האט זיך קיינער נישט געקימערט, און איז געשטארבן אויפן פלאץ.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » זונטאג אוקטובער 25, 2009 6:38 pm

מערקווירדיג, גאנץ באשטימט. גאר א גרויסן דאנק פארן צוברענגן.

כ'וויל זייער נאכקוקען ס'לשון אינעוויניג. האט ר' יונתן אליין געשריבן "דידוע מה שכתבו...וכבר מצאו...וכבר חברו בזה חיבורים..."?

אלענפאלס, איז ער אבער נישט מסביר ניוטאן'ס גראוויטי ממש, און ס'לאזט זיך טאקע דינגען איבער די סייענטיפישע דעטאלן. אבער אזויפיל זעמיר לכאורה יא (אויב ס'איז אלעס רבי ר' יונתן'ס לשון), אז (א) רבי ר' יונתן האט געוואלט פארשטיין די תורה אין א פראקטישע זין, און אז (ב) ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון עס מקרב זיין אל השכל מיט "היינטיגע" סייענטיפישע ידיעות, דהיינו ער האט זיי נישט אוועקגעמאכט לאמר, "וואס ווייסן זיי דען?" און אז (ג) ער האט טאקע געלערענט, און געקאנט, סייענטיפישע ביכער.

הגם די לעצטע נקודה וועט פאר מאנכע אויסקוקען ווי א דבר פשוט (ווארום פארוואזשע נישט, נאך אלעם, פון ווי דען ווייסן מיר דעם דעם גאנצען חשבון פונעם מולד הלבנה?) דאך היינט פרובירט מען צי פארהוילן פון די קינדער אז סייענטיסטן ווייסען וואס זיי רעדן. ממילא ברויך מען אנצייגן אויף א רבי ר' יונתן לאפוקי.
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » זונטאג אוקטובער 25, 2009 6:48 pm

שוועמל האט געשריבן:דאנק אייך בשמחה'דיג פארן צטט'ן דעם שטיקל.

די ספעיס (וואו עס ענדיגט זיך די גראוויטי) איז 125 מייל העכערן ערד פלאך. עס איז שווער אנצונעמען אז זיי האבן געפלאנט אנצוקומען אזוי הויך.

אייער קושיא איז אויף ר' יונתן ז"ל, אין כ'מיין אז איהם קען מען נישט אפפרעגן מען דארף פשוט זוכן א פשט,
געב א קוק א קליין חשבון וואס איך האב געמאכט,
פרקי דרבי אליעזר פרק כד :
עד שבנו אותו גבוה כשבעה מילין מקנה מעלת היו לו במזרחו ובמערבו, ואלו שהיו מעלו מעלין לבנים היו עולין ממזרחו,
זיבן מיל איז בערך זעקס מייל,
א מיל איז 2000 אמה, 7 מאהל 2000 איז 14000, א אמה איז בערך צוויי פיס, דאס קומט אויס 28000 פיס, א מייל איז אביסל מער פון 5000 פוס, איז די חשבון כמעט זעקס מייל הויעך האבן זיי שוין אפגעבויעט, ד"ה מער ווי צוויי מאהל אזוי הויעך ווי די סיערס טאוערס אין טשיקאגא, וואס איז נאך עד היום הזה די צווייט גרעסטע בנין אין די וועלט, און די גרעסטע בנין אין די פאראייניגטע שטאטן,
וויזוי האבן זיי אזוי הויעך געבויעט אין יענע יאהרן פארשטייט איהר יא?
די גאנצע וואלקנקראצער חידוש איז דאך בלויז עטליכע 75 יאהר אלט, און איז געוועהן א חידוש נפלא וואס עטליכע גרויסע ארכיטעקטן האבן אויסגעפיגורט,
אלא מאי ?
עפעס האבן די אמאליגע קאנטראקטארן אויך געקענט,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 7:49 pm

Monticello האט געשריבן:אבער אזויפיל זעמיר לכאורה יא (אויב ס'איז אלעס רבי ר' יונתן'ס לשון), אז (א) רבי ר' יונתן האט געוואלט פארשטיין די תורה אין א פראקטישע זין, און אז (ב) ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון עס מקרב זיין אל השכל מיט "היינטיגע" סייענטיפישע ידיעות, דהיינו ער האט זיי נישט אוועקגעמאכט לאמר, "וואס ווייסן זיי דען?" און אז (ג) ער האט טאקע געלערענט, און געקאנט, סייענטיפישע ביכער.

הגם די לעצטע נקודה וועט פאר מאנכע אויסקוקען ווי א דבר פשוט (ווארום פארוואזשע נישט, נאך אלעם, פון ווי דען ווייסן מיר דעם דעם גאנצען חשבון פונעם מולד הלבנה?) דאך היינט פרובירט מען צי פארהוילן פון די קינדער אז סייענטיסטן ווייסען וואס זיי רעדן. ממילא ברויך מען אנצייגן אויף א רבי ר' יונתן לאפוקי.

דברים כדרבונות!
איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם אשכול, אבער די וויכטיגע נקודה וואס הרב מאנטיסעלא האט אנגעמערקט איז ווערט א באזונדערע אשכול וואו מען זאל עס דעבאטירן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 8:14 pm

מאנטיסעלא האסט בארירט א נקודה אבער וואו האסטו געזען אז מען מאכט אוועק די סייענטיפישע לערעס?

דאס יא, אויב איז עס מתנגד צו דעת תורה אדער חז"ל וועלן עס די ספרים אוועקמאכן (למשל אנצונעמען שיטת קופרניקוס אז די וועלט איז סובב על צירו, וואס אסך האבן געהאלטן אז ס'יז קלאר נגד הפסוקים וחז"ל) אבער סתם אזוי מיין איך אז קיינער מאכט זיי נישט אוועק. אפשר האט מען נישט אזוי שטודירט זייערע לערעס דערפאר האט עס בכלל נישט תופס מקום געווען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 8:19 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:דאנק אייך בשמחה'דיג פארן צטט'ן דעם שטיקל.

די ספעיס (וואו עס ענדיגט זיך די גראוויטי) איז 125 מייל העכערן ערד פלאך. עס איז שווער אנצונעמען אז זיי האבן געפלאנט אנצוקומען אזוי הויך.

אייער קושיא איז אויף ר' יונתן ז"ל, אין כ'מיין אז איהם קען מען נישט אפפרעגן מען דארף פשוט זוכן א פשט,
געב א קוק א קליין חשבון וואס איך האב געמאכט,
פרקי דרבי אליעזר פרק כד :
עד שבנו אותו גבוה כשבעה מילין מקנה מעלת היו לו במזרחו ובמערבו, ואלו שהיו מעלו מעלין לבנים היו עולין ממזרחו,
זיבן מיל איז בערך זעקס מייל,
א מיל איז 2000 אמה, 7 מאהל 2000 איז 14000, א אמה איז בערך צוויי פיס, דאס קומט אויס 28000 פיס, א מייל איז אביסל מער פון 5000 פוס, איז די חשבון כמעט זעקס מייל הויעך האבן זיי שוין אפגעבויעט

פרייליכערהייט;
קיינע קושיות חלילה אויף רבי יונתן זצ"ל. בלויז באמערקט אז דאס דארף פשט, כדבריך. ווייל 125 איז זייער זייער הויך.
איך קען נישט קיין חכמת ההונדסה אפשר קענסטו אויסרעכענען ווי גרויס די בסיס דארף זיין צו בויען א בנין אזוי הויך?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 8:25 pm

שוועמל האט געשריבן:מאנטיסעלא האסט בארירט א נקודה אבער וואו האסטו געזען אז מען מאכט אוועק די סייענטיפישע לערעס?

דאס יא, אויב איז עס מתנגד צו דעת תורה אדער חז"ל וועלן עס די ספרים אוועקמאכן (למשל אנצונעמען שיטת קופרניקוס אז די וועלט איז סובב על צירו, וואס אסך האבן געהאלטן אז ס'יז קלאר נגד הפסוקים וחז"ל) אבער סתם אזוי מיין איך אז קיינער מאכט זיי נישט אוועק. אפשר האט מען נישט אזוי שטודירט זייערע לערעס דערפאר האט עס בכלל נישט תופס מקום געווען.

דיין שאלה איז נישט געוואנדן צו מיר, אבער לאמיך רעדן אנשטאט מאנטיסעלא.
איך האב שוין ערגעץ וואו געשריבן דא אין קרעטשמע אז עס איז ביי אונז ליידער איינגעפירט צו פירן א חינוך וואס איז געבויט אויף מיס-אינפארמאציע און אנטי-אינפארמאציע. אנשטאט מען זאל נוצן אביסל דעם מח צו פארענטפערן וויסנשאפטליכע ערפינדונגען וועלכע קוקן אויס אז זיי זענען זיך סותר מיט דער תורה, זאגט מען: "סייענטיסט שמייענטיסט, וואס ווייסט דער נארישער גוי!"
דער פרט וואס איך האב דערמאנט איז דער ענין פון "דיינעסארס". זייער א סך פון אונז זענען אויסגעוואקסן מיט דעם נארישן געדאנק אז דאס איז א שווינדל פון די "נארישע סייענטיסטן", און אזעלכע ברואים האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט...

אלנפאלס, איך האב פריער פארגעשלאגן: לאמיר מאכן א באזונדערן אשכול איבער דעם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 25, 2009 10:36 pm

איך האב נאכגעקוקט דעם 'תפארת יהונתן' פון אינעווייניג עטליכע פרטים ווערט ארויסגעלאזט פון הרב פרייליכ'ס אריינפיהר ווי אויך מיינע הערות;
1) דער שטיקל איז מיסוד אויפן תיבת נח און די סייענס וויאזוי דאס איז געשווימען אויפן וואסער בעת וואס לויט דעם רבי'ן ר' יהונתן איז נישט געווען קיין אקסיגען בשעת די מבול פון גרויס פרעשור פון די וואסער.
2) ער קלערט אריין צו דער מבול איז אויף געווען אויף 'ארץ החדשה' אמריקה, צו דעמאלטס איז געווען א יישוב אין אמעריקא בכלל עיי"ש.
3) עס קוקט נישט אויס ווי ער רעדט פון גראוויטי בכלל, נאר ליבערשט פון דעם וואס דאהי איז דער לופט געדעכט און לאזט נישט אדורך קיין באלון (תורן?) משא"כ העכער די וואלקענעס.
4) דאס וואס ער שרייבט אז כידוע איז אויף די לבנה פארהאן א מוקם לישוב איז שווער וויי היינט ווייסט מען דאך אז קיין מענטשליכע באשעפעניש קען נישט דארט לעבן אן אקסיגען.
5) וואס איז דער 'תורן מונח לרוחב ארץ'?

בקיצור עס ברויך נאך א הסבר, אפשר קאן איינער אראפרענגען דעם גאנצען שטיקל געהעריג?

אוועטאר
מקוה נייעס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:46 pm

תגובהדורך מקוה נייעס » זונטאג אוקטובער 25, 2009 10:38 pm

עפעס גירסא דינקותא ליגט מיך אין קאפ, אז די "גרעיט וואל אף טשיינע" די ריזיגע וואנט אין כינא, זאגן מאנכע אז דאס איז איבערבלייבענישן פון דעם דור הפלגה'ס מגדל, האט דאס עפעס א שטיקל פשט אדער סתם א לעגענדע וואס די קינדער האבן געהאט
זאג נאר די מקוה איז הייס?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 11:27 pm

קארל, קיינער מאכט נישט אוועק די סייענטיסטן, יש חכמה בגוים תאמין.
מען מאכט נאר אוועק זייער כפירה'דיגער צוגאנג פון די 14 ביליאן יאר וכו', שטיות שאין הדעת סובלתן, וואס אויף דעם האבן זיי באזירט זייערע אלע טעאריעס.
אדרבה, א פראקטישן שטיקל סייענס איז איבעראל אנגענומען. (עי' ערך X Y וד"ל)

און יא, דער דיינעסאר איז א טעאריע ווייל מ'האט געפונען א געביין דערפון. ליהוי ידוע אז מען האט כלומר'שט געפונען אסך געביינער און יעדעס געביין ענדעלט אין עפעס אנדערש, איינס ווי א קראקאדיל, איינס ווי א קאנגארו, איינס מעכטיג גרויס, איינס גאר קליין, אבער קיין איינס נישט ווי א דיינעסאר.
און ווילאנג לעבט עס שוין? מסתם 7 מיליאן יאר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 11:35 pm

שוועמל האט געשריבן:און יא, דער דיינעסאר איז א טעאריע ווייל מ'האט געפונען א געביין דערפון. ליהוי ידוע אז מען האט כלומר'שט געפונען אסך געביינער און יעדעס געביין ענדעלט אין עפעס אנדערש, איינס ווי א קראקאדיל, איינס ווי א קאנגארו, איינס מעכטיג גרויס, איינס גאר קליין, אבער קיין איינס נישט ווי א דיינעסאר.
און ווילאנג לעבט עס שוין? מסתם 7 מיליאן יאר.


אט זע, ביסט טאקע אויך א קרבן פון מיסאינפארמאציע. עס איז נישטא קיין שום מענטש וועלכער איז אביסל באקאנט מיט סייענס וועלכער לייקענט דעם מציאות פון דיינעסארס. נעם למשל ר' אביגדור מיללער ז"ל, וועלכער האט אויך נישט געגלייבט אז די וועלט איז ביליאנען יאר אלט, האט ער אבער נישט געלייקנט אין דיינעסארס גופא.
דאס איז א ריכטיגער ביישפיל פון וואס איך האב געמיינט. סייענטיסטן זענען נישט קיין משוגעים און אויך נישט קיין בזדונ'דיגע שווינדלער, מערסטנס פארמאגן זיי נגיעות. אנשטאט נוצן דעם כח ההבדלה און ענטפערן אויף די לעגיטימע וויסנשאפטליכע פראגעס וואס סייענטיסטן ברענגען אויף, באנוצט מען זיך מיט אזעלכע לעכערליכע ווערטער ווי "שטיות שאין הדעת סובלתן," "כלומר'שט," וכו' וכו'.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 1:04 am

א שאד א שאד, וואלט איך געווען א סייענטיסט וואלט קארל מיר געגלויבט יעדעס ווארט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:27 am

פרייליכ

זייער שיין, איך האב געלערנט רש''י איז מיר אויסגעקומען אז זיי האבן געהאט א ענליכע שיטה צו על גאור, אז די וועלט גייט חרוב ווערן, וועגן גלאובעל ווארמינג, ווייל ס'איז דאך געקומען א מבול מיט הייסע וואסער, און זיי האבן מורא געהאט אז דאס געשעט איינמאל אין אלף ותקנ''ו שנים (אויב איך געדענק גוט פון אויסנווייניג). האבן זיי זיך איינגערעדט אז מען קען עס ראטעווען מיט מענטשליכע פעולות.

נו, שיין זיך דערלעבט א דור הפלגה, און יא; קארל, טויזענטער סייענטיסטן שטימען איין מיט אים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:29 am

מיללער האט געשריבן: אפשר קאן איינער אראפברענגען דעם גאנצען שטיקל געהעריג?
צוגעלייגטע
- דור הפלגה א.JPG
- דור הפלגה ב.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 9:27 am

יישר-כח פארשלאפן, יעצט ברויך מען א נגר אדער בר-נגר דיפרקינה.

-

מאנטיסעלאו, קארל און שוועמל אינעם אשכול איבער 'קידוש החמה' האט מען שוין דן געווען איבער די שאלה, למעשה דער רמב"ם שרייבט קלאר אין הל' קידוש החודש אז אלע ענינים וואס מיר ווייסען פון אסטראנאמיע קומט פון 'חכמי יון' ווייל דאס וואס די חכמי ישראל בימי הנביאים האבן געוואוסט איז פארלוירען געגאנגען.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 9:34 am

שוועמל האט געשריבן:א שאד א שאד, וואלט איך געווען א סייענטיסט וואלט קארל מיר געגלויבט יעדעס ווארט.

עס ווייזט אויס אז דו ביסט פערזענליך געווארן באליידיגט, שוועמל. איי עם ריעלי סארי... כ'האב גארנישט געמיינט פערזענליך.
כ'האב נאר לידיעה בעלמא אנגעמערקט אז עס איז גאר לעכערליך צו זאגן אז "דיינעסארס" האבן בכלל נישט עקזיסטירט, און אפילו אזא סקעפטיקער אויף דער וויסנשאפטליכער וועלט ווי ר' אביגדור מיללער ז"ל האט בכלל נישט געהאט קיין צווייפל אין זייער עקזיסטענץ. מען קען צו דעם צולייגן נאך ביישפילן, למשל ר' אליהו דעסלער ז"ל ועוד ועוד. די אלע האבן בכלל נישט אנגענומען די דעות פון וויסנשאפטלער איבער ווי אלט די וועלט איז, זיי זענען אבער נישט געווען קיין בת-היענות און געזאגט אז די סייענטיסטן זענען אזעלכע משוגעים אז זיי "ווייסן נישט" אז די ביינער קומען פון עליגעיטארס און קאנגארוס...
צוריק צו מאנטיסעלא'ס נקודה, דאס איז א ריכטיגער ביישפיל פון באגראבן דעם אמת אנשטאט עס קאנפראנטירן און מסביר זיין אויף אן אינטעלעקטואלן שטייגער.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 9:49 am

אשכול: על ספר הברית שדן בענינים אלו והמסתעף

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 10:19 am

Monticello האט געשריבן:מערקווירדיג, גאנץ באשטימט. גאר א גרויסן דאנק פארן צוברענגן.

כ'וויל זייער נאכקוקען ס'לשון אינעוויניג. האט ר' יונתן אליין געשריבן "דידוע מה שכתבו...וכבר מצאו...וכבר חברו בזה חיבורים..."?

אלענפאלס, איז ער אבער נישט מסביר ניוטאן'ס גראוויטי ממש, און ס'לאזט זיך טאקע דינגען איבער די סייענטיפישע דעטאלן. אבער אזויפיל זעמיר לכאורה יא (אויב ס'איז אלעס רבי ר' יונתן'ס לשון), אז (א) רבי ר' יונתן האט געוואלט פארשטיין די תורה אין א פראקטישע זין, און אז (ב) ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון עס מקרב זיין אל השכל מיט "היינטיגע" סייענטיפישע ידיעות, דהיינו ער האט זיי נישט אוועקגעמאכט לאמר, "וואס ווייסן זיי דען?" און אז (ג) ער האט טאקע געלערענט, און געקאנט, סייענטיפישע ביכער.

הגם די לעצטע נקודה וועט פאר מאנכע אויסקוקען ווי א דבר פשוט (ווארום פארוואזשע נישט, נאך אלעם, פון ווי דען ווייסן מיר דעם דעם גאנצען חשבון פונעם מולד הלבנה?) דאך היינט פרובירט מען צי פארהוילן פון די קינדער אז סייענטיסטן ווייסען וואס זיי רעדן. ממילא ברויך מען אנצייגן אויף א רבי ר' יונתן לאפוקי.


עס איז היינט א קלארע זאך אז אייזיק ניוטאן הגם ער איז אפיציעל געווען א קריסט (נאר לפנים משא"כ פון די כתבים זיינע וואס זענען נישט געדרוקט טוט ער אפווענדן די לעכערליכע סברות פון די קריסטליכע גלויבן) האט געשריבן זיינע זאכן עפ"י תורה, ער איז געווען א מאמין באלוק ישראל, און האט געגלייבט מכח פיליזאפיע אין דעם וואס מיר דארפן גלייבן אז ובטובו מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית.

רוב פון זיינע חכמות אין דער ענין האט ער מלכתחלה גענומען פונעם רמב"ם, און אין זיינע שריפטן ציטירט ער גאנצע שטיקלעך (ס'איז געשריבן אויף לאטיין אויסגעמישט מיט לשוה"ק) מיט מראה מקומות פונעם רמב"ם. און דאס איז געווען א סוד אלע יאהרן וויבאלד ענגלאנד איז געווען זייער שטארק קריסטליך געשטומט, און האט געהאט א פארבאט אויף אידן צו ווואוינען דארט, און דערפאר האבן ניוטאנס פאמיליע באהאלטן זיינע כתבים כדי מען זאל נישט געוואויר ווערן דערפון.

אין משפחה סוכות איז געווען א לענגערע באשרייבונג דערוועגן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 12:20 pm

בן בוזי האט געשריבן: רוב פון זיינע חכמות אין דער ענין האט ער מלכתחלה גענומען פונעם רמב"ם, און אין זיינע שריפטן ציטירט ער גאנצע שטיקלעך (ס'איז געשריבן אויף לאטיין אויסגעמישט מיט לשוה"ק) מיט מראה מקומות פונעם רמב"ם.


אויב האט ר' אייזיק גענימען פונעם רמב"ם (און עס אפגעפרעגט), ברויך מען אבער וויסען אז דער רמב"ם, און די תלמוד, האבן עס גענומען פון די חכמי אומה"ע (די אריסטו'טילעין בליק), דהיינו דער רמב"ם איז געווען דער לינק (א כלי שני) אונעם רינגעלע פון וויסענשאפט פון אריסטו ביז נוטאן (א כלי שלישי).

(הגם ס'איז שווער צו גלייבען א ז די דאטא פון Tycho Brahe איז נישט געווען בעסער פונעם רמב"ם'ס)

אויך איז וויכטיג צי וויסען אז דער חשבון פונעם רמב"ם איז נאכאלס ריכטיג, ווארום ס'איז געווען געבויעט אויף גאנץ ריכטיגע אבזערוואציעס, די "פארוואס" (הטעם, כלשון הרמב"ם) האט זיך אבער געטוישט אינגאנצן.

הלשון הרמב"ם בהלכות קידוש החודש ויסוד גדול בענין לימוד החכמות מאומה"ע:

והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר? היא חכמת התקופות והגימטריות שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו. ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר, בין שחברו אותם נביאים בין שחברו אותם גוים. שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמתתו בראיות שאין בהם דופי, אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו אלא על הראייה שנתגלתה והטעם שנודע.



איבעריג צו זאגן אז אנגעהויבן מיט גאלילייא, קאפערניקוס, קעפלער, און גענדיגט מיט נויטאן און איינשטיין - האבן זיי געלייגט אריסטו'ס און פאטלאמי'ס סיסטעם אויף קאפויער. און ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס מיר זאלן פארהייליגן אריסטו און פסל'ן קאפערניקס. ובפרט אז דער רמב"ם זאגט קלאר אז אויב איז פארהאן ראיות ברירות, האט נישט קיין זין צו גיין מיטן קאפ אין וואנט. אויף צו מכחיש זיין "שמש" בצהרים איז נישט געזאגט געווארן דעם כי הוא חכמתכם; ס'איז קיין חכמה.


כ'האף זיך שפעטער צו אומקערן צו שוועמל'ס מיטל-אלטער וויסענשאפט טענות.
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 11:14 pm

אן אינטערעסאנטער שמועס איבער דיינעסארס:
http://www.beyondbt.com/2009/10/28/deal ... dinosaurs/


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט