ברכת הבנים בליל שבת קודש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

ברכת הבנים בליל שבת קודש

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג דעצמבער 09, 2007 10:16 am

ס'איז דא א באוואוסטע מנהג צו בענטשען קינדער אין ליל שבת, לעגנדיק הענט אויף זייערע קעפ. ס'איז דא אזעלכע וואס לעגן נאר די רעכטע האנט (חסד) און ס'איז דא אזעלכע וואס לעגן די ביידע הענט (אבער די רעכט איבער די לינקע).
ס'איז דא אויכעט אזעלכע וואס בענטשען די קינדער נאר אין ערב יום כיפור (און אזוי איז דער מנהג, וואס איז פארשפרייט אין חב"ד).

און וויאזוי גייט עס ביי אייך?

אפשר עמעצער ווייסט צי ס'איז דא וועגן דעם עפעס אין כתבי אר"י ז"ל און אין חסידישע ספרים?
די וואָר הענגט אויף א האָר

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג דעצמבער 09, 2007 11:58 am

ביי מיין טאטע, און ביי מיין שווער, און פארשטייט זיך ביי מיר, איז עס נאר ערב יום כיפור.

אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2007 5:41 am

תגובהדורך מענדעלע » זונטאג דעצמבער 09, 2007 12:11 pm

נאר ערב יו"כ מיט די ביידע הענט

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג דעצמבער 09, 2007 12:47 pm

3x0 האט געשריבן:ביי מיין טאטע, און ביי מיין שווער, און פארשטייט זיך ביי מיר, איז עס נאר ערב יום כיפור.

און נאר מיט איין האנט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 09, 2007 1:05 pm

ביי מיין טאט'ן זז"ג בענטשט מען יעדן פרייטאג צונאכטס בנים ובנות, מ'גיבט א קוש פאר'ן טאטען און מאמען אין די האנט, וכן נוהג אני הקטן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג דעצמבער 09, 2007 8:43 pm

כטריאו, כן אני שומע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 12:38 am

גם אני מצטרף לדברי דריי-מאל-נול.

דאס איינציגסטע מאל איך פלעג זעהן ברכת הבנים פרייטאג צונאכטס איז געווען ביים איינשטיין בבית דודי, בעל אחות אמי, וועלכער האט יא דעם מנהג.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 12:13 pm

מיין שווער און איך בענטשן נאר עיו"כ. איך בענטש - דערווייל - מיט די רעכטע האנט, ווייל מיט די לינקע האלטעך אפן דער מחזור ווייל כ'קעניש אויסענווייניג.

אינטערסאנט איז נאר, אז מיין צווייטע זיידע וואס איז א כהן, ווי אויך זיין איידעם - מיין פעטער - וואס איז אויך פערצופאל א כהן, בענטשן יעדן פרייטאג צו נאכטס (מיט ביידע הענט).

ביי רבותינו הקדושים מסאטמאר איז דער מנהג אז מ'בענטשט נאר מיט'ן רעכטן האנט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 2:58 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:ביי רבותינו הקדושים מסאטמאר איז דער מנהג אז מ'בענטשט נאר מיט'ן רעכטן האנט.

יעדן פרייטאג צענאנטס אדער נאר ערב יום כיפור?
די וואָר הענגט אויף א האָר

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 5:02 pm

ווען מ'גייט אריין זיך געזעגענען (יחידות אין חב"ד).
פרייטאג צונאכטס אדער ערב יו"כ ווייסעך נישט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 21, 2007 2:10 pm

תגובהדורך געצל » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 3:46 pm

די גאון זאגט אז מען זאל בענטשען נאר מיט איין האנט ווייל נאר כהנים בענטשן מיט ביידע הענט, די יעב"ץ טענעט אבער אז מען קען מיט ביידע הענט אויך

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

בענטשן די קינדער פרייטאג צונאכטס

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אוגוסט 16, 2009 3:57 pm

אינטערסאנטע זאך קיינער דא און אויך נישט שאץ מאץ האט גערעדט דערפון אבער די וואך אין דער בלאט ביי "ביי מיר האט עס פאסירט" ברענגט ער אראפ אן אינטערסאנטע מעשה וועגן בענטשן די קינדער פרייטאג צונאכטס

אלזא איז דאס נישט א חלק פון די סעודה? וויאזוי פירט זיך דער עולם?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 16, 2009 11:38 pm

איך בין נישט אזוי איינשטומיג מיט דעם ארטיקל.....

יעדע מענטש דארף טון וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטן און דאס איז די גרעסטע גאראנטי אז ער וועט אנהאלטן מסורות אבות גייט דאס ווייטער צו זיינע קינדער,
דער ארטיקל לאזט די פארקערטע מעסעדש, זיינע קינדער האבן נישט מצליח געוועהן און ווייל ער האט משנה געוועהן און אנגעהויבן צו בענטשן די קינדער פרייטאג צונאכטס האט ער געזעהן הצלחה, נישט אז איך מאך אווועק דעם מנהג קדוש,
אבער פליז פארדריי נישט דעם מענטשן אז דיין טאטע האט דאס געטון יעדע וואך טו עס, אז נישט נישט,

מענטשן ווערן משוגע פון יעדע אזוי גערופענע סגולה ביז מ'ווערט צודרייט,

ווילסט בענטשן בענטש די קינדער, אבער סתם משנה זיין ממנהג אבות איז נישט גלייך,
.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 11:23 am

עפעס קוקט אויס שאץ אז די פירסט דיך נישט אזוי...
איך וויל טאקע וויסן ווען סאיז די זמן ווען רוב עולם פירט זיך? צי נאך קידוש צי פאר קידוש?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 11:26 am

שאץ זאג מיר נישט אז אין דיין ספר גייסטו האקן אויף דעם

ביי אונז פאר קידוש

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:44 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:עפעס קוקט אויס שאץ אז די פירסט דיך נישט אזוי...
איך וויל טאקע וויסן ווען סאיז די זמן ווען רוב עולם פירט זיך? צי נאך קידוש צי פאר קידוש?

בכלל נישט.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:49 pm

ביי אונז פאר קידוש
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 3:23 pm

אינטערסאנט ביי אונז נאך קידוש

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 3:47 pm

פאר קידוש
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 4:26 pm

פאר כל נדרי...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 4:34 pm

שטארק זיך האט געשריבן:פאר כל נדרי...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 7:58 pm

thefact האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:פאר כל נדרי...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 10:35 pm

שאץ דיין הנחה איז נישט אזוי גערעכט,
א מענטש מעג אין דארף פראבירען צי זיין אזוי ווי זיין טאטע אין ס'איז גארנישט שלעכט צי זיין בעסער,
ס'איז א באקאנטע מנהג ישראל אין ס'איז גארנישט שלעכט עס אנצופאנגען,

מיר פערזענליך פירען זיך נישט צי בענטשען ער"ש, נאר ערב יוה"ק

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:07 pm

נעתיק מספר הקדוש מנחם ציון [רימאנאוו] (ליקוטים לסעודת יום א דחוה"מ פסח),

לפנים בישראל היה דבר יקר מאוד לברך איש את בנו, או לאדם אחר, ולא כמנהג הבעלי בתים עתה,
שמברכין בניהם מדי שבת בשבתו, פעמיים ושלש, ואם כך היה בימים קדמוניות, לא נעשה הקנאה בין יעקב לעשיו,
רק שיצחק המתין עד שיהיה עת רצון והוא בליל פסח.

הרה"ק במ"ס חקל יצחק חוץ מערב יוה"ק היה גם מברך בשמיני עצרת כמנהג זידיטשויב.



קאן זיין אז דער געהענגעל ווערט שוין ווייטער פאר דרייט, און מען וועט עס אפטיילן,
אבער אצינדער בין יאך נישט שוילדיג, נישט יעך האב אן געהויבן -c:o
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:17 am

איך_הער האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:פאר כל נדרי...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט