וואס איז דער "ראם = וויזל-טור"?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סעיגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעיגען »

שוועמל האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס איז דער קאנטראווערסיעלער דיינעסאור פון די קראקאדיל אדער קענגערו משפחה.


דיינעסאורס האבן נישט קיין שייכות מיט קראקאדילן אדער קענגערוס. זיי זענען מינים בפני עצמם, און לויט די היינטיגע וויסנשאפטלער די שטאם-עלטערן פון די פויגלען.
דיינעסאורס זענען בכלל נישט קאנטראווערסיאל - דער זמן ווען זיי האבן געלעבן איז קאנטראווערסיאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

היינט חוה"מ בין איך געווען אין Living Torah Museam דארט זאגט ער א דעה אז דער ראם איז דער באקאנטער מאסיווער Rhino אדער אין פולן ווארט Rhinoceros.

קוקנדיג נאכאמאל אין תרגום זעה איך אז ער טייטשט אויף דישון = רימא, און ת"י טייטשט רימנין, וואס איז זייער ענליך צו דעם ווארט רינא וויאזוי מיר רופן היינט דעם רינאסערוס. אין פאקט פארמאגט ער איין גרויסער דיקער הארן אויפן קאפ וואס שטימט מיט וקרני ראם קרניו.
ס'יז מיר אבער געבליבן שווער וואס איז דער לשון רבים "וקרני", ער האט דאך בלויז איין הארן?

פרוביר צו קוקן אויס די פרסה איז מפרסת.
אטעטשמענטס
rhino.JPG
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

איך זעי נישט וואס דער הארען איז עפעס אזוי ספעציעל.. האט איר געפרעגט הרב דויטש פון תורה מוזיעם פון ווי ער נעמט אז דאס איז א ראם...?

2) און אז די היטאריקרעס ווייסען נישט דערפון איז וואס ?? ווייסען זיי פון ססגונא ???? פאר וואס דארף מען אפילו קוקען אויף זייער ליידיגע וויסנשאפט.. זיי ווייסען אפילו נישט פון די היסטאריע פון בריאת העולם...

3) עס איז קיינמאל נישט געווען א "דייניסאר" כידוע....

4) און ווי שטייט אז יעדע "ראם" איז אזוי גרויס ..אפשר יענע ראם איז געווען אזוי גרויס...
און אז עס איז א מאל געווען א עוג מלך הבשן און א סיחון.. דארף היינט אויך זיין אזעלכע ריזען...

5) סוף פסוק ווייסט מען נאך אלס נישט וואס דאס איז .. יעדער ברומט אפשר דאס אפשר דאס.... למעשה עפעס א מקור פון א גדול כגון רבי חיים קנייבסקי..?

6) און סוף פסוק וואס איז דאס א ווייזע ( האט אפשר די נייע עוז והדר חמשים ---וואאס זענען אדווערטייזט אויפען "קול מבשר" ...א פיקטשער פון א "וויזע")...

7) און אז מען רעדט שוין יא .....וואס טייטש "אשה" א "פייער אפער" וואס איז דאס????????????

8) צום שלוס א תוכחה מגולה פאר די וואס שרייבען און זייערע הערות אביסעל ענגליש - איז דדאס כדי מען זאל נישט מיינען אז זיי זענען צוריקגעבליבען..???... לדעתי איז דאס א חוסר זעלבסט זיכרקייט -ובלשונם האהובה סעלף אאנפידענס..) און אביסעל קליין קעפיקייט ודי...און מען דארף ווען מאכען א בזונדערע נושע דערווגען ועוד חזון בעזהשי"ת...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כ'אב יעצט געזען אין רש"י בכור שורו הדר לו וקרני ראם קרניו ברענגט ער פון מדרש "שור כוחו יפה אבל אין קרניו נאות, ראם אין כחו יפה אבל קרניו נאות, נתן לו כוחו של שור ויופי של ראם"

קוקנדיג אויף אזא מיאוס'ער באשעפעניש ווי דער ריינא איז נישט מעגליך אז מען רעדט פון זיין קרן וואס איז גרויליג.

אקיצור, דער ריינא איז זיכער נישט דער ראם!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דוד משמש האט געשריבן:איך זעי נישט וואס דער הארען איז עפעס אזוי ספעציעל.. האט איר געפרעגט הרב דויטש פון תורה מוזיעם פון ווי ער נעמט אז דאס איז א ראם...?
ר' דוד מיינע קשיות והערות אין באלד
2) און אז די היטאריקרעס ווייסען נישט דערפון איז וואס ?? ווייסען זיי פון ססגונא ???? פאר וואס דארף מען אפילו קוקען אויף זייער ליידיגע וויסנשאפט.. זיי ווייסען אפילו נישט פון די היסטאריע פון בריאת העולם...
פון וועלכע היסטאריקער רעדט איר, וועלכע ווייסען נישט פון בריאת העולם?

3) עס איז קיינמאל נישט געווען א "דייניסאר" כידוע....
פאר מיר איז דאס נישט ידוע, מקור ביטע

4) און ווי שטייט אז יעדע "ראם" איז אזוי גרויס ..אפשר יענע ראם איז געווען אזוי גרויס...
און אז עס איז א מאל געווען א עוג מלך הבשן און א סיחון.. דארף היינט אויך זיין אזעלכע ריזען...
וואס איז דאס 'יענע ראם'? אז דער פסוק זאגט 'כקרני ראם קרניו' אדער 'ומקרני ראמים עניתני' איז פשט אז דאס איז א באוואוסטע זאך אז א 'ראם' האט אויסטערלישע קרנים, 'עוג מלך הבשן' איז אין יענע צייטען אויך געווען א חידוש ווי דער ספוק איז מעיד.

5) סוף פסוק ווייסט מען נאך אלס נישט וואס דאס איז .. יעדער ברומט אפשר דאס אפשר דאס.... למעשה עפעס א מקור פון א גדול כגון רבי חיים קנייבסקי.

6) און סוף פסוק וואס איז דאס א ווייזע ( האט אפשר די נייע עוז והדר חמשים ---וואאס זענען אדווערטייזט אויפען "קול מבשר" ...א פיקטשער פון א "וויזע")...
מ'האט דא פון אנפאנג שוין גערעדט אז א 'וויזע' איז א געוויסער פרייער-פעלד באוואקסן מיט גראז, וועגן 'קול מבשר' בין איך נישט באקאנט.

7) און אז מען רעדט שוין יא .....וואס טייטש "אשה" א "פייער אפער" וואס איז דאס????????????
א פייער-אפפער האבן מיר שוין אויך באהאנדלט אין 'שפראך' עס באצייכענט עפעס וואס מען 'אפפערט' פארן פייער.

8) צום שלוס א תוכחה מגולה פאר די וואס שרייבען און זייערע הערות אביסעל ענגליש - איז דדאס כדי מען זאל נישט מיינען אז זיי זענען צוריקגעבליבען..???... לדעתי איז דאס א חוסר זעלבסט זיכרקייט -ובלשונם האהובה סעלף קאנפידענס..) און אביסעל קליין קעפיקייט ודי...און מען דארף ווען מאכען א בזונדערע נושע דערווגען ועוד חזון בעזהשי"ת...

טובה תוכחת מגולה, אבער עס פעלט איבסל תבלין אין אייערע רייד, ואס אינעם 'חזון למועד' זאלט איר מער מרחיב זיין דערוועגן, ווייל לדעתי איז דאס היבש איבערגעטריבען, בעת וואס יעדער בר-דעת ווייסט אז דאהי אין אמעריקא איז ענגליש אן אינטעגראלער חלק פונעם אידיש און עס ווערט אריינגעפלאכטן שרשרות מעשה עבות אינעם טאג-טעגליכען אידיש, פארוואס ווען איינער נוצט דאס ביים שרייבען איז עז קליין-קעפיג?
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

מיללער האט געשריבן:וואס איז דאס 'יענע ראם'? אז דער פסוק זאגט 'כקרני ראם קרניו' אדער 'ומקרני ראמים עניתני' איז פשט אז דאס איז א באוואוסטע זאך אז א 'ראם' האט אויסטערלישע קרנים, 'עוג מלך הבשן' איז אין יענע צייטען אויך געווען א חידוש ווי דער ספוק איז מעיד.

די מעשה פון דוד המלך
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

די וויזעל טור וכדומה אין לכאורה געווען די דייינאסערס (אזוי ווי די מדרש הנ"ל, אז דהמע"ה האט געמיינט עס איז א בארג). עס איז דא היינט ריזיגע ביינער פין די חיות.

נאר דעס וואס זיי שפאקלירען ווי אלט עס איז, דאס איז נישט אמת כמובן. אין אפילו זיי זענען מודה אז עס איז נאר א "thorey" עס איז נישט מעגליך צי proven כמובן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שלום עליכם ברוקלין.

פון וואנעט נעמט איר צו זאגן אז ראם איז א דייענסאר??
אפשר א שארק, ווייל ס'יז דא היינט ריזיגע געביין פונעם "מעגאדאלאן"?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דוד משמש האט געשריבן:איך זעי נישט וואס דער הארען איז עפעס אזוי ספעציעל.. האט איר געפרעגט הרב דויטש פון תורה מוזיעם פון ווי ער נעמט אז דאס איז א ראם...?.


דעם חוה"מ האבעך געהערט פון הרב דויטש אז דער ראם איז ORYX.ער האט א הארן דערפון און ווייזט ווי אזוי ער בלאזט דערמיט
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך ווייס נישט וואס א ראם איז, אבער לגבי די קושיות אויפן ריינא, איז גוט צו וויסן, אז טייל ריינאס האבן יא צוויי הערנער, נישט אין די ברייט פונעם קאפ, נאר איינס נאכן אנדערן אראפ אויף די נאז, און יא, זיי זענען גרויס און שיין.

לגבי שיינקייט, איז עס מעגליך נישט אזוי שיין גלייך אויף די חיה, אבער מען שניצט עס הערליך אויס, כידוע.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גלעקל האט געשריבן:ב"ה

א קורצע איבערבליק אויף "הפעמון – צלצול שישי"



ה"ראם" במקורות חז"ל וקדמונים
דער 'ראם', וויזעלטיר, - א שיינע ליקוט מיט הערות איבער דעם באשעפעניש, פון איבעראל וואו ס'ווערט דערמאנט אין תנ"ך, חז"ל און מדרשים. דער שרייבער הרב שמעון שלמה זילבער, איז מפרש די שיטות און חילוקי דעות איבער איר גרויסקייט, שטארקייט, כשרות, און נאך.


ייש"כ

שמעון שלמה שרייבט לעצטענס אין קינדליין די גאונות ליין אפטיילונג, קען זיין אז דארט איז אויך געווען אן ארטיקל איבער דאס ענין
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

ר' דוד שפיטצער האט געהאט געשריבן דערפון אין די "פרשה בליצן" ביי די פרשה בילד פון פרשת נח תשע"ו
וויפיל איך האב פארשטאנען שרייבט ער דארט אז דאס איז נישטא היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”