ידיעות באגאזש...

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 3:33 pm

דער געדענקט אביסל, און האט א דומם, אבער דער דומם אליינס אן א מדבר איז גארנישט ווערד, מען דארף אביסעל קענען געדענקן צו וויסן וויאזוי צו ניצן דעם דומם, גראדע דאס האב איך געדענקט אז עס איז דא א מקור אין די פריערדיגע חסידישע ספרים, שכן בבעלזא הקפידו מאד ע"ז, ובילדותי הי' אבי שליט"א מזהירני ע"ז
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 3:34 pm

די וועלט איז גראדע מקפיד מען זאל נישט קוקן אויף קיין שוטה, אבער זיי זענען דאס תולה אין מדת רחמנות, אז מען זאל יענעם נישט פארשעמען.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 9:41 pm

געווען היינט און באלטימאר, געדאווענט מנחה און רב היינעמען'ס שוהל.
דער שטח וויא דער בעל תפילה שטייט און אויך דער עמוד איז נידעריגער וויא די פלאר פונעם גאנצען בית מדרש, אלטץ דער פסוק 'ממעמקים קראתיך ד'
the SCY is the limit

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 10:29 pm

די לשון אין די גמרא און פוסקים איז טאקע "יורד לפני התיבה".
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 9:02 am

scy4851 האט געשריבן:געווען היינט און באלטימאר, געדאווענט מנחה און רב היינעמען'ס שוהל.
דער שטח וויא דער בעל תפילה שטייט און אויך דער עמוד איז נידעריגער וויא די פלאר פונעם גאנצען בית מדרש, אלטץ דער פסוק 'ממעמקים קראתיך ד'


שלום עליכם ר' שמחה, א גאסט פון מערילענד, רב היינימאן איז דאכציך פון די סטאר-K.
מן-הסתם ווייסט איר אז אין רמ"א'ס שוהל אין קראקא איז אויך נידריגער ביים עמוד אלס 'ממעמקים'.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 9:25 am

איז פארדעם געווען די פאדלאגע שיף אינעם ווינער שוהל אויף ליע עוועניאו?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 9:40 am

יוסלמאן האט געשריבן:איז פארדעם געווען די פאדלאגע שיף אינעם ווינער שוהל אויף ליע עוועניאו?

ניין, די ווינער שול איז פריער געווען, להבדיל, א טעאטער\אודיטאריאום.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוקטובער 25, 2009 4:23 pm

געזעהן אן אינטערעסאנטע שטיקעל סדר הדורות, ער ברענק פונעם 'שלשלת הקבלה' אז נח האט געהאט א פערדע זוהן (דאס איז נישט איינשטומונג מיט רש"י ער האט געשאלטען חם'ס פערדע קינד)
צוגעלייגטע
noach.jpg
the SCY is the limit

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג אוקטובער 25, 2009 4:26 pm

שטארק זיך האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:איז פארדעם געווען די פאדלאגע שיף אינעם ווינער שוהל אויף ליע עוועניאו?

ניין, די ווינער שול איז פריער געווען, להבדיל, א טעאטער\אודיטאריאום.


די סיבה פון די שיפקייט אין וויענע שוהל איז אפשר נישט געווען דערפאר, אבער דעם מקום הבעל תפלה איז געווען מיט א טרעפל נידעריגער צוליב דעם פסוק ממעמקים קראתיך.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 6:50 am

היינט געזעהן אין ישמח משה, אז מ'שטייט נישט אויף פארטאג'ס איז מען נישט זוכה אויפצושטיין ח"ו לתחי'.

ואעתיק לשון קדשו (משלי ו, ט): "עד מתי עצל תשכב ומתי תקום משנותיך, ר"ל כי הישן על מטתו ומעורר עצמו לקום בזריזות לעבודת הבורא ית"ש, הרי מדה כנגד מדה שיזכה ליקיצה מהשינה בעת התחיה, כמו שנאמר ורבים מישני עפר יקיצו, והנה זה שיזכה לתחיה הוא נשמר בהשגחת הבורא בקבר עד עת התחיה, אף שמדרך הטבע שיבלה בעפר עד כלותו וישוב עפר אל הארץ כאשר היה, מ"מ השי"ת שומרו ע"צ הפלא, כמו שנאמר בשכבך תשמור עליך בקבר, ונאמר ותניח ותעמוד לגורלך לקץ הימין, משא"כ אם שלא יזכה לעמוד בתחי' לא עביד קוב"ה ניסא למגנה, ונבלה בקבר בזמן קצר, והיינו שאומר הפסוק להעצל אתה העצל השוכב על מטתך זמן ארוך, ובקבר שהוא שכיבה אמיתית כמו שנאמר בשכבך עליך, שם לא תשכב זמן ארוך, דכיון שאתה עצל ואינך מקיץ לעבודת הבורא ית"ש לא תקיץ לתחיה, ולא עביד קב"ה ניסא למגנא לשמרך זמן ארוך בקבר, וזה שיעור הפסוק עצל עד מתי תשכב בקבר כי לא יאריך לך בזמן, והטעם מתי תקום משנתיך הלא לא תקום, דאם היית קם השי"ת שומרך עד אותו עת והבן", עכל"ק.

פאר די וואס שטייען אויף איז עס א גרויסער חיזוק, און די וואס נישט זאלן זעהן זיך מזרז צו זיין.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 6:04 pm

ווי קען מען טרעפן די ישמח משה? איך זע עס נישט, נישט אין DBS און נישט געדרוקט אין די ספר, איז דאס אן עקסטערע חלק אויף נ"ך?

כהנא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:45 pm

תגובהדורך כהנא » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 9:08 pm

די ישמח משה זאגט א סגולה, אבער ח"ו ציזאגען אז דעס איז א תנאי אין תחית המתים.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 5:26 am

ס'איז דא א עקסטערע חלק אויף מועדים און נ"ך, (דוכט זיך מיר אז ס'איז נאר דא דערפון א אלטן דרוק).

עס פאסט נישט פאר א "למעלה משבעים" נישט צו וויסן אז ס'איז דא א עקסטערע חלק אויף נ"ך... :grin:

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 11:17 am

קרעמער האט געשריבן:דער געדענקט בליעה"ר.

ער שרייבט אזוי: לא יסתכל בעכו"ם או בפני אדם הכועס או בפני אדם שוטה או משוגע, ובפני אדם רשע ובפני אדם עצב וסר וזעף כו', ולא יסתכל בפני המת כו', ומצוה להסתכל בשמים ובכוכבים לקיים מה שנאמר שאו מרום עיניכם כו' אבל לא בלבנה.


ס'איז אינטערעסאנט צו קוקן אין ספר חיי שלמה לר' שלמה'ניו מסאדיגורא, ער שרייבט כמ"פ אז זיין טאטע ר' ישראל סאדיגערער פלעגט ביינאכט ארויס גיין מיט די קינדער און זיי ווייזן די שטערנס, ער שרייבט אז דער טאטע האט איהם אויס געלערנט וויאזוי צו צו קומען דורך דעם צו יראה עילאה אמיתית!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 6:08 pm

געזעהן אן אינטערעסאנטע מדרש תנחומא פרשת נח

פון דער צייט פון מבול ביז די צייט וואס שלמה המלך האט געבויט דאס בית המקדש האט א יעדעס יאהר גערעגענט 40 טעג נאכאנאנד די זעלבע צייט פון יאהר ווען עס האט גערעגענט ביים מבול.
ווען שלמה המלך האט געבויט דעם בית המקדש האט ער מתפלל געווען און עס האט אויפגעהערט
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 6:49 pm

טאקע אינטערסאנט. יישר כח.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג דעצמבער 20, 2009 2:23 pm

לפי שמצינו שהימין היא השובה בתורה לענין עבודה ולענין בהן יד ובחן רגל של מילואים
ושל מצורע ולענין מצות חליצה, לכן בלבישה וכן בשאר דברים לעולם יקדים של ימין
׳לשל שמאל, ובחליצת המנעלים ושאר בגדים יחלוץ של שמאל תחלה (שזהו כבולם של ימין)
ואך לענין קשירה השמאל חשוב יותר מפני שקושרין עליו את התפילין, ולכן כשצריך לקשור
יקשור של שמאל תחלה
, כגון מנעלים שיש בהם קשירה גועל של ימין ואינו קושרו ונועל
את של שמאל וקושרו ואח״כ קושר של ימין, וכן בשאר בגדים

דאס מיינט אויב לייג איך תפילין אויף די רעכטע האנט דארף איך יא קודם צובינדען די רעכטע?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 20, 2009 2:57 pm

עס איז א שמועס אין די פוסקים. זעה שערי תשובה (או"ח סי' ג' סק"ג) וז"ל: ובבכור שור דף קי"א כתב ולענין נעילת מנעל אם הוא איטר רגל וכן איטר יד ינעול של ימין כל אדם תחלה וגם יקשרנו דהוא שמאל דידיה ואח"כ ינעול ויקשור בשמאל של כל אדם.

להלכה ולא למעשה.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך ינואר 06, 2010 11:13 am

געזען א הייליגע אין חכמהדיגע ווארט פין רבי'ן זצ"ל אין דברי יואל (פ' ויקהל).

וכל העם רואים את הקולות שטייט אין מכילתא "רואים את הנשמע". איז שווער פארוואס ווערט דאס נישט אויסגערעכנט צווישען די ניסים שנעשו במתן תורה.

זאגט דער רבי אז דאס איז נישט קיין נס, ווייל דאס איז מחוקי הטבע, וויבאקאנט ווייסט מען היינט בחוש אז דיבור האט א ממשות (אזוי ארבעט טעלעפאן וכו'), ד.ה. אז דיבור מאכט א געוויסט מציאות אין די ליפט וואס שפילט אפ וואס ער זאגט. - נאר מ'קען דאס נישט זען ווייל עס איז זייער דין (אזוי מ'קען נישט זעען DNA נאר דורך א פארגרעסערונג גלאז). משא"כ קול ה' בכח האט מען געקענט זעען ווייל עס איז מיט א שטערקערע כח מאכט עס מער א היכר וכו', ע"כ.

די חידוש איז אז דער רבי זי"ע איז מסביר אזא הייליגע זאך מיט חוקי הטבע.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 06, 2010 12:58 pm

שכוח ברוקלין טאקע הפלא'דיג!!
אין די ספה"ק (דאכצעך אין אגרא דפרקא איז מאריך דערין) שטייט רואין את הנשמע, מען האט געהערט מיט די אויגן, די אויגן האבן איבער גענומען דעם חוש השמיעה..
א בחינה פון 'וראו' כל בשר יחדיו כי פי ה' 'דיבר', וואס וועט זיין לעתיד די אויגן וועלן איבער נעמען דעם חוש השמיעה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 06, 2010 7:37 pm

ברוקלין האט געשריבן:געזען א הייליגע אין חכמהדיגע ווארט פין רבי'ן זצ"ל אין דברי יואל (פ' ויקהל).

וכל העם רואים את הקולות שטייט אין מכילתא "רואים את הנשמע". איז שווער פארוואס ווערט דאס נישט אויסגערעכנט צווישען די ניסים שנעשו במתן תורה.

זאגט דער רבי אז דאס איז נישט קיין נס, ווייל דאס איז מחוקי הטבע, וויבאקאנט ווייסט מען היינט בחוש אז דיבור האט א ממשות (אזוי ארבעט טעלעפאן וכו'), ד.ה. אז דיבור מאכט א געוויסט מציאות אין די ליפט וואס שפילט אפ וואס ער זאגט. - נאר מ'קען דאס נישט זען ווייל עס איז זייער דין (אזוי מ'קען נישט זעען DNA נאר דורך א פארגרעסערונג גלאז). משא"כ קול ה' בכח האט מען געקענט זעען ווייל עס איז מיט א שטערקערע כח מאכט עס מער א היכר וכו', ע"כ.

די חידוש איז אז דער רבי זי"ע איז מסביר אזא הייליגע זאך מיט חוקי הטבע.

איך פארשטיי נישט די קשיא בכלל, עס שטייט דאך יא קלאר אין די תורה וכל העם רואים את הקולות. וואו נאך זענען אויסגערעכנט די נסים פון מתן תורה?
אפשר לינקט איר אהער די תורה (אויף מיי-סאטמאר קען מען געפונען ספרי דברי יואל).

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך ינואר 06, 2010 7:43 pm

דא האט איר די לינק פין די תורה:
אין דברי יואל פ'ויגש (תיד ע"א), אין אויך אין פ'ויקהל (שסח ע"ב)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך ינואר 06, 2010 7:53 pm

קרעמער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די קשיא בכלל, עס שטייט דאך יא קלאר אין די תורה וכל העם רואים את הקולות. וואו נאך זענען אויסגערעכנט די נסים פון מתן תורה?

עס שטייט טאקע און די תורה,
אבער דער רבי זי"ע רעדט פון די פלעטצער וויא חז"ל און גמרא און און מדרשים רעכענען אויס די ניסים פון מתן תורה, וויא למשל 'נתרפאו בעלי מומים' וכדומה. און די אלע פלעטצער דעמאנען נישט חז"ל דער 'רואים את הקולות'
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך ינואר 06, 2010 8:24 pm

א שכן האט מיר געוויזען א פלא פון אן אור החיים הקדוש
און פרשת שמות אויפען פסוק ויחר אף ה' במשה ויאמר הלא אהרן אחיך הלוי ידעתי כי דבר ידבר הוא
זאגט דער אור החיים הקדוש אז אהרן איז געווען א כבד פה אזוי וויא משה
the SCY is the limit

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 8:02 pm

לדעתי וואלט מען באדארפן יעדע ענין אדער נושא נאך א געוויסע צאל תגובות אפ-טיילן צו א באזונדערע געהענגעל.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי חכם און 7 געסט