היכי דמי חילול ה'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

היכי דמי חילול ה'

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 03, 2009 8:43 pm

עניני חילול השם
עס שטייט דער וואך אין די סדרה "ולא תחללו את שם קדשי" לערנט מען פון דא ארויס אז גאנץ כלל ישראל איז אנגעווארנט נישט צו מחלל זיין דעם באשעפער. חילול ה' איז כולל עטליכע פרטים, מיר האבן צוזאמען גענומען פון חז"ל און פון די ראשונים ואחרונים וויכטיגע נקודות וואס יעדער יוד דארף וויסן כדי נישט נכשל צו ווערן און דעם הארבן לאו.

בעבירה באונס
אלע עבירות וואס די דין איז ביי זיי "יהרג ואל יעבור" אזוי ווי די דריי עבירות, עבודה זרה, גילוי עריות, ושפיכות דמים, אויב האט ער עובר געווען און ער האט זיך נישט געלאזט הרג'נען, איז ער עובר אויף חילול ה'. (רמב"ם פ"ה מהל' יסודי התורה)

דער זעלבער הלכה איז בשעת השמד וואס די אומות העולם ווילן מבטל זיין די יודען פון טון די מצוות, וואס די הלכה איז דעמאלסט יהרג ואל יעבור, כדי זייער שלעכטע מחשבה זאל נישט מקויים ווערן, אויב האט ער נישט אזוי געטוען איז ער עובר אויף חילול ה'.

בעבירה במזיד
דער רמב"ם (פרק ה' מהלכות יסודי התורה הלכה י') זאגט: יעדער וואס איז עובר אן עבירה במזיד, להכעיס אדער לתיאבון, און זיין מטרה איז צו פורק זיין פון זיך דעם עול מלכות שמים, איז ער עובר אויף חילול ה'.

דער ר"ן זאגט (סנהדרין פב.) אז אן עבירה בפרהסיא, אפילו ער טוט דאס נאר לתיאבון, איז ער מיט דעם מחלל את ה'.

עס איז דא א מחלוקת לגבי אן עבירה בצינעא, דער נודע ביהודה (קמא אורח חיים ל"ה) האלט אז דער עצם העבירה איז דער חילול ה', דערפאר איז ער עובר אפילו ווען ער טוט דאס באהאלטערנערהייט. אבער דער תוספות יום טוב (אבות פ"ד מ"ד) האלט אז בצינעא איז נישט דא קיין חילול ה'.

עבירות מיוחדות
עס זענען דא געוויסע עבירות, וואס חוץ פון דעם וואס מען איז עובר זייער לאו ווען מען טוט זיי, איז מען אויך עובר אויף די לאו פון חילול ה'. אזוי ווי: שבועת שוא, גלוי עריות, ווייל ביי זיי זאגט די תורה באזונדער "וחללת את שם אלוקיך".
דער סמ"ג (לאווין קנב) זאגט אז אין דעם כלל איז אויך איינער וואס פעלשט אין די מדות ומשקלות.
דער תוספתא (ב"ק פ"י) זאגט אז גזל עכו"ם איז אסור וועגן חילול ה'.
דער רמב"ם (פכ"ו מסנהדרין ה"ז) לייגט צו "המביא דיני ישראל בפני ערכאות".
דער שערי תשובה (ח"ג סי' ס"א) לייגט אויך צו "המזכיר שם שמים לבטלה".

אדם חשוב
ווען א חשובער מענטש טוט אן עבירה, וואס מענטשען לערנען זיך אפ פון איהם, אדער א תלמיד חכם וואס איז זיך פורש פון דברי תורה להבלי זמן, און אזוי אויך יעדער סארט זאך וואס א תלמיד חכם טוט וואס איז גורם אז מען זאל מזלזל זיין אין דעם כבוד התורה, איז ער מחלל את השם. (רש"י קידושין מ. מאירי יומא פו.)

חומר האיסור
חז"ל זאגן: חילול ה' איז הארבער פון אלע עבירות, ווייל מיר טרעפן אז דער רבש"ע האט מוותר געווען אויף עבודה זרה, אבער ער האט נישט מוותר געווען אויף חילול ה'. און די משנה (אבות פ"ד מ"ד) זאגט "כל המחלל שם שמים בסתר, נפרעין ממנו בגלוי" - יעדער וואס איז מחלל שם שמים בסתר, איז דער אויבערשטער מגלה זיין חרפה פאר יעדן, כדי עס זאל נישט נתחלל ווערן דער שם שמים דורך איהם, ווייל מען וועט זאגן: קוקטס יענער חכם ער טוט מעשים טובים, און דאך האט ער אזוי פיל צרות.

אויך זאגט די משנה (שם) "אחד שוגג ואחד מזיד בחלול השם" – סיי א שוגג און סיי א מזיד וועלן באשטראפט ווערן פאר חילול ה'.
אויך זאגן חז"ל אז "אין מקיפים בחילול ה'" דאס מיינט אז מען טוט נישט אזוי ווי דער חנוני וואס לאזט בלייבן שילדיג, און צום סוף מאנט ער איין דעם גאנצן חוב, נאר פאר מחללי ה' צאלט מען גלייך אפ. און זיין תשובה איז שווער, אויך זיין כפרה איז שווער, ווייל יום הכיפורים איז דאס נישט מכפר, נאר מיתה מכפרת. (קידושין מ. ירושלמי סנהדרין פ"א ה"א)

התיקון
דער רבינו בחיי (ויקרא כב לב) זאגט אז דער תיקון פאר חילול ה', איז קידוש השם, און וועגן דעם האט דער תורה נאנט געשטעלט דעם פסוק "ולא תחללו את שם קדשי" צו דעם פסוק "ונקדשתי בתוך בני ישראל", נאר צו זאגן אז דער תיקון פון חילול ה' איז קידוש ה'.

לקולא
דער משנה ברורה שרייבט (תקס"ו ס"ק כ"א) אז אויב מען האט אויסגעריפן א תלמיד חכם צו אן עלייה לספר תורה, און עס איז א תענית ציבור, אבער ער פאסט נישט, איז אויב עס איז איהם שווער זיי צו זאגן אז ער פאסט נישט ווייל עס וועט ארויסקומען א חילול ה', קען ער זיך פארלאזן אויף די שיטת המקילין וואס האלטן אז אפילו איינער וואס פאסט נישט מעג עולה זיין לתורה ביום התענית.

לסיום: דער זון פון דער חפץ חיים פארציילט אז אין דער לעצטער שטיק צייט פאר זיין טאטען'ס הסתלקות, האט ער מער נישט געהאט קיין כח צו לערנען, אבער ער האט געבעטן אז מען זאל עפענען א ספר פאר איהם, כדי עס זאל אויסזעהן ווי ער לערנט, ווייל עס זאל נישט ארויסקומען קיין חילול ה', אויב איינער וועט אריינקומען און ער וועט זען ווי ער זיצט ליידיג!

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:12 pm

יישר כח זיידעניו!
ביים עולם איז אנגענומען אז ווען מ'טוט עפעס וואס איז נישט ארענטליך פארנט פון א גוי איז עס אויך א חילול השם.
(גראדע האב איך א שטיקל מקור)

וואס זאגט איר וועגן דעם?
לעצט פאראכטן דורך לאקשן קיגל אום דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:13 pm

פאר ווער עס פארשטייט קוקט אויס ווי פון די לאקשן קיגל רינט שמן

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:46 pm

ערמעגליכט מיר צו מעורר זיין, אז לגבי א אדם חשוב און אזעלעכע וואס מי לערענט זיך פון זיי, איז שייך חילול ה' נישט נאר ביי איין עבירה, נאר אויך ביי זאכן וואס מען קען א טעות האבן און מיינען אז ער טוהט א דבר שאינו ראוי, וכמבואר ביומא דף פו עמוד א- אמר רב כגון אנא אי שקילנא בישרא מטבחא ולא יהיבנא דמי לאלתר ע"כ, ועיי"ש די גאנצע סוגיא.
גאר וויכטיג איז צו געדענקן לשון הגמ' דארט-

ואהבת את ה' אלהיך שיהא שם שמים מתאהב על ידך שיהא קורא ושונה ומשמש תלמידי חכמים ויהא משאו ומתנו בנחת עם הבריות מה הבריות אומרות עליו אשרי אביו שלמדו תורה אשרי רבו שלמדו תורה אוי להם לבריות שלא למדו תורה פלוני שלמדו תורה ראו כמה נאים דרכיו כמה מתוקנים מעשיו עליו הכתוב אומר [ישעיהו מט] ויאמר לי עבדי אתה ישראל אשר בך אתפאר אבל מי שקורא ושונה ומשמש תלמידי חכמים ואין משאו ומתנו באמונה ואין דבורו בנחת עם הבריות מה הבריות אומרות עליו אוי לו לפלוני שלמד תורה אוי לו לאביו שלמדו תורה אוי לו לרבו שלמדו תורה פלוני שלמד תורה ראו כמה מקולקלין מעשיו וכמה מכוערין דרכיו ועליו הכתוב אומר [יחזקאל לו] באמר להם עם ה' אלה ומארצו יצאו.

יזכנו ה' להיות מהמאהיבים שמו.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט