נקודות האבן אויך נומבערס?

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

נקודות האבן אויך נומבערס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אין או''ח סימן קפ''ז הל' ברכת המזון אין באר היטב ס''ק א' ברענגט ער צו א של''ה אז מ'זאל זאגן, 'תמיד לא ''חסר''(נישט ''חיסר'' מיט א חירוק)לנו, ואל ''יחסר'' לנו'(און נישט יחסר מיט א שו''א אינטערן יו''ד, און א פת''ח אינטערן ''ח'', און א ציר''י אינטערן ''ס'' ווי ער ברענגט פארדעם פון די רש''ל),זאגט ער ווייל די נקודות איז גימטריא כמנין לחם, יעצט וויל איך וויסן וואסארא נומבערס לויפט אויף די נקודות, און וואו עס ווערט געברענגט, ס'איז די ערשטע מאל איך הער אזא זאך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעדע פינטל איז ווי א יוד'עלע, בגימטריא 10.
אויב האט עס א ליניע, איז עס ווי א ויו, בגימטריא 6.

רעכן אויס: א קמץ איז 16
פתח 6
צירי 20
סגול 30
און אזוי ווייטער
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ייש''כ קרעמער, יא ס'שטימט.

די האסט עפעס א מראה מקום דערויף?
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אלע ספרים וואס טוען אין גימטריאות רעכענען אזוי, וואס איז די מקור אז א' איז איינס און מ' איז פערציג ?
דו ווייסט אז מנצפ"ך האט אויך א גימטריא ? עס איז משלים די גימטריא פון ת' וואס דאס איז 400 ביז טויזנט, דהיינו ך' איז 500 ם' איז 600 ן' איז 700 ף' איז 800 ץ' איז 900 אין א' איז טויזנט!
(עס איז דא וואס רעכענען די ענדע אותיות אנדערש, דאס הייסט אויף די סדר פון מנצפ"ך נישט אויף די סדר פון די א"ב)

דרך אגב, דא זעהט מען אז אפילו די נקודות האבן א חשבון, א קמץ קומט א שורה און א פינטל, נישט ווי מאנכע ווילן מאכן א גלייכע שורה און א שורה אויף אראפ...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

די מקור איז לכאורה פון ערגעץ אין די ספרי קבלה, די בני יששכר ברענגט עס אסאך אראפ אין די מאמרים אויף די חדשים
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”