אינטערעסאנטע מנהגים: דבר יום ביומו

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 11:54 pm

דרך הילוכי עס איז מיר אויסקומען צי דאווענען מעריב אין מירער מנין אין ב"פ
אין דעם באקס פון סליחות מחט פאפירנע דעקליך אפשר נאך דפוס ציגעלהיים
זענען געלעגען די 2 צעטליך
Capture.GIF

Capture 2.gif

התרת נידוי. יש שעושים התרת נידוי בערב ראש השנה, היינו שיושבים עשרה והוא
עומד לפניהם ואומר אם נתחייבתי נידוי מן השמים הריני מבקש התרה ממעלתכם

לוח הלכות ומנהגים

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:18 am

עטליכע צדיקים האבען דערפאר מקפיד געווען זיך מתיר נדר זיין מיט צען אירע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 05, 2014 12:47 pm

און די סידורים און מחזורים איז געדריקט נור א מי שברך פאר דעם עולה, יולדת און חולה ר"ל
מילא דעם מרא דאתרא, כ"ק אדמו"ר שליט"א והנלוים אליו, און ידידים אין בה"מ האט נאך א הסבר
אבער פון ווי נעמט זיך פאר בני המשפחה, מי שביך אמותינו , און "כל הצדיקים" פארוואס מיז דעס זיין ביים ס"ת און מיט
טירחא דציבורא?
םארוואס נישט בינו לבין קונו בי אלוקי נצור?
(אפשר יצא שכרו בהפסידו אז עס מאכט זיך א ש__ס בין גברא לגברא ?)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג אוקטובער 05, 2014 12:56 pm

א טענה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג אוקטובער 05, 2014 12:59 pm

קיקיון האט געשריבן:און די סידורים און מחזורים איז געדריקט נור א מי שברך פאר דעם עולה, יולדת און חולה ר"ל
מילא דעם מרא דאתרא, כ"ק אדמו"ר שליט"א והנלוים אליו, און ידידים אין בה"מ האט נאך א הסבר
אבער פון ווי נעמט זיך פאר בני המשפחה, מי שביך אמותינו , און "כל הצדיקים" פארוואס מיז דעס זיין ביים ס"ת און מיט
טירחא דציבורא?
םארוואס נישט בינו לבין קונו בי אלוקי נצור?
(אפשר יצא שכרו בהפסידו אז עס מאכט זיך א ש__ס בין גברא לגברא ?)


עס ווערט געברענגט א ענין אין די ספרי הפוסקים אז מען זאל מאכן ווי מער מי שבירך'ס כדי מען זאל נודר זיין נאך און נאך צדקה וויבאלד ותשובה ותפילה "וצדקה" מעבירין...... נאכמער עס שטייט אז אפילו אויב עס געפאלט אין שבת און מען קען פארקויפן מער עליות זאל מען עס טאן צוליב דער אויבנדערמאנטע טעם
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 05, 2014 1:18 pm

סביב העולם האט געשריבן: עס ווערט געברענגט א ענין אין די ספרי הפוסקים אז מען זאל מאכן ווי מער מי שבירך'ס כדי מען זאל נודר זיין נאך און נאך צדקה וויבאלד ותשובה ותפילה "וצדקה" מעבירין...... נאכמער עס שטייט אז אפילו אויב עס געפאלט אין שבת און מען קען פארקויפן מער עליות זאל מען עס טאן צוליב דער אויבנדערמאנטע טעם

הפוסקים :?:
פארקויפען איז דער מט"א מצדד אז עס איז ניט כדאי תרפ"ד סעיף י"ז
און מאריך זיין איז ער בכלל נישט צופרידען סעיף כ"א
Capture.GIF

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג אוקטובער 05, 2014 1:20 pm

כ'האב עס געלעזט אין איינע פון די תשובות דיזען ראש השנה ברויך עס איצטערט אפיר קראצן לכבודכם
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 05, 2014 1:51 pm

קיקיון האט געשריבן:און די סידורים און מחזורים איז געדריקט נור א מי שברך פאר דעם עולה, יולדת און חולה ר"ל
מילא דעם מרא דאתרא, כ"ק אדמו"ר שליט"א והנלוים אליו, און ידידים אין בה"מ האט נאך א הסבר
אבער פון ווי נעמט זיך פאר בני המשפחה, מי שביך אמותינו , און "כל הצדיקים" פארוואס מיז דעס זיין ביים ס"ת און מיט
טירחא דציבורא?
םארוואס נישט בינו לבין קונו בי אלוקי נצור?
(אפשר יצא שכרו בהפסידו אז עס מאכט זיך א ש__ס בין גברא לגברא ?)

ווילאנג מיר פירן זיך כמו שראינו אצל אבותינו ורבותינו נבג"מ, שטייען מיר זייער פיין ב"ה.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 05, 2014 1:55 pm

לכאורה האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:און די סידורים און מחזורים איז געדריקט נור א מי שברך פאר דעם עולה, יולדת און חולה ר"ל
מילא דעם מרא דאתרא, כ"ק אדמו"ר שליט"א והנלוים אליו, און ידידים אין בה"מ האט נאך א הסבר
אבער פון ווי נעמט זיך פאר בני המשפחה, מי שביך אמותינו , און "כל הצדיקים" פארוואס מיז דעס זיין ביים ס"ת און מיט
טירחא דציבורא?
םארוואס נישט בינו לבין קונו בי אלוקי נצור?
(אפשר יצא שכרו בהפסידו אז עס מאכט זיך א ש__ס בין גברא לגברא ?)

ווילאנג מיר פירן זיך כמו שראינו אצל אבותינו ורבותינו נבג"מ, שטייען מיר זייער פיין ב"ה.

דארף מען טאקע זעהן אז עס זאל זיין כמו שראינו אצל אבותינו ורבותינו נבג"מ אן סייד עפעקטס

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 05, 2014 2:01 pm

אין די בתי מדרשים וואו איך דאווען די לעצטע 30 יאר, האב איך נישט בייגעוואוינט שינויים אין דעם פרט. מען האט אלץ געמאכט די מי שברך'ס, און אלץ גערעדט [האפנטליך אין לערנען, אדער תהלים געזאגט] בין גברא לגברא.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 05, 2014 2:17 pm

דעם יוה"ק האב איך משום סיבות געדאווענט אין א בה"מ ווי דער מרא דאתרא איז ממלא מקום אביו ז"ל
א זון פון א בעה"ב און דער עולם איז א קיבוץ גליות
ציווישען די פיר קאפיטלעך אין שיר היחוד האט מען געזינגען כל מקדש און אכסוף
ווי נאך איז דאס איינגעפירט?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג אוקטובער 05, 2014 2:24 pm

ביי אונז אין שוהל האט מען אויך געזונגען כל מקדש אבער נאך די שיר היחוד'ס
אין ביאלא זינגט מען ישמחו
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 05, 2014 4:36 pm

קיקיון האט געשריבן:דעם יוה"ק האב איך משום סיבות געדאווענט אין א בה"מ ווי דער מרא דאתרא איז ממלא מקום אביו ז"ל
א זון פון א בעה"ב און דער עולם איז א קיבוץ גליות
ציווישען די פיר קאפיטלעך אין שיר היחוד האט מען געזינגען כל מקדש און אכסוף
ווי נאך איז דאס איינגעפירט?

אין שאפראן זינגט מען כל מקדש, מסתמא א מונקאטשער מנהג
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג אוקטובער 05, 2014 4:39 pm

אין גאלאנטע מיין איך זינגט מען שלום עליכם וכו'
אין וויזניץ מיין איך זינגט מען אלע ניגונים
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אוקטובער 05, 2014 4:47 pm

אין באבוב זינגט מען שלום עליכם ווען מען קומט אהיים
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג אוקטובער 05, 2014 6:45 pm

לכאורה האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:דעם יוה"ק האב איך משום סיבות געדאווענט אין א בה"מ ווי דער מרא דאתרא איז ממלא מקום אביו ז"ל
א זון פון א בעה"ב און דער עולם איז א קיבוץ גליות
ציווישען די פיר קאפיטלעך אין שיר היחוד האט מען געזינגען כל מקדש און אכסוף
ווי נאך איז דאס איינגעפירט?

אין שאפראן זינגט מען כל מקדש, מסתמא א מונקאטשער מנהג

יא א מונקאטשער מנהג
כ'מיין אז אין מונקאטש זינגט מען אויך נאכמיטאג ביי פאזע בבואו מאדום
גראדע איז עס זייער ספאקי פאר נעילה ווען עס קומט אויך מיט דערמיט די נאכטעם די קדם געפילטע פיש מיט די טריקענע אייער בארכע אין גלאז סעלצער אן די געז
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 05, 2014 7:02 pm

שנאפס האט געשריבן:אין באבוב זינגט מען שלום עליכם ווען מען קומט אהיים

אינטערסאנט
וואס קומען די מלאכים זעהן ?
נר דלוק? עס ברענט נאך ווען די מענער קומען אהיים?
שולחן ערוך ? דעם ווייסען ליידיגען טישטוך?
__
און דרכי חיים ושלו' סדר ליל יוה"ק ווערט ניט דערמאנט קיין זמירות פון ש"ק
ביי די הפסקה ציווישען מנחה און נעילה
וכשחל בש״ק זמרו כעת דרור יקרא וכו׳

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 05, 2014 10:13 pm

נאך אן אינטערסאנטע הנהגה
מען האט געטראגען די ספרי תורה זאגענדיג אור זרוע ארויף אויף די בימה, איין ס"ת האט דער
מרא דאתרא\ש"ץ געהאלטען אזוי אז דער עולם אויף דרום בה"מ זאל קענען קושען
און פון על דעת וכ" ביז נאך שהחיינו האט ער געזאגט אויף די בימה
קענענדיג דעם איד און זיין טאטען זצ"ל ווייס איך אז עס איז ניט מצוץ מאצבע

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג אוקטובער 05, 2014 10:31 pm

איך ווייס נישט פון וועלכע רב איר רעד,
אבער הסברא נותנת, שהטעם הוא, כי על דעת המקום וכו', אינו שייך להבעל תפלה, רק לגדול הציבור כמבואר בפוסקים
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 05, 2014 11:09 pm

והוא פלאי האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע רב איר רעד,
אבער הסברא נותנת, שהטעם הוא, כי על דעת המקום וכו', אינו שייך להבעל תפלה, רק לגדול הציבור כמבואר בפוסקים

ער איז געווען דער ש"ץ מרישא עד גמירא ביז קדיש נאך עלינו
דער אינטערסאנטקייט פון די הנהגה איז אז ער האט עס געזאגט אויף דער בימה
(איך האב מגלה געווען ווער דער רב פלוני בן הרב פלוני איז פאר ידידינו ר מנחם שלו' נר"ו)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג אוקטובער 05, 2014 11:18 pm

קיקיון האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע רב איר רעד,
אבער הסברא נותנת, שהטעם הוא, כי על דעת המקום וכו', אינו שייך להבעל תפלה, רק לגדול הציבור כמבואר בפוסקים

ער איז געווען דער ש"ץ מרישא עד גמירא ביז קדיש נאך עלינו
דער אינטערסאנטקייט פון די הנהגה איז אז ער האט עס געזאגט אויף דער בימה
(איך האב מגלה געווען ווער דער רב פלוני בן הרב פלוני איז פאר ידידינו ר מנחם שלו' נר"ו)

אבער איינמאל מען פארשטייט אז על דעת המקום, וכל נדרי, וכו', באלאנגט פארן גדול הציבור, נישט פארן בעל תפלה, איז שוין נישט קיין חידוש אמירתו על הבימה, נישט ביים עמוד, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 12:05 am

לויט דיין הסבר וואלט ער עס געדארפט זאגען ביי זיין שטענדער
אדער אפשר גאר ביים אה"ק ווי ער האלט דרשות
הכרזות אויף די בימה מאכט דער גבאי

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 5:54 am

כמדומה אז ברוב העולם זאגט מען על דעת וכו' ביז נאך שהחיינו ביי די בימה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג ינואר 11, 2015 5:34 pm

געהערט דעם ש"ק פון א ידיד וואס זיין שווער ע"ה איז געווען מיוצאי מאקאווע
אז אין מאקאווע האט מען געזאגט ביידע במה מדליקין און כגוונא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מאי 10, 2015 4:47 pm

ש"ק ביי דעם פסוק אין די הפטורה ראשית עריסותכם תחנו לכהן להניח ברכה אל ביתך
האב איך זיך דערמאנט
זוגתי שתחי' האט געהאט א תקופה א קשר מיט א "מצוה קעיס" א אידענע פון א שטוב פון בני תורה ממוצאי מאראקא
איינמאל איז זי אריינגעקומען פונקט ווען זוגתי האט געהאלטען ביי הפרשת חלה
זאגט זי "איך האב שוין אזוי לאנג נישט געבאקען לאז מיר מפריש זיין"
די ברכה האט זי געזאגט "להפריש תרומה מן החלה" און קורא שם געווען
דער נוסח פון מחבר איז להפריש תרומה מנהגינו לפי הרמ"א איז להפריש חלה
דער בן איש חי סוף שמיני שרייבט "קודם שתפריש תברך אשר קדשנו במצותיו וצונו להפריש חלה תרומה"
נאך דעם נעמען האב איך געהערט ווי זי זאגט להניח ברכה אל ביתך
דא האב איך געטראפען אז מען זאגט דאס פאר די ברכה


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט