אינטערעסאנטע מנהגים: דבר יום ביומו

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מוצ"ש נובעמבער 13, 2010 6:54 pm

געטראפען א אונטערעסאנטע מנהג און א אלטע הגדה פון פראג אז ביי מרור זו שאנו אוכלים טייטעלט מען מיט'ן פינגער אויף דו עקרת הבית לקיים מה שנאמר ומוצא אני את האשה מר ממות ביטע נישט אויספראבירען און'ם היינטיגער וואמען רייטס עפאכע........
צוגעלייגטע
IMG_1143.JPG

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש נובעמבער 13, 2010 7:44 pm

או דאס איז דאך אן אלטער וויץ, יעצט האמיר שוין א מקור אויך...

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג פאברואר 15, 2011 2:10 pm

scy4851 האט געשריבן:בין מנחה למעריב איז אויסגעקומען א שמועס איבער די פארשידענע מנהגים בנוגע זאגען יו"כ קטן.
כ'האב מיך דערמאנט א מנהג וואס איך האב געהערט ווען איך האב געוואוינט און מאנסי.
עס איז מיר איינמאל אויסגעקומען צו זאגען יו"כ קטן און די יעקישע שוהל דארט 'בית תפילה' וואס אלע זייערע מנהגים זענען מנהג פראנקפורט.
אן אינטערעסאנטע מנהג האב איך דארט געהערט.
אזוי וויא מנהג אשכנז, זאגען זיי יו"כ קטן ביי אנדער ערב ראשי חדשים אויכעט. נישט נאר ערב ראש חדש אלול.
אבער, זיי לאזען אויס בכונה עטליכע ערב ראשי חדשים און יאהר וואס זיי זאגען נישט.
זיי האבען אן הקפדה, נישט צו זאגען יו"כ קטן דריי חדשים און איין צו.
מעוועט זאגען צוויי ערב ראש חדש, און דערנאך וועט מען אויסלאזען דער נעקסטע ערב ראש חדש. און אזוי ווייטער.

ניין, דאס האט נישט מיט דריי מיט צוויי אדער פיר. פיר מאל אין יאר זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנ"ך חטא"ת (ערב ר"ח חשון, טבת, אייר, און תשרי. יעדעס מאל צוליב אן אנדערע סיבה.
אום ער"ח חשון - ווייל ס'איז דאך הערשט געוועהן יו"כ גדול. טבת - ווייל ס'קומט אויס אינמיטן חנוכה, אייר - ווייל ס'איז ניסן, תשרי - כדי לערבב השטן די זעלבע פארוואס מ'בענטשט נישט ר"ח.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג מארטש 06, 2011 12:44 pm

קען טאקע זיין אז וואס די זאגסט איז דער אמת'ער טעם.

איך האב נאר געשריבען וואס מעהאט מיר דארט געזאגט.
the SCY is the limit

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

השלך על ה' יהבך - בסוף ברהמ"ז

תגובהדורך ללמוד וללמד » זונטאג מארטש 06, 2011 1:13 pm

איך פון אייביג געזעהן ביי מיין פאטער אז ווען ער ענדיגט בענטשען ברהמ"ז לייגט ער צו דעם פסוק השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך לא יתן לעולם מוט לצדיק. כאטש יעדער מנהג וואס מ'זעהט ביי די עלטערן איז קודש אפי' אנע מקור, איז דאך אבער שיין צו וויסען מקור מקומו הטהור. איך האב קיינמאל נישט געטראפן די מקור. שפעטער האב איך געזעהן אז אין סידור מהרי"ץ פון דושינסקיא שטייט אויך דער מנהג. לעצטנס האב איך אנגעהויבן נאכקוקן אידן וואס זאגן ברכהמ"ז און צו מיין וואונדער זעה איך גאנץ א שיינער עולם האט דעם מנהג.
צו ווייסט איינער מהיכן יצא הדברים פון דעם מנהג קדוש?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:56 pm

און כף החיים הלכות חנוכה סימן תרע"א אות ל"ב ווערט געברענגט א מנהג אריין לייגען וואסער און די נרות חנוכה און די טבע איז אז די שמן שווימט ארויף און די וואסער שטייט פון אינטען. ער ברענגט עס פון א ספר יפה ללב לר' יצחק פלאג'י חלק ב' אות ב'.
דאס איז א רמז אויפען נס "כי גבר ישראל שנמשלו לשמן, על אומות העולם שהם המים הזידונים"
the SCY is the limit

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג נובעמבער 21, 2011 5:44 am

אינטערעסאנט
אזוי טוט מען דאס אויף זיך איין צו שפארען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 11:52 pm

און תשובות מבי"ט ח"א סימן ק"פ ווערט געברענגט אז דער מנהג און רוב מקומות איז ביי ספירת העומר זאגט קהל די ברכה קודם, און ערשט דערנאך זאגט דער ש"ץ די ברכה. פינקט פארקערט פון וויא מיר טוהן.

וענין ברכת ספירת העומר שנהגו ברוב המקומות לברך כל הקהל ביחד ואח"כ ש״צ ובמקומות מועטים הש״צ קודם ואח"כ כל הקהל יחד וכו'...

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=101

דער מבי"ט שרייבט דארט דער טעם פארוואס מען פירט זיך אזוי.
the SCY is the limit

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » פרייטאג אפריל 27, 2012 12:44 am

דער מבי"ט רעדט זיכער פון אחב"י יוצאי ספרד.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג אפריל 27, 2012 4:58 am

איז דאס אפשר ווייל בדרבנן דארף מען נישט כוונה לצאת ממילא איז מען יוצא די ברכה בעל כרחנו פון דעם ש"ץ
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אפריל 29, 2012 12:51 am

געזעהן און א ספר ברענגען אז און תשובות ראשית ביכורים פון הגאון ר' בצלאל הכהן מווילנא זצ"ל סימן ד' ברענגט ער א מעשה וואס איז מיט אוהם געשעהן ווען ער איז געווען און טרייעסט און איטאליע
וכשהייתי שמה בחדש אלול שנת בברכ״ת לפ"ק והתפללתי בש״ק פ׳ שופטים בבהכ"נ ספרדים שם כבדוני אז בעז״ה להיות הכהן המברך כל ברכת כהנים לבדי בקול וכל הכהנים בבהכנ״ס שעלי עמי יחד לדוכן שתקו אז ושמעו ממני לבד. שכך מנהגם שם שכהן אחד לבד מברך לעם בקול ושאר הכהנים שעולים עמו יוצאין בזה ע"י שומע כעונה לבד
מיט דעם וויל ער זאגען פשט און א משנה און מגילה, וואס פון אויבען אויף איז עס שווער צו פארשטיין.
די משנה זאגט און מגילה פ"ד משנה ח'
המפטיר בנביא הוא פורס על שמע, הוא עובר לפני התיבה, והוא נושא את כפיו.
די ווערטער הוא נושא את כפיו איז שווער צו פארשטיין, ווייל אלע כהנים דוכענען דאך, נישט נאר ער!
אבער לויט דער מנהג, וויל ר' בצלאל הכהן זאגען, איז שוין זייער פארשטענדליך.
הוא נושא את כפיו מיינט אז ער איז דער ווער עס זאגט ברכת כהנים הויך און די אנדערע כהנים שווייגען און זענען יוצא דורך שומע כעונה

איך האב געטראפען צוצייכענען צו א ספר 'בית דוד' פון ר' דוד חיים קורינאלדי ז"ל געדרוקט און אמשטרדם בשנת תצ"ח.
דארט שרייבט ער א ענדליכער חידוש אויף דער משנה.
אטי אם יש שם כהנים אחרים אינם נושאים כפיהם הא ודאי דכלהו חייבין ע״י עצמן, ובעיני נראה דל״ק מידי דהוא נושא את כפיו היינו שהוא המברך בקול רם והאחרים העומדים עמו על הדוכן מברכין בלחש וכמנהג הרבה קהילות קדמוניות שבמלכות סאבוי״א בערי פיימונט״י ומתני׳ מסייעא למנהגם:


דער חילוק צווישען ר' בצלאל הכהן און דער ספר בית דוד איז אז ר' בצלאל שרייבט אז די אנדערע כהנים האבען גארנישט געזאגט און האבען יוצא געווען מיט שומע כעונה. און ספר בית דוד שטייט אז זיי האבען יא געזאגט, נאר זיי האבען עס געזאגט שטילערהייט
לויטען 'בית דוד' האבען זיי נישט געדארפט אהנגעקומען צו שומע כעונה.
the SCY is the limit

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג אפריל 29, 2012 7:14 am

און אויף דעם באציט זיך דער בית הלוי אין זיין באקאטע שטיקעל נאך פ' ויחי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אפריל 29, 2012 10:45 am

יא, יא, גערעכט!
the SCY is the limit

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » זונטאג אפריל 29, 2012 10:49 am

גם הג"ר דוד פארדו בחיבורו על המשנה פליג אהבית דוד בפירוש המשנה.
וכנראה שמה שראהר' בצלאל נשתלשל מהמנהג שהיה בערי פייאמונטי, ( אף שטריעסטי אינו שם)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:12 am

דער בן איש חי ברענגט און זיין ספר בן איש חי (שנה א' פרשת עקב) אז און זיין שטאט באגדאד און אויך און ירושלים עיה"ק
זאגט מען די ברכה עושה מעשה בראשית אויף בליצען און די ברכה שכוחו וגבורתו אויף דינערען בלא שם ומלכות

ווייסט איינער אויב אזוי איז היינט דער מנהג און ירושלים?
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוקטובער 03, 2012 12:39 am

געזעהן א מאדענע מנהג און 'ספר קושיות' לאחד מן הראשונים באשכנז בן דורם של תלמודי מהר"ם מרוטנבורג

וז"ל שם סי' י"א
תקשי לך, למה נהגו העולם להכות העדים בשעת קידושין.
תירץ, כי גמרינן 'קיחה' 'קיחה' משדה עפרון, קיחה בגימטריא קטטה, ואין קיחה בלא קטטה, לכן אנו מכים העדים כדי שיכלה הקטטה בזה


פארוואס זאל איינער אהננעמען דער 'כיבוד' צו זיין פון די עדי קידושין ביי א חתונה?
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 27, 2013 11:52 pm

און מהרי"ל (מנהגים) הלכות נישואין בענין צוברעכען א כוס נאכען חופה שטייט דארט אנדערשט אוויא מיר טוהן בזמנינו

דארט שטייט אז דער מסדר קידושין געבט דער כוס אויף וועליכען מען האט געמאכט די ברכות נישואין צום חתן און דער חתן ווארפט עס אויפען וואנט אזוי ארום צוברעכט ער עס.
the SCY is the limit

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יוני 28, 2013 8:46 am

געוואלדיג גאר אנטערעסאנט
א גרויסען שכוח ר' שמחה!
עס איז אונז א כבוד אייך ווייטער דא צו האבען ביי אונז
זאלט איר זוכה זיין צו כל טוב סלה!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יולי 11, 2013 12:19 pm

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 12, 2013 10:49 am

ערוך השולחן סימן כט סעיף ג
יש שנהגו כשמגיעים ב"ובא לציון" ל"יהי רצון שנשמור חוקיך..." – לסלק הרצועה מעל האצבע, לזכר "לשמור חוקיו" דבני מערבא.
ואיני יודע אם כדי לעשות כן, כיון דלא קיימא לן כבני מערבא. ועוד: דבני מערבא לא היו מברכים רק אם חלצום לעת ערב.
אך להיפך: איזה חשש יש בזה? ומכל מקום לא ידעתי אם יש לעשות זכר למאי דלא קיימא לן לדינא. וצריך עיון.

דאס געזעהן ביי א"א ע"ה ווען ער איז שוין ניט און א מצב איך זאל קענען פרעגען ביי וועם ער האט דאס געזעהן געפרעגט דודי זז"ג
אבער ער האט דאס ניט געזעהן , שפעטער געזעהן און ".." שלומה אז הרש"ז אויערבאך נהג כן אבער ניט געויסט פארוואס
נור אז מען האט אים אזוי אויסגעלערנט

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יולי 12, 2013 11:30 am

וכן נהג המנחת אלעזר זי"ע. עי' דרכי חיים ושלום
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 12, 2013 11:51 am

אויך דאמאלט געהערט פארען שיר של יום זכור את היום השבת (די לעצטע זאך וואס איך האב מקבל געווען)
שטייט און ליקוטי מהרי"ח מיוסד אויפען רמב"ו
וישראל מונים כל הימים לשם שבת, אחד בשבת, שני בשבת, כי זו מן המצוה שנצטוינו בו לזכרו תמיד בכל יום. וזה פשוטו של מקרא, וכך פירש ר"א

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יולי 12, 2013 5:17 pm

לוי יצחק האט געשריבן:וכן נהג המנחת אלעזר זי"ע. עי' דרכי חיים ושלום

יישר כח.
ביז יעצט פיר איך מיך ווי דער בן איש חי שרייבט, נישט אראפצונעמען די כריכות פון די פינגער ביז נאך "אחד ושמו אחד" פון עלינו לשבח.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 14, 2013 2:11 am

מנהה ש"ק

כתוב בספר המנהגים (חב"ד :
"מנהגינו להתחיל לומר ח"ק קרוב לסוף הגלילה, למהר בהגלילה ואמירת יהללו והכניסה לארון, ולהאריך במתינות באמירת הח"ק, באופן שיסיימו הח"ק אחר הכניסה, ועכ"פ להסמיכו להתפלה ככל האפשר
".
סדור תהלת ה נוסח הארי.PNG

זיי זאגען ניט די הללו ' ס

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 13, 2014 2:33 pm

געווען אין א בה"מ ווי דער גבאי האט געמאכט א מי שברך ליולדת פלונית בת פלוני וכ' וכ' כנהוג
און נאך א מ"שב יברך וירפא את האשה היולדת פלונית בת פלונית לפי ידיעתי איז עס ג'ווען א נארמאלע
לידה אן COMPLICATIONS
עס איז דא אזא מנהג אדער איז דאס אן אייגענס ?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט