אינטערעסאנטע מנהגים: דבר יום ביומו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
אינטערעסאנטע מנהגים: דבר יום ביומו
און בעלזא זאגט מען נישט קיין תחנון ג' חשון ווייל און יענעם טאג איז התחלת השיעורים און די ישיבה
לעצט פארראכטן דורך מאיר אום זונטאג מאי 03, 2009 11:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב געזען א ספר מיטן נאמען "זכרון צדיקים" - ארויסגעגעבן געווארן אין יאר תש"נ, דורך עפעס א "הרב פנחס הכהן שווארץ", דארט רעכנט ער אויס יעדן טאג פון יאר די יארצייטן פון יענעם טאג, און וואונדער איבער וואונדער, אויף ד' אייר דערמאנט ער הרה"ק ר' ישעיהו'לע קרעסטירער זצוק"ל, אלזא קוקט אויס אז עס איז יא פאראן עפעס דערין (אויסער אויב דער שרייבער נעמט עס פון יענעם ספר...)
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
בנוגע ה' אייר,
דער רבי זי"ע ברענט און ויואל משה אז עס איז געווען א תקנה און ירושלים עיה"ק אז א אומפארהיירעטער מאן איבער צוואנציג האט נישט געטארט וואוינען און די שטאט.
און ספר התקנות פון איינער ר' יעקב שאול אלישר ברענגט ער די תקנה וואס די חכמי ירושלים האבען מתקן געווען.
צווישען די חתומות זעהט מען ר' רפאל יצחק אזולאי ז"ל דער פאטער פונעם חיד"א און ר' ישראל יעקב אלגזי ז"ל דער פאטער פון ריו"ט אלגזי, מחבר פונעם פירוש רי"ט אלגזי אויף הלכות בכורות מהרמב"ן
מעהאט געגעבען א זמן קצוב פאר אלע אומפארהיירעטע, אדער חתונה האבען, אדער פארלאזען ירושלים און ארויספארען אויף חו"ל
דער רבי זי"ע ברענגט אז דער זמן קצוב האט זיך אנגעפאנגען ה' אייר ה'תק"ט
דער לינק איז
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=95

the SCY is the limit
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
דעם שבת געזעהן אן אינטערעסאנטע מנהג ווערט געברענגט אונעם ספר אבן ספיר פון ר' יעקב ספיר הלוי, געדרוקט און מגנצא תרל"ד
די מענטשען און Calcutta, India האבען עפעס אזא פחד פאר א גט אוויא פון א מחלה וואס איז קאנטעידשזעס
דער ר' יעקב האט מסדר געווען גיטין דארט בפקודת ר' שמואל סאלאנט ז"ל ירושלימער רב. און ער שרייבט פאלגענט און א בריף
דער ספר האב איך געטראפען אויף היברובוקס.
איך שטעל דאס שטיקעל מיט דעם לינק
ליינט און כאפטס התפעלות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=117

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
און 'נהג כצאן יוסף' פון ר' יוסף יוזפא ז"ל אויף די מנהגי פראנפורט, ברענגט ער אז שבת חנוכה זאגט מען ביי ברכת יוצר (דארט האט מען געזאגט און מיטען ברכת קריאת שמע) דער פיוט וואס פאנגט זיך אהן מיט די ווערטער 'שני זתים'.
איז דא דארט אן אינטערעסאנטע הג"ה אז און ווירמייזא איז געווען דער מנהג אז מען האט נישט אהנגעפאנגען ביי די ווערטער 'שני זתים', נאר מעהאט אהנגעפאנגען דאס שטיקעל ביי דעם דריטען חרוז.
דער הג"ה ברענגט א שו"ת חות יאיר סימן רל"ח אז דער חות יאיר און זיין יוגענט האט געפרעגט אן אלטער דיין פון ווירמייזא פון וויא האט זיך גענומען דער מנהג פון אהנפאנגען און דערמיט?
האט אוהם דער דיין געענטפערט, אז מיט אסאך יאהרען פריערט איז געווען גזירות און מעהאט פארברענט די סידורים, מחזורים און חומשים.
דערנאך ווען עס האבען זיך נאכאמאל באזעצט יודען דארט, האט מען געפונען זייער ווייניג גאנצע סידורים, און וואס מעהאט שוין יא געטראפען, האט געהאט די ערשטע צוויי חרוזים פעלען וועגען די שריפות.
האט דער עולם געזאגט נאר דאס וואס מעהאט געהאט,
און דערנאך אפילו ווען מעהאט שוין געהאט נייע סידורים, איז שוין געבליבען דער מנהג אז און ווירמייזא פאנגט מען אהן פון דעם דריטען חרוז
דער לינק צו נהג כצאן יוסף
דער לינק צו חות יאיר תשובה רל"ח
ביים סוף פון דער תשובה

פרעגער האט געשריבן:דורך אלץ-ווייסער אום מיטוואך ספטמבר 26, 2007 12:27 am
גראדע אז מ'רעדט פון אריז"ל קומט מיר אויפן געדאנק א מנהג וואס מיר פירן זיך כאטש דער אריה"ק האט לועג געווען דערפון.
עס איז דער מנהג צו שניידן די נעגל דבאגה און נישט גלייך
און דער מגן אברהם זאגט דארט אויפן פלאץ והאר"י ז"ל הלעיג על זה.
עס איז מיר תמיד שווער די פראגע
דאס נישט שניידן די נעגל גלייך איז דאך א זאך וואס איז "לכאורה" נישט "נגלה" נאר נסתר, און דא קומט דער רבי פון די מקובלים, און זאגט אז ס'איז שטותים
נו אויב אזוי פארוואס פירן מיר זיך אזוי
בל' ס"ג - ניקס ווייסער ודי
איך האב דעם שמועס אריבער געברענגט פון אן אנדערן אשכול, אבער עס געהער צו מנהגים.
שמעתי פעם שכתוב בשל"ה הק', שסיבת קציצת הצפרנים בסדר דבאג"ה בדאג"ה, הוא משום לא תלבש.
ועל זה קשה שאם כן הוא, הי' צריך להיות מותר לנשים לקצוץ על הסדר??
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
געזעהן דעם יו"ט אונעם ספר 'כמוצא שלל רב'
א ספרדישע יוד האט אמאל און ירושלים געברענגט ערב ראש השנה משלוח מנות צום גערער רבי'ן ר' אברהם מרדכי ז"ל.
דער גערער רבי האט עס מקבל געווען און גיט א זאג אז דער 'פרי חדש' איז געווען רב און ירשלים.
די מענטשען ארום אוהם האבען נישט פארשטאנען וואס דער גערער רבי וויל מרמז זיין.
מען האט שפעטער געטראפען א שטיקעל פרי חדש און הלכות ראש השנה סימן תקפ"א וזה לשון קדשו שם

ונוהג אני לשלוח מנות לעניים ער"ה כדכתיב לכן אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו וכתיב וילכו כל העם לאכול ולשתות ולשלוח מנות
the SCY is the limit