עניני ניטל והמסתעף

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

עניני ניטל והמסתעף

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 1:54 pm

ווער עס האט עפעס וויסענשאפטן איבער ניטל ווערט געבעטן עס מיטצוטיילן מיטן ציבור

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 1:57 pm

ווען איז ניטל?, ערשטע? צווייטע?

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 2:08 pm

די ערשטע (די פוילישע) איז שוין געוועזן, די צווייטע איז צווישן פינפט'ן און זעקס'טן קומענדיגע וואך עשרה בטבת.
ס'איז דא פון ר' יאנקעל'ע זי"ע א שמוע'ס ווי ער שמועס'ט ארום די גאנצע נושא זייער אינטרעסאנט אבער איך וויס נישט ווי מ'קען דאס האבען, מען האט דאס אויך געדרוקט אבער כנ"ל.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 2:09 pm

מוצאי עשרה בטבת

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 3:16 pm

איך האב אמאל געהערט אז עס איז דא 3 ניטל'ס, די ערשטע איז דעצעמבער 25, די 2'טע איז ינואר צווישן דעם 6'טען און 7'טען, און ינואר צווישן דעם פיפטען און זעקסטען.

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 3:22 pm

נו וועלכע פון די צוויי -וואס מען קען נאך- וועט די קרעטשמע האלטן?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 8:54 pm

יעדער לויט זיין מנהג איינער וועט עפעס האבן צו זאגן וועט ער זיך איינהאלטן אויב עס איז זיין מנהג יענער טאג און קיינער איז נישט שילדיג קיינעם גארנישט ווייל דאס איז "דיין"מנהג וד"ל
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג ינואר 02, 2009 10:04 am

סאיז דא וואס האלטן אז דער אותו האיש איז געבוירן - אדער איז זיין מאמע נתעבר געווארן בליל התקופה

מרופט אים אותו האיש. ווייל די גוים זאגן אז ער איז א אפגאט, דעריבער רופן מיר אים אותו ה"איש" ער איז א מענטש

סאיז דא אן אינטערסאנטע גמרא אין מס' עבודה זרה.
די גמרא פארציילט אז אדם הראשון פון ווען ער איז באשאפן געווארן (ראש השנה) האט ער געזעהן אז יעדן טאג ווערט דער טאג קלענער און דער נאכט ווערט לענגער, ער האט געמיינט אז די וועלט ווערט פארטינקעלט פאר אים ווייל ער האט געזינדיגט, און זיין זינד איז נאכנישט פארגעבן געווארן. האט ער אנגעהויבן צו פאסטן יעדן טאג, ביז סאיז אנגעקומען תקופת טבת האט ער געזהן אז די טאג הייבט אן צו ווערן לענגער האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער סדר העולם האט ער באשטימט יענעם טאג פאר א יום טוב.
זאגט די גמ' הוא קבעה לשם שמים והם קבעום לשם ע"ז.

סהאט מיר אלעמאל געוואונדערט אז סאיז באוואוסט אז ביז דער תקפות טבת ווערט דער טאג קלענער און פון די תקופה און ווייטער הייבט דער טאג אן גרעסער צו ווערן, למעשה זעהן מיר אז דער זמן מעריב הייבט שוין אן צו ווערן שפעטער 2 וואכן פאר די תקופה?
היינט האב איך מעיין געווען אין מיין לוח האב איך באמערקט אז דער עלות ווערט אויך שפעטער ווען מרעכנט פונעם עלות ביזן צאת איז דער טאג פאר די תקיפה די קלענס'טע טאג. בעסער געזאגט די נאכט פון די תקופה איז די לענגסטע נאכט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג ינואר 02, 2009 10:29 am

אן אינטערעסטאנטע מעשה פארציילט הר"ר יעקב שלמה מייזליש מלימנוב חתן הגה"צ בעל ויחי יוסף אב"ד פאפא זצ"ל, וואס זיין קרוב דער פאפא רב פון מאנטריאל (קיטשי פאפא רב) הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל האט איהם געשריבן אין א בריוו,
ער איז געווען אויף א שמחה און מען האט איהם מכבד געווען צו רעדן, וויבאלד ס'געווען ביי איהם ניטל האט ער געזאגט אז ער קען נישט רעדן, האט מען געבעטן אז ער זאל כאטש זאגן א ווארט, האט ער געזאגט אז און אונגארן האט מען אנגעפאנגען א דרשה נאר מיט א דבר תורה ובהיות ס'איז ניטל קען ער נישט רעדן, איז געווען דארט א ליטווישער גדול (ער שרייבט ווער אבער איך ווייס נישט) און יענער האט געזאגט אז ער קען יא זאגן ווייל ער האלט נישט ניטל, האט ער געזאגט,
האט איהם דער פאפא-מאנטריאל רב געזאגט אז ס'שטייט אין בני יששכר אז מ'זעהט א שווארצן כלב אויב מען לערנט ניטל,
ווען מען האט געפארטיגט זענען די צוויי ארויס צוזאמען, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען צום טיר האבן זיי נישט געקענט ארויס גיין ווייל א גרויסער שווארצע הונט האט זיך געשטעלט ביים טיר און נישט ארויס געלאזט, זענען זיי אזוי געשטאנען אפאר מינוט און געציטערט, האט זיך דער ליטווישער רב פאר גענומען אז ער וועט פון היינט און ווייטער האלטן ניטל, און דער הונט האט זיך אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און אזוי האבן זיי געקענט ארויס גיין.
און ער פירט דארט אויס והיה לפלא...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג ינואר 02, 2009 11:54 am

עס איז אנגענומען ביי ערליכע אידן דער מנהג פון נישט לערנען אין ניטל, כאטש ערליכע אידן זענען שטארק מקפיד אויף די עבירה פון "ביטול תורה" אבער ווען עס איז ניטל האבען די גאונים וצדיקים געזאגט אז מען טאר נישט לערנען . דער מנהג איז געווען אנגענומען ביי די גרעסטע גאונים פון הונדערטער יארן צוריק, עס איז אונטרעסאנט אז נאך אין די צייטן פון דעם גרויסן רבן של ישראל דער מהרש"א זי"ע איז שוין געווען דער מנהג.

דער הייליגער מהרש"א איז געווען באקאנט אלס א מתמיד עצום וואס ממש לא פסק פומי' מגירסא יומם ולילה אויסער איינמאל אין יאר וואס דעמאלט האט ער זיך אפגעגעבן מיט די חשבונות פון צרכי הבית וכדומה , דאס איז געווען אין "ניטל" נאכט וואס דעמאלט איז דער מנהג נישט צו לערנען .

אין אוסטראה איז געווען א משומד וואס ער האט שטענדיג געזוכט אנצוטוהן צרות און ליידן זיינע אידישע ברידער.איינמאהל האט ער פאר'מסר'ט צום גלח אז דער מהרש"א לאכט אפ פון זייערע חגאות. וויבאלד א גאנץ יאר לערנט ער תורה , און אין ניטל נאכט לערנט ער נישט , און דאס איז א באווייז אז ער לאכט פון די חגאות – דער גלח מיטן משומד האבן אפגעשמועסט צווישען זיך אז זיי וועלן דאס נאכקוקן און אויב ס'וועט געפונען ווערן אז ס'איז אמת, וועט מען שטארק באשטראפן דעם מהרש"א. עטליכע נעכט פאר "ניטל נאכט" האט דער גלח געשיקט שלוחים זעהן ביים פענסטער צו דער מהרש"א לערנט, און זיי זענען צוריק געקומען זאגן אז דער מהרש"א לערנט .

ניטול נאכט , דער מהרש"א זיצט ביי זיך אין ספרים צימער און מאכט זיינע חשבונות אזוי ווי ער האט זיך געפירט אלע יארן , פלוצלונג איז ארויסגעפאלען א גמרא פון די ספרים שראנק, האט זיך דער מהרש"א אויפגעהויבען פון בענקל , און האט אויפגעהויבען די גמרא , און עס צוריק געשטעלט אויפ'ן פלאץ אין די ספרים שראנק און האט זיך צוריק געזעצט אויפ'ן בענקל. ווידער איז ארויסגעפאלן די זעלבע גמרא פון ספרים שראנק האט זיך דער מהרש"א נאכאמאל מטריח געווען און עס צוריק געלייגט , ווען דער מהרש"א איז געזעסען אויף זיין פלאץ איז עס ארויסגעפאלען א דריטן מאל דאס איז שוין געווען זייער אויפפאלענד אז פונקט די זלעבע גמרא זאל ארויספאלן דריי מאהל אן קיין שום פעלער אין די גמרא אדער אין די ספרים שראנק און דער מהרש"א האט גענומען די גמרא אין די הענט און עס באטראכט פארוואס ס'פאלט ארויס? גענוי צו יענע צייט האבען די שלוחים פון גלח אריינגעקוקט אין פענסטער און האבען געזעהן ווי דער דער מהרש"א האלט די גמרא אין די האנט, אזוי ארום האט אים די תורה געהיטן פון א צרה רח"ל .

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג ינואר 02, 2009 12:19 pm

אלף בית האט געשריבן:מרופט אים אותו האיש. ווייל די גוים זאגן אז ער איז א אפגאט, דעריבער רופן מיר אים אותו ה"איש" ער איז א מענטש

אין ספר מהרי"ל ליקוטים ווערט געברענגט ענדליך, אז מ'רופט אים ישו הנוצרי, נוצרי איז מלשון נוצר, אז ער איז א באשעפעניש און נישט א אפגאט, ער פירט אויס אז דאס האט מען אינזין געהאט, אבער פאר די גוים האט מען געזאגט אז מ'רופט אים נוצרי ווייל ער קומט פון די שטאט נוצר.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג ינואר 02, 2009 12:38 pm

א) ניטל הוא זמן לידת אותו האיש ונקרא ברומי "נאטאל" (שפירושו לידה)

ב) ישנם ב' ניטל א' הנקרא "פוילישע ניטל" והוא מ - 24 ל - 25 דעצעמבער למספרם, משקיעת החמה עד חצות הלילה, והב' הנקרא "רוסישע ניטל" והוא מ – 6 ל – 7 יאנואר, מחצות היום עד חצות הלילה.

ג) החילוק בין ה"פוילישע וה"רוסישע" ניטל הוא מחלוקת בהתקופות של רב אדא ומר שמואל, הרוסישער ניטל הוא כמר שמאל דפסקינן כוותי', ועל כן בצאנז היו לומדים בהפוילישע ניטל וחששו רק להרוסישע ניטל, אבל הארי' דבי עילאי אבד"ק ווישניצא זי"ע הי' חושש גם לתקופת רב אדא ולא הרשה ללמוד בהפוילישע ניטל וכשמהר"ש מבאבוב זצ"ל כיהן פאר אח"כ כאב"ד בווישניצא וניהל שם ישיבתו המפורסמת ומשום כבודו באתרי' דרב לא הרשה ללמוד בישיבתו ונשאר כבר כך גם לאחר מכן.


ד) מנהנ ישראל מימי קדם שלא ללמוד בליל ניטל. ורבים חתרו לדעת מדוע יבטלו תלמוד תורה בלילה הזה, והגם שאפילו אם לא נדע הטעם בזה, די לנו בזה, מה שכן נהגו מעולם אבותינו ורבותינו אמנם עלה ברעיוני מילתא בטעמא, דהנה ידוע דאותו האיש הי' תלמידו של רבי יהושע בן פרחי' ולמד תורה הרבה ולבסוף כישף והסית והדיח את ישראל כמבואר במס' סנהדרין (דף ק"ז ע"ב), ועתה נשמט מן הדפוסים מחמת הצענזור), ומזה אנו רואים בחוש אומרם ז"ל (אבות פ"א) לא המדרש הוא העיקר אלא המעשה, וכמבואר בגמרא (ב"ק י"ז ע"א) גדול לימוד התורה שהלימוד מביא לידי מעשה דאותו האיש אעפ"י שלמד הרבה, כיון שהי' תלמוד בלא מעשה, יצא לתרבות רעה עד כדי להסית ולהדיח, ולכן בלילה הזה שנולד בו, תקנו שלא ללמוד, להראות כי עיקר תורה כזאת בלא מעשה אינו נחשב למאומה, כי התורה ניתנה לנו ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים. ואפשר להעמיס ד"ז בכוונת הפסוק (תהלים קי"ט) עת לעשות לד' הפרו תורתך, שיש עת אחת בשנה, דהיינו ליל ניטל, שצריכין להראות כי העיקר הוא לעשות לד', ולכן אז הפרו תורתך, שמותר לבטל אז מלימוד התורה כי ביטולה של תורה אז, הוא להראות שהעיקר הוא קיומה.
(קדושת ציון לקוטי ענינים)

(וראה שם מתחת לקו: לפלא כי בספר ערוגת הבושם עה"ת מהגאון המפורמם מו"ה משה גרינוואלד אבד"ק חוסט בפ' שמות הביא ששמע בשם הגה"ק משינאווא זצללה"ה בשם אב"ד דק"ק צפת תובב"א, דהפסוק עת לעשות לד' הפרו תורתיך עולה בגימט' ז"ו שע"ה שתקופ"ת טב"ת נופל"ת ב"ו).

ה) הרה"ק מהר"ש מקאמינקא זצ"ל לא ישן בליל "ניטל", אמר הטעם: איני יכול לישון מבלי לחלום בדברי תורה, ומאחר שנהגו לא ללמוד בליל זה, איני רוצה לישון אז
(אוהב שלום).

דרכו בקודש של הרה"ק מהר"ש מקאמינקא זצ"ל היה לשוחה הרבה במילי דעלמא בליל "ניטל" כשהקפיד דייקא לא ללמוד, ופעם סיפר דבר זה:
פעם היו שני מנקי ארובות (קוימען קערערס) שעבדו ביחד, ואירע שאחד מהם נתלכלך מאוד, כדרך עבודה זו הגורמת שיחור הפנים, והשני נשאר נקי בפניו. כשראה אותו הנקי את חמלוכלך, חשב שמסתמא אף הוא מלוכלך ורצה לרחוץ פניו אבל מיד חזר מדעתו, כי אמת אם אני מלוכלך באמת, הרי כשראה אותי השני בפני המלוכלכות, הרי הי' עולה בדעתו שאף הוא מלוכלך ולמה לא הלך לרחוץ את פניו, ומוכח מכאן שאין אני מלוכלך ובגלל כן חשב השני כשראני שגם הוא נקי. אבל אח"כ התיישב בדעתו אמר: אפשר אין זו ראיה, דלעולם גם אני מלוכלך ומה שאין השני חושב על עצמו שהוא מלוכלך כשרואה פני המלוכלכות, משום שגם הוא חושב כמו שחשבתי אני מקודם, דאם הוא מלוכלך א"כ מדוע איני רוחץ את פני כשאני רואה אותו, ומסתמא אינו מלוכלך אבל האמת הוא שטעה, דהרי הוא בודאי מלוכלך, וכמו"כ אפשר שגם אני מלוכלך וצריך אני לרחוץ את פני... וככה המשיך הרה"ק זמן ארוך לפלפל בב' הצדדים, דלכאורה גם זה אינו דאפשר חשב השני ג"כ כסברתי הזאת, וכן הלאה...
(ספר אוהב שלום).

ו) יש שנהגו לשחק במשחק המלכים הנקרא "שאך", בביהמ"ד ובציבור אבל רק בפרהסיא ולא בצנעה שלא להרגיל את עצמו לשחק עם קארטן וד"ל. (ראה שכנה"ג בחו"מ סי' ש"ע שגדולי ישראל שיחקו במשחק השאך).

ז) המנהג שאין לומדים גם כשחל בליל שבת קודש. מספרים שאחרי הסתלקותו של הרה"ק משינאווע זי"ע בא בנו הרה"צ רא"ש מסטראפקוב זצ"ל לשבות אצל מהר"ש מבאבוב זי"ע, ובליל ש"ק חל ניטל והרא"ש הי' מאוד נשבר ונדכה, ורצה מהר"ש זצ"ל לחזקו ושאל אותו איך נהנ אביו הרה"ק באמירת תורה בליל ש"ק שחל בו ניטל וענה שאביו הרה"ק אמר שבשבת מותר ללמוד כי הענין שאין לומדים בניטל הוא, כדי שלא יהי' להחיצונים שליטה, ובשבת ממילא אין להם שליטה, וכיבדו מהר"ש זצ"ל שיגיד תורה, ואמר ובני דן חושים, בני הצדיקים (הנקראים דן מלשון דן ידין שבטי ישראל) אלו שנסעו לאבי ז"ל, חושים, זאלען שנעל געהאלפן ווערן. אבל רבותינו לא אמרו תורה וכן נהגו הרבה צדיקים).

ח) הקדושת ציון זצ"ל הי' בשבת פ' שמות תרצ"ד ביאסלא לרגל הנחת אבן הפינה שהתקיימה ביום א' פ' וארא לבנין ישיבת עץ חיים (ראה הדרשה בקדו"צ ח"א עמ' קכ"ז) וגם הרה"ג ר' שמואל פיהרער זצ"ל אבד"ק קראס הנקרא דער קראסנער רב (נהרג עקה"ש ביומי דחנוכה תש"ג) הופיע ביקרו, ובמוצש"ק חל ניטל והלך האדמו"ר מבאבוב זצ"ל אליו לבקרו ודיברו אם מותר לשוחח בדברי תורה (שמועסן אין לערנן) בליל ניטל, וסיפר הרה"ג הנ"ל: בתור אברך נכנסתי לגדול אחד בליל ניטל וחהוא לא התנהג בדרך החסידות ומצאתי אותו לומד, ואמר לי אינני יודע מה שהחסידים עושים כזה עסק מניטל, אינני מאמין שבשביל שלומדים בניטל וועט מען ברענען אין גהינום, ומאוד כאב לי דבריו ועניתי לו, אינני אומר שבשביל שילמדו ישרפו בגהינום, אבל האם לא ישרפו בגהינום על שלא האמין בדברי חכמים שאמרו שלא ללמוד, ונתכרכמו פניו של הגדול ההוא וסגר הספר .

ט) ידוע הסיפור שפעם שאל כומר אחד את הגאון ר"ר יונתן מאייבשיץ ז"ל הלא אין העולם יכול לקיים בלי תורה וא"כ שכל העולם מבטלין באותו לילה מתורה הי' העולם צריך ליחרב ח"ו? וענהו ר"ר יונתן דקיי"ל מנהג ישראל תורה היא ובזה שישראל מחזיקין במנהגי ישראל חשוב כתורה ובכח התורה זו העולם מתקיים ודו"ק.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג ינואר 02, 2009 12:49 pm

איך האב אמאל געהערט א שיין ווארט פון כ"ק אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א, אז ביי יעקב און עשו שטייט אז כשהיתה עוברת בית ע"ז עשו מפרכת לצאת וכשעוברת בית המדרש יעקב מפרכת לצאת, איז שווער מילא עשו האט געוואלט ארויסגיין, אבער יעקב האט דאך געלערנט תורה פון דעם מלאך דארט, טא וואס איז די געיעג ארויס. האט ער געענטפערט אז וויבאלד דער רשע האט געוואלט ארויסגיין און אראפקומען אויף דער וועלט איז דאך ניטל טאר מען נישט לערנען האט יעקב אויך געוואלט ארויסגיין.
(איך געדענק נישט פונקטליך די אריכות אבער בערך אזוי)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג ינואר 02, 2009 1:06 pm

ליצנותא דעבודה זרה
א איד וועלכע האט א סטאר אין מאנהעטן, ביי די חאגע סעזאן ווען פיל גוים זענען געקומען איינקויפן, און דעראיד האט ב"ה שיין געלייזט, האט ער זיך אויסגעדריקט: ברם יזכר "אותו האיש" לטוב.
(קרעדיט. הרב סיני מאלובעצקי)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג ינואר 02, 2009 1:09 pm

וכגון דא נאמר: א גוט ווארט איז אלעמאל גוט!..........

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מוצ"ש ינואר 03, 2009 3:51 pm

פון הייליגן חתם סופר זי"ע ווערט געברענגט אז די איינציגסטע סיבה וואס ער זעהט צו בארעכטיגען די ביטול תורה פון ניטול, איז ווייל די גוים שטייען אויף יענע נאכט כחצות הלילה און זיי גייען אריין אין טומאה הוליען, און ממילא אז עס זאל נישט זיין א קטרוג אז די אידישע קינדער שלאפן נאך האט מען געזאגט אז מען טאר נישט לערנען ביינאכט ביז חצות ממילא וועט מען גיין שלאפן פרי און מען וועט שוין אוודאי אויפשטיין ביי חצות לערנען, ממילא וועט נישט זיין קיין קטרוג עכ"ד הקדושים

ולולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט עפ"י דרכו אביסל אנדערש, אז מען וויל נישט אז עס זאל זיין א קטרוג ממילא טאר מען נישט לערנען, קען שוין נישט דער בעל דבר מקטרג זיין, ווייל ווען מען געוואלט געמעגט לערנען וואלט מען דאך אוודאי געלערנט, אדער נאך מער אז מען ווייזט אז מיט דעם וואס מען שלאפט איז מען מקיים דברי חז"ל הא גופא הייסט לערנען וכדברי הרה"ק ר יונתן אייבשיץ זי"ע הנ"ל
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מוצ"ש ינואר 03, 2009 4:02 pm

די טעיפ פון ר יענקעלע זי"ע איז ביים סוף פון חומש רש"י פרשת ויגש שנת תשל"ז

מען קען עס מסתם באקומען ביי קרן שמואל ישעי'

איך האב עס אבער איך קען עס נישט ארויסגעבן מטעם גניבה וד"ל
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » זונטאג ינואר 04, 2009 6:25 am

ש'כח פויער פארן מ"מ, איך האב נישט געוויסט אז כ'האב אזא מין אוצר תחת ידי.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » זונטאג ינואר 04, 2009 12:40 pm

בוזי, די ליטווישע האבן בכלל געלערנט ווי געהעריג נישט נאר אום ניטל, נאר אפי' תשעה באב, ווי דער ראגאטשאבער זצ"ל, דער חזון איש זצ"ל, און נאך. אזוי אויך די ספרדים האלטן נישט ניטל. אויך איז געווען א גרויסער אויבערלענדישער גדול הגאון ר' יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל וואס פלעגט לערנען ברבים בליל ניטל. (מ'דארף צו וויסן צו ער האט דאס געטוהן נאר אין ארץ ישראל, ווייל דעמאלט'ס קען זיין אז דאס איז ווייל ער האט געהאלטן אז אין א"י איז נישט שייך ניטל - לויט דעם רמב"ן פר' אחרי)

זיידל, וועגן ביטול תורה אום ניטל ברענגט דער ערוגת הבושם סוף פ' שמות אז דאס איז מעלה די אלע ביטולי תורה במשך דעם יאר וואס זענען געווען באיסור. און בענין זאגן תורה בליל שב"ק שחל בו ניטל, ווערט געברענגט פון הייליגן בעלזער רב זי"ע, אז ער האט געזאגט "אונזערע תורות זענען תפלות", ווייל ער האט דעמאלט'ס ממליץ טוב געווען אויף כלל ישראל, און כמונח בזכרוני האט מרן רביה"ק זי"ע איינמאל נאכגעזאגט די ווערטער פון בעלזער רב זי"ע, און האט אויך געזאגט תורה בליל שב"ק.

דער חתם סופר זאגט אבער (אגרות סופרים ס"ב) מ'זאל נישט בטל'ען די צייט, זענען טאקע געווען צדיקים וואס האבן דעמאלט'ס געמאכט אלע חשבונות פונעם יאר, ס'איז געווען וואס האבן געלערנט ספרי התולדות ווי שם הגדולים וכדו', מ'דארף נאר וויסן דא אין קרעטשמע וואס מ'מעג קוקן און וואס מ'טאר נישט. (דא אין "ידיעות התורה" אפשר וועט דער דיין פסק'ען אז מ'טאר נישט)
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג ינואר 04, 2009 12:46 pm

המסתתר האט געשריבן:בוזי, די ליטווישע האבן בכלל געלערנט ווי געהעריג נישט נאר אום ניטל, נאר אפי' תשעה באב, ווי דער ראגאטשאבער זצ"ל, דער חזון איש זצ"ל, און נאך.

דער ראגאטשאבער איז נישט געווען קיין ליטאי, ער איז געווען אן איידעם אין קאצק.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » זונטאג ינואר 04, 2009 1:14 pm

מסכים ער איז נישט געווען קיין ליטאי, אבער ווייט פון א חסיד.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

דער ביטול תורה אין ניטל און די הלכה

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 5:38 am

רבותי, זייט מיר מוחל פאר א נארישע שאלה אבער ס'איז דאך תורה היא וללמוד אני צריך.
ווי אזוי פאסט ע"פ הלכה אז מ'לערנט נישט תורה די נאכט פון ניטל?
אין אנדערע ווערטער: וואס איז דער היתר פאר דעם ביטול תורה?
די וואָר הענגט אויף א האָר

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

תגובהדורך גרוש » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 7:31 am

עת לעשות לה' הפרו תורתיך,

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 8:14 am

אינטערעסאנטער ארטיקל וועגן ניטל אין דער אלגעמיינער פרעסע.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 8:42 am

זיידעניו האט געשריבן:
ג) החילוק בין ה"פוילישע וה"רוסישע" ניטל הוא מחלוקת בהתקופות של רב אדא ומר שמואל, הרוסישער ניטל הוא כמר שמאל דפסקינן כוותי', ועל כן בצאנז היו לומדים בהפוילישע ניטל וחששו רק להרוסישע ניטל, אבל הארי' דבי עילאי אבד"ק ווישניצא זי"ע הי' חושש גם לתקופת רב אדא ולא הרשה ללמוד בהפוילישע ניטל וכשמהר"ש מבאבוב זצ"ל כיהן פאר אח"כ כאב"ד בווישניצא וניהל שם ישיבתו המפורסמת ומשום כבודו באתרי' דרב לא הרשה ללמוד בישיבתו ונשאר כבר כך גם לאחר מכן.



די חילוק פין די רוסישע ניטל אין פולישע ניטל איז, ווייל אין רוסלאנד (אויך אין גריכלאנד וכו') האלטען די גוים קריסמיס Jan 6-7, אין וועגען דעם האלטען די יודן ניטל דעלמאץ. אין פולין אין אויך אין אונגארין האלטען די גוים קריסמיס, אזוי ווי דא אין אמעריקא Dec 25.

די רוסן זענען "גריכישע אורטדאקס" קריסטין, זיי זענען נישט אינטערען רומישע פויבסט, אין זיי האבען א שטיקעל אנדערע חשבון ווען דער אותו איש איז געבוירען געווארען.

די פולישע, איטליענער, איירישע וכו' זענען "רוימישע קאטאליק" קריסטין, וואס לויט זייער חשבון איז ער געבוירען Dec 25

די גרינדער'ס פין אמעריקא (אויך די מענשטען פין ענגלאנד, דייטשלאנד) זענען געווען פראטיסטאנטען (ד.ה. מאדערנע קאטאליקען), ממילא האבען זיי געהאלטען די רוימישע קאטוילישע מנהגים.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט