וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 10:46 am

ווי איז די מקור פון די ווערטער בשם ה' אלוקי ישראל, ממיני מיכאל וכו' וואס מען זאגט ביי ק"ש שעל המטה? איך האב עס נישט געקענט געפונען.

און אז מען רעדט שוין, ווער איז דער מסדר פון די גאנצע סר פון קר"ש שעל המטה. איך פארשטיי אז אסאך פון די פסוקים וכו' ווערן געברענגט און פארשידענע ספרים, אבער ווער איז דער ענדגילטיגער אויסשטעלער פון אינזער נוסח?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 11:11 am

אין ספר שכב כארי טוט ער דורך גאנץ קרי"ש שעה"מ. דא הייבט ער אן איבער בשם השם.
בשם השם.png
בשם השם.png (69.31 KiB) געזעהן 2352 מאל


ווי איך פארשטיי איז נישט געווען איין ענדגילטיגע מסדר פונעם נוסח, נאר ווי אנדערע נוסחאות איז עס צוביסלעך צאמגעשטעלט געווארן במשך הדורות ומנהגי הראשונים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:36 am

Yang2020 האט געשריבן:אין ספר שכב כארי טוט ער דורך גאנץ קרי"ש שעה"מ. דא הייבט ער אן איבער בשם השם.
בשם השם.png


ווי איך פארשטיי איז נישט געווען איין ענדגילטיגע מסדר פונעם נוסח, נאר ווי אנדערע נוסחאות איז עס צוביסלעך צאמגעשטעלט געווארן במשך הדורות ומנהגי הראשונים.


יש"כ. וואס איז דער ספר שכב כארי? עס קוקט אויס אינטערסאנט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:34 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:יש"כ. וואס איז דער ספר שכב כארי? עס קוקט אויס אינטערסאנט.


דף השער
PRINTpage.PDF
(52.12 KiB) דאונלאודעד 44 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:42 pm

ווי איז דער מקור פון דעם וואס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, אז ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט זאגט מען די תפילה "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", דער געדאנק איז אז יעדער מענטש האט זיין חלק אין וויפיל ער לייגט אריין אז ס'זאל נתגדל ונתקדש ווערן שמו של הקב"ה בעולם, אז ס'פעלט א מענטש דארף מען דאס משלים זיין, בעטן די תפילה אז "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", אז דאס זאל משלים זיין דאס וואס עס פעלט, אז ער זאל ווייטער ווערן אויפן גרויסן אופן די התגלות כבוד שמים עלינו, און כל שכן פון אזא חשוב'ן ערליכן איד.

אויב איינער ווייסט דעער מקור, ביטע אנצייכענען.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 4:33 pm

וואו איז די מקור, אז די צוויי גמרות, בבלי און ירושלמי, זענען קעגן די צוויי אותיות ה' פון שם הוי"ה?

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:06 pm

נו ענטפער...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:01 pm

אין "מאמענט" ברענגן זיי פון א גרויסער פארשער וואס איינע פון זיינע פארש ארבעט איז די ענין פון מנהגים אז די גאנצע ענין פון צינדן ליכט לעילוי נשמת א נפטר, ווייל אמאל האט מען גענוצט די ליכט צו באלייכטן דאס ביהמ"ד צום לערנען און צום דאווענען, און אז מ'האט עס מנדב געווען לע"נ, איז דאס געווען די עלי'. מ'האט שוין גערעדט פון דעם דא, אבער יעצט וויל איך פרעגן צו איינער ווייסט צו בעלי מקובלים צינדן ליכט, אדער צדיקים, צו ווייסט איינער צו די רבי זצ"ל האט געצינדן ליכט אזוי ווי מיר צינדן, אזא לעכטעלע אין א ווינקעל? אז ס'איז א טובה פאר די נשמה?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:52 pm

מיר האבן דאך דא א ״נשמה״ אליין קען מען איהם דאך פרעגן צו ער האט א טובה פון א לעכטל
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:06 pm

שמעתי פעם שיש ע"ז מקור מרבינו בחיי, אי"ה כשיהיה לי פנאי אחפש.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:10 am

מחשב האט געשריבן:שמעתי פעם שיש ע"ז מקור מרבינו בחיי, אי"ה כשיהיה לי פנאי אחפש.

נשמה האט געברענגט א לינק צו די מקור פון רבינו בחיי

כתב רבינו בחיי ( שמות, כ " ה, ל " א): "וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות,והיא מתהלכת בעדוני ההוד והשמחה ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה,מפני שהיא חתיכת אור חצובה באור השכל,ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה,אע"פ שהוא אור גופני והנשמה אור רוחני זך ופשוט,ועל כן המשילה שלמה ע"ה לנר,הוא שאמר ( משלי, כ ', כ " ז) : ' נר ה'נשמת אדם".

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:12 am

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 79&hilite=

זע דעם לינק און דער בלאט נאך דעם.

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:20 am

דא האסטו א גאנצע שיעור פון הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א
https://drive.google.com/open?id=1PH8VZ ... K9NopI1tOW
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:23 pm

zugurnish האט געשריבן:http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20829&st=&pgnum=379&hilite=

זע דעם לינק און דער בלאט נאך דעם.

ער זאגט דארט אז די נשמה האט הנאה פון די ליכטיגקייט וואס ווערט געצינדן לעילוי נשמתו, און מ'דארף עס ארויסזאגן מיט'ן מויל, און מיט דעם וואס מ'זאגט ארויס מיט'ן מויל "איך צינד דעם ליכט לעילוי נשמתו פלוני בן פלוני, האט די נפש בעולם העליון הנאה.

ר' פאפלאנאש נ"י ברענגט אז די גאנצע זאך פארוואס א לעילוי נשמת העלפט איז ווייל ס'איז כאילו דער נפטר זאל עס האבן געטון בחייו. און וואס וועט מיינען דאס וואס ס'שטייט אין ספר המידות בִּזְכוּת נֵר תָּמִיד הַדּוֹלְקִים בְּשֶׁמֶן זַיִת, נִצּוֹלִין מִגְּזֵרַת שְׁמָד. דאס מיינט אויך צו באלייכטן אין ביהמ"ד? אדער אפשר קען מען זאגן אז דאס אליין אז מ'צינד א ליכט ווייזט פאר די מענטש די זכרון פון די ליכטיגקייט פון די נשמה פונעם צדיק, און אז מ'דערמאנט זיך פון די ליכטיגקייט פון די נשמה איז דאס פועל לטובה אויף די מעשים פונעם מענטש וואס צינד אן די ליכט און דאס אליין איז א טובה פאר די נשמה. ווייל יעדע זאך וואס מ'טוט איז כאילו די נשמה טוט עס. דהיינו, ווייל ס'איז געווען אזא און אזא נשמה אויף דער וועלט, וועגן דעם טו איך פארבעסערן מיינע מעשים. שוין. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 4:52 pm

איך ווייס ניט וואס דער מנהג אין אנדערע קהילות איז,
- איך האב געזען ווי מען האט אין בתי כנסיות ליכט וואס יעדער קען צינדען לעילו נשמת איינער.

ביי חב"ד טוט מען דאס ניט, אבער ביי חב"ד צינט דער אבל 5 ליכט ווען ער גייט צום עמוד כנגד די 5 דרגות אין נשמה (נפש רוח נשמה חי יחידה)
חוץ פון א גרויסער נר נשמה וואס ברענט א גאנץ וואך - און אזוי האט דער רבי זי"ע געטאן

און אזוי האט מען געטאהן גאנץ יאר אבלות ביים רבי ריי"צ און ביים רבי זי"ע.

און יארצייט ליכט פאר יארצייט.

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 6:22 am

שוין געפרעגט אמאל אפשר איז צוגעקומען נייע חכמים.
וואו איז די מקור צו רופן א תלמוד תורה "חדר"?
נישט קיין סברות ביטע. נאר מקורות.

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 6:32 am

ביהדות אשכנז, אף על פי שהמונחים "חדר" (נהגה "חֵידֵר") ו"תלמוד תורה" די דומים, היו מקומות שהבדילו ביניהם. "תלמוד התורה" היה שייך לקהילה ובו למדו ילדים להורים שלא יכלו לשלם את שכר הלימוד, ואילו החדר היה מוסד פרטי שבו המלמד (כיום נקרא בתלמודי תורה "רֶבֶּה") גבה שכר לימוד מהורי התלמידים. לפי דעה רווחת, השם "חדר" ניתן כיוון שהלימודים התקיימו בחדר שהוקדש לשם כך בבית הכנסת של הקהילה או בביתו של המלמד.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 6:34 am

אן הלכה אדער א מנהג דארף א מקור ממש, נישט א פשוטע פארשטענדליכע זאך וואס איז א פשטות.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג דעצמבער 08, 2019 11:10 am

סתם אגב, אין א"י ווערט א סקול (מיידל שולע) אויך אנגערופן א 'חדר'.
--
כנראה אלץ די טעם וואס 'חנוך' האט געשריבן, מען האט גענוצט עפעס א צימער וואס דארט האט מען געלערנט מיט די קינדער.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:54 pm

וואס איז פשט אז אסאך איזראעלי חדרים רופן עס 'חיידר'

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7884
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:50 pm

טוב ויפה האט געשריבן:שוין געפרעגט אמאל אפשר איז צוגעקומען נייע חכמים.
וואו איז די מקור צו רופן א תלמוד תורה "חדר"?
נישט קיין סברות ביטע. נאר מקורות.

איך כאפ נישט וואס דו מיינסט מקור

דו האלטס אז איין טאג איז אויפגעשטאנען א גדול און משום טעם כמוס אדער א געבויעט אויף א גמרא האט ער אריבער געפירט א תקנה אז פון היינט זאל מען מער נישט רופן בית אולפנא פון היינט גייט מען דאס רופן חיידער?

סהייסט חיידער מלשון חדר, און מדארף נישט קיין מקור אויף דעם דבר פשוט הוא
איי פארוואס נישט בית אדער בדומה, אויף דעם האט מען דאך געזאגט פארשטענדליכע סברות, וואס לויט ווי איך פארשטיי איז דאס געבעיסט אויף עפעס.

קענסט די זעלבע פרעגן פארוואס שטריימל הייסט שטריימל, און פארוואס קוגל הייסט קוגל (איך מאך נישט אוועק רמזים וואס מהאט נאכדעם געעגעבן צו דעם)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

שטייט דאס אין קדושת לוי ?

תגובהדורך dovidal » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 12:21 am

שטייט דאס אין קדושת לוי ?
צוגעלייגטע
MEKOR.jpeg
MEKOR.jpeg (127.3 KiB) געזעהן 1967 מאל

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 8:30 am

ווען איינער באדאנקט זיך פאר א צווייטן - יישר כח, זענען דא וואס ענטפערן צוריק "יישר". האט דאס בכלל א פשט?

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מוצ"ש ינואר 04, 2020 10:03 pm

ווי איז די מקור פון די ווערטער אויף די באקאנטע ניגון וזכני לגדל בנים ובני בנים חכמים ונבונים אוהבי ה' יראי אלוקים אנשי אמת זרע הקודש בה' דבקים ומאירים את העולם בתורה ובמעשים טובים ובכל מלאכת עבודת הבורא.

די ווערטער שטייט ערגעץ אין א פריערדיגע פלאץ?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש ינואר 04, 2020 10:06 pm

תפילה ביים לעכט צינדן מיינעך
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט