וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:36 pm

אין בהמל"ר פון JTS כת"י 2203 איז דא א ליקוט פון מאמרי הזוהר אויף עניני תפילה ונפילת אפים, דארט שטייט דער מאמר פונעם זוהר (עס ענדיגט זיך "ועל דא יתחייב מיתא לשמיא").

לשמיא.jpg
לשמיא.jpg (175.13 KiB) געזעהן 1717 מאל

גענומען פון דא.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:59 pm

די לשון פונעם תולעת יעקב איז כמעט ווארט ביי ווארט פונעם ליקוט מאמרי הזוהר, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט אז ס'שטייט אין זוהר, ווייס איך נישט ווער ס'האט קאפירט פון וועם.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:33 am

וואס איז דיין פלא, דער הייליגער תולעת יעקב איז פון די ספרי קבלה הקדמונים וואס האבן געהאט דעם זוה"ק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:36 am

דאס אז ער האט געלערנט זוהר הקדוש איז נישט קיין חידוש, ר' משה די ליאון איז שוין אוועק מיט א 200 פריער, מיין קשיא איז נאר אז אויב האט ער עס טאקע גענומען פון דארט פארוואס זאגט ער עס נישט בשם אמרו.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:41 am

ער זאגט עפעס אייגענס? כל דבריו זענען מיוסד ע"פ זוהר וע"פ קבלה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:46 am

פארשטייט זיך אז ס'איז מיוסד ע"פ זוהר, די שאלה איז נאר צו ער האט ממש קאפירט ווארט ביי ווארט פונעם זוהר.

תורת האריז"ל איז אויך מיוסד ע"פ זוהר, אבער ער קאפירט קיינע שטיקלעך זוהר אן צוצייכענען פון וואו ער נעמט עס.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:56 am

הער, דער "תולעת יעקב" דארף נישט צוגעקומען לדכוותי, זיינע ווערטער זיינען גענוג קראנט אן דעם וואס איך זע עס אין זוהר הקדוש.

בד"וו, דער עדות פון הייליגן חיד"א איז ווערט פיל פיל מער ווי אן אלטן כת"י אין שעכטער סעמינאר.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:08 am

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט'ן ווארט "קראנט", די שאלה איז דא צו די תולעת יעקב האט עס גענומען פונעם כת"י, צו דער שרייבער פונעם כת"י האט עס גענומען פונעם תולעת יעקב. מיר זעהט ענדערש אויס ווי דעם צווייטן צד, ערשטנס פאר די פאקט אליינס אז ס'געפינט זיך נישט אין רוב כתבי יד, און צווייטנס ווייל ס'לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל אז ר' מאיר אבן גבאי זאל גלאט אזוי פלאגירן פונעם זוה"ק, אויסער אויב ס'איז לכתחילה געשטעלט אויף אזא אופן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:20 am

זייזשע מוחל, חלילה אפילו צו נוצן דעם ווארט.

ס'איז א געווענליכע זאך ביי די גאר פריערדיגע גדולי תורה, צו ברענגען א בפירוש'ער תוס' א זוה"ק צו אפילו גמ' מפורשת אן צו צייכענען דעם מקור.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:21 am

וואו איז דער מקור אז א י"ב חלה (דוקא פון א צדיק?) איז א שמירה?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:27 am

farshlufen האט געשריבן:זייזשע מוחל, חלילה אפילו צו נוצן דעם ווארט.

ס'איז א געווענליכע זאך ביי די גאר פריערדיגע גדולי תורה, צו ברענגען א בפירוש'ער תוס' א זוה"ק צו אפילו גמ' מפורשת אן צו צייכענען דעם מקור.

האסטו געזעהן דעם תולעת יעקב אינעווייניג?

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:26 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:וואו איז דער מקור אז א י"ב חלה (דוקא פון א צדיק?) איז א שמירה?

און המקור לשמור חלק מהאפיקומן לכל השנה?
אולי זה אותו מקור
שיריים מדבר מצוה, יש מקור על זה בספר ברית כהונת עולם.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:48 pm

מאמר? פרק?

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:21 pm

עס ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא א מאמר חז''ל (אדער אפשר גאר א לשון הרמב''ם?) אז יעקב אבינו האט זוכה געווען צו עשירות ווייל ער האט געארבעט ערליך ביי לבן

איך האב עס שוין אסאך געזוכט אבער דערווייל האב איך עס נישט געקענט טרעפן

איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:39 pm

מה ידידות האט געשריבן:עס ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא א מאמר חז''ל (אדער אפשר גאר א לשון הרמב''ם?) אז יעקב אבינו האט זוכה געווען צו עשירות ווייל ער האט געארבעט ערליך ביי לבן

רמב"ם סוף הלכות שכירות
כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני ולא יעכבנו כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן שהרי הקפידו על ברכה רביעית של ברכת המזון שלא יברך אותה וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרץ האיש מאד מאד
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:47 pm

להודות האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:עס ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא א מאמר חז''ל (אדער אפשר גאר א לשון הרמב''ם?) אז יעקב אבינו האט זוכה געווען צו עשירות ווייל ער האט געארבעט ערליך ביי לבן

רמב"ם סוף הלכות שכירות
כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני ולא יעכבנו כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן שהרי הקפידו על ברכה רביעית של ברכת המזון שלא יברך אותה וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרץ האיש מאד מאד

ישר כח גדול
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:06 pm

ווי איז די מקור וואס געוויסע מענטשן וואשן זיך די הענט 8 מאל נאכ'ן ארויסקומען פון בית הכסא, דהיינו קודם 4 מאל בסירוגין און דערנאך נאכאמאל 4 מאל בסירוגין.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:11 am

וואו איז דער מקור און וואס איז די מעשה?

כ'האב אמאל געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זייער וויי געטון ווען מ'האט אמאל מסיים געווען פאר א איד (אין פ' תרומה אדער ויקהל) מיטן פסוק 'ששה קרשים' - ווייל ס'איז מרמז אויף א ארון פון א בר מינן רח"ל. כפי השמועה האט דער רבי געפאסט נאכדעם ס'זאל יענעם גארנישט פאסירן.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:18 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:וואו איז דער מקור און וואס איז די מעשה?

כ'האב אמאל געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זייער וויי געטון ווען מ'האט אמאל מסיים געווען פאר א איד (אין פ' תרומה אדער ויקהל) מיטן פסוק 'ששה קרשים' - ווייל ס'איז מרמז אויף א ארון פון א בר מינן רח"ל. כפי השמועה האט דער רבי געפאסט נאכדעם ס'זאל יענעם גארנישט פאסירן.

פרעג די אידן פון פריערדיגן דור, די רבי האט אזוי אויסגעלאזט ביי א איד, דער איד א ת"ח ובר אוריין האט פארשטאנען האט ער נישט געוואלט מאכן די ברכה, די רבי האט זיך אראפגעזעצט בלית ברירה האט ער געמאכט די ברכה און תוך שלשים יום איז ער נטמן געווארן און סאטמאר ביה"ח לאנג איילענד
דער איד האט א זון וואס הייסט נאך אים

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:48 am

גם זה יעבור האט געשריבן:

דאס וואס דו פארציילסט איז גאר אן אנדערע נוסח.
איז די מעשה ערגעץ געדרוקט?
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

גברא רבא
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:36 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:וואו איז דער מקור און וואס איז די מעשה?

דאס וואס דו פארציילסט איז גאר אן אנדערע נוסח.
איז די מעשה ערגעץ געדרוקט?

דער איד איז שוין געווען ביטער קראנק בעפאר און דעריבער האט מורא געהאט אז מען זאל ענדיגן ביי דעם פסוק. רבינו האט שפעטער געזאגט אז ער האט נישט פארשטאנען וואס דער איד וויל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:31 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:ו'ששה קרשים' - ווייל ס'איז מרמז אויף א ארון פון א בר מינן רח"ל.

זאגט ווער?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:12 am

farshlufen האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:ו'ששה קרשים' - ווייל ס'איז מרמז אויף א ארון פון א בר מינן רח"ל.

זאגט ווער?

כ'אניש קיין מושג. שמועה שמעתי אסאך יארן צוריק און כ'וויל עס מברר זיין.
דערווייל ווייס איך נישט קיין מקור דערצו.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:41 pm

גבר ישראל האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:וואו איז דער מקור אז א י"ב חלה (דוקא פון א צדיק?) איז א שמירה?

און המקור לשמור חלק מהאפיקומן לכל השנה?
אולי זה אותו מקור
שיריים מדבר מצוה, יש מקור על זה בספר ברית כהונת עולם.

אדער יא האט געשריבן:מאמר? פרק?

די וועלט נוצט דעם מאמר הגמ' שירי מצוה מעכבים את הפורענות
בפשטות מיינט מען הידורי מצוה (און אפשר אויך חיבוב מצוה?)

אין די ראשונים טרעפט מען שוין לגבי וואשן די אויגן מיט די שיריים פון הבדלה, דער גר"א ברענגט אזוי פון מרדכי http://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x1499 און עס שטייט אויך אזוי פון אנדערע ראשונים.

עס קען זיין אז זיך וואשן מיט די שיריים פון א מצוה איז אן אופן פון ווייזן חביבות צו די מצוה אבער נישט אז דער חפצא פון די וויין האט עפעס א סגולה פון שמירה, און די זעלבע איז יתכן לגבי שיריים פון די אפיקומן, עס איז אפשר לשון נופל על לשון -שירי מצוה און שיריים פון א מצוה- אבער עס איז נישט אז די שיריים איז דער שמירה נאר די חיבוב מצוה וואס איז מעכב את הפורענות. בד"א

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:02 pm

גבר ישראל האט געשריבן:המקור לשמור חלק מהאפיקומן לכל השנה?

ווערט דערמאנט אין ש"ע הרב סוף סימן תעז:
הנוהגין לנקוב חתיכת אפיקומן ולתלותה אין בזה איסור משום נוקב ביו"ט...
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט