בלאט 131 פון 137

געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 1:06 pm
דורך קאווליר
farshlufen האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:ווי איז דער מקור אז נאך א לוי' גייט מען נישט אריין אין א בנין נאר מ'ברענגט ארויס וואסער אינדרויסן?
האט עס בכלל א מקור?
היינט האב איך געזען אין ב.פ. נאך די לויה פון הרה"ק מסקולען זצ"ל ווי דער עולם איז אריין אין א דערנעבנדיגער ביהמ"ד און זיך געוואשן די הענט אינעווייניג...

אין הויז גייט מען נישט אריין אן זיך צו וואשן.
עיין ברמ"א סעיף ד'

אין א ביהמ"ד, יש שאין מקפידין.

יאפ. כן ראיתי בספר רבינו הגדול אמרו מכ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א בשם? (אינו זוכר כעת)

אנצוכאפן דעם ארון בשעת א לוי'

געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 1:57 pm
דורך אילו זכינו
איז דא א מקור אז ביי א לוי' (פון א אדם גדול) זאל מען בשעת'ן מלווה זיין אנכאפן דעם ארון?
כ'פארשטיי אז ס'איז א זכיה וכו' כ'וויל אבער וויסן צו ס'האט א מקור ערגעץ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 4:27 pm
דורך להודות
farshlufen האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:ווי איז דער מקור אז נאך א לוי' גייט מען נישט אריין אין א בנין נאר מ'ברענגט ארויס וואסער אינדרויסן?

אין הויז גייט מען נישט אריין אן זיך צו וואשן.
עיין ברמ"א סעיף ד'

נישט זיכער אויב ער רעדט פון אבלים אדער מלווים, ועכ"פ איז דער עולם (מלווים) נישט נוהג ישיבה ג"פ, פארוואס דאס יא?

געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 4:31 pm
דורך איינס
אילו זכינו האט געשריבן:איז דא א מקור אז ביי א לוי' (פון א אדם גדול) זאל מען בשעת'ן מלווה זיין אנכאפן דעם ארון?
כ'פארשטיי אז ס'איז א זכיה וכו' כ'וויל אבער וויסן צו ס'האט א מקור ערגעץ?

ברכות ג
נוֹשְׂאֵי הַמִּטָּה וְחִלּוּפֵיהֶן וְחִלּוּפֵי חִלּוּפֵיהֶן,

פירוש רבי עובדיה מברטנורא
וחלופיהן - שכן דרך שמתחלפין לפי שהכל רוצים לזכות במצוה:

און לאו דוקא ביי אדם גדול

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 7:42 pm
דורך חלב ישראל
שטייט ערגעץ וועגן זיך טובלען אין די זעלבע וואסער וואס מ'האט געמאכט די טהרה פאר א צדיק? וואס איז די פריסטע מקור?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 8:32 pm
דורך קיקיון
איינס האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:איז דא א מקור אז ביי א לוי' (פון א אדם גדול) זאל מען בשעת'ן מלווה זיין אנכאפן דעם ארון?
כ'פארשטיי אז ס'איז א זכיה וכו' כ'וויל אבער וויסן צו ס'האט א מקור ערגעץ?

ברכות ג
נוֹשְׂאֵי הַמִּטָּה וְחִלּוּפֵיהֶן וְחִלּוּפֵי חִלּוּפֵיהֶן,

פירוש רבי עובדיה מברטנורא
וחלופיהן - שכן דרך שמתחלפין לפי שהכל רוצים לזכות במצוה:

און לאו דוקא ביי אדם גדול

פון נושאי המטה איז געווארען נוגעי המטה

געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2019 10:02 am
דורך איינס
קיקיון האט געשריבן:

היא היא

ביים אנכאפן איז מען א נושא און זוכה במצוה

געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2019 10:12 am
דורך קיקיון
איינס האט געשריבן:היא היא

ביים אנכאפן איז מען א נושא און זוכה במצוה

??
מיט דעם לייגען א שפיץ פינגער אויף דעם ארון ווערט מען א נושא??
ער מאכט נור שווער פאר די נושאים בפועל

געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2019 10:37 am
דורך איינס
קיקיון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:היא היא

ביים אנכאפן איז מען א נושא און זוכה במצוה

??
מיט דעם לייגען א שפיץ פינגער אויף דעם ארון ווערט מען א נושא??
ער מאכט נור שווער פאר די נושאים בפועל

ניין נוגע איז נישט קיין נושא
"ומזה מי הנדה" - (נדה ט יומא יד) רבותינו אמרו שהמזה טהור וזה בא ללמד שהנושא מי חטאת טמא טומאה חמורה לטמא בגדים שעליו משא"כ בנוגע

(אבער מקען פארשטיין די קאנסעפט)

געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2019 11:25 am
דורך חלב ישראל
אויב אזוי קען מען אויך נוצן א שטיקל זילבער פאר א פנים חדשות פאר שבע ברכות, אזויווי ס'שטייט אין בבא קמא צו: אז ס'הייסט א פנים חדשות...

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 11:14 pm
דורך שאינו יודע
זענדל האט געשריבן:ווי דער מקור וואס עטליכע פירן זיך (בעיקר ספרדים) אויצושטרעקן די הענט ביי ברכת כהנים כאילו מ'וויל נעמען די ברכות?
וויכטיג ביטע

עס שטייט נאך נעגל וואסער זאל מען אזוי טון. אפשר הוא הדין

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 12:07 am
דורך קאטשקע אויפן וואסער
דריידל האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:ווי דער מקור וואס עטליכע פירן זיך (בעיקר ספרדים) אויצושטרעקן די הענט ביי ברכת כהנים כאילו מ'וויל נעמען די ברכות?
וויכטיג ביטע

כ'האב געזעהן אמאל פון איינע פון די ליטווישע גדולים פון פאריגן דור, אפשר ר' אלי-הו דעסלער, ברענגט ער די מנהג

בקונטרס נטעי אליהו חלק ב עמ' ח:
סגולה מבעל הלב אליהו [ר' אליהו לאפיאן] זיע"א: הרוצה שתיענה בקשתו מן השמים, יעמוד כנגד הכהנים בפרשם כפיהם לברך את העם, ויצטרף ב' כפות ידיו, ויפשטם כמקבל בהם דבר, ובעת ברכתם יהרהר הבקשה ובוודאי יענה מן השמים (מתלמידו הרב נחמן בולבין שליט"א).

אין ספר יברכך ה' חלק א עמ' תקצד-תקצה ווערט געברענגט א מעשה מיט א ישועה דורכן מקיים זיין דעם מנהג, אויך בשייכות מיט ר' אליהו לאפיאן.

איז משמע אז עס איז א נייע סגולה.

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 7:02 am
דורך דריידל
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:

אה. יש"כ פאר אנצייכענען

אם יש מקור

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 11:58 am
דורך dovidal
ללבוש קיטל בליל הסדר "בלי בעקיטשע" רק קיטל ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 12:49 pm
דורך גבר ישראל
dovidal האט געשריבן:ללבוש קיטל בליל הסדר "בלי בעקיטשע" רק קיטל ?

קודם שרייב ווי איז די מקור אז די קיטל ברויך צו זיין אויף די בעקיטשע?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 1:51 pm
דורך יאצמעך
שוין דא א גאנצע שמועס דערויף דא אויף אייוועלט, דאכצעך פון די יום כיפור סיזען. איך ווייס אבער נישט וויזוי צו סערטשן

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:21 pm
דורך אוהב ספרים
dovidal האט געשריבן:ללבוש קיטל בליל הסדר "בלי בעקיטשע" רק קיטל ?

לשאלתך, אלו שהולכים עם ווייסע בעקיטשע כקיטל, או ירושליימער קאפטען במקום קיטל, גם צריך להיות מעל בעקיטשע רגילה?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:51 pm
דורך דונש
גבר ישראל האט געשריבן:קודם שרייב ווי איז די מקור אז די קיטל ברויך צו זיין אויף די בעקיטשע?

המקור הוא "אבותי" ו"רבותי"

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 7:26 pm
דורך חלב ישראל
לויט ווי מיך קוקט אויס גייט יעדער ווי ס'איז אים מער באקוועם, מיין טאטע גייט מיט א בעקישע אונטער דעם קיטל, מיין זיידע נישט. און יום כיפור אין שול זע איך די זעלבע זאך, איך זע אינגעלייט וואס זייער טאטע גייט נישט און זיי יא, און די זעלבע פארקערט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 10:07 pm
דורך dovidal
חלב ישראל האט געשריבן:לויט ווי מיך קוקט אויס גייט יעדער ווי ס'איז אים מער באקוועם, מיין טאטע גייט מיט א בעקישע אונטער דעם קיטל, מיין זיידע נישט. און יום כיפור אין שול זע איך די זעלבע זאך, איך זע אינגעלייט וואס זייער טאטע גייט נישט און זיי יא, און די זעלבע פארקערט.

שאלתי היתה אם יש ענין ללבוש רק קיטעל "ולא בעקיטשע תחתיו" יש שעושין כן רק בליל הסדר ולא ביום כפורים ואומרים שיש ענין כן. ע"כ רציתי לידע אם יש מקור ע"ז

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 10:31 pm
דורך חלב ישראל
מן הסתם יום כיפור ווען מ'פאסט איז זיי קאלט מיט אזא דינע כאלעטל, און ביים עסן א סעודה איז זיי באקוועמער אזוי.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 25, 2019 12:47 am
דורך שאינו יודע
או י״ל דביו״כ איכא רואים

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 2:06 am
דורך נתן בן ופסי
אווי איז די מקור פון עסן שוין מצ''פ חמץ, געהעאט גראדע א שיינע טעם אזוי ווי רש''י שרייבט ביי די איסור פין עסן בלוט אין שרצים אז מען זאל נישט זאגען אז מען עסט דאס נישט ווייל עס איז נישט גוט נאר איך וואלט דאס געוואלא עסן נאר די תורה לאזט נישט דאס זעלבע דארף מעו ווייזן ביי חמץ אז עכט וויל מען עסן

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 2:58 am
דורך שאינו יודע
געווענליך א מקור זאגט מען אויף א מנהג וואס חסידים ואנשי מעשה האבן זיך געפירט ועיין

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 9:22 am
דורך דריידל
שאינו יודע האט געשריבן:געווענליך א מקור זאגט מען אויף א מנהג וואס חסידים ואנשי מעשה האבן זיך געפירט ועיין

געווען צדיקים וואס האבן געמאכט הבדלה אויף ביר מוצאי פסח