וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

מקור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

צו ווייסט אפשר איינער מקור הפתגם הידוע: "געלד פארלארן ניקס פארלארן, מוט פארלארן אלעס פארלארן"????????????
גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאנץ פשוט »

נישט רש''ב פון פשיסחא?

וועט מען דארפן ווארטן אויף אים.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז נאך א תענית זאל מען נישט עסן פליישיג?

ר' זלמן האפמאן ע"ה משב"ק אצל הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זצ"ל, פארציילט אז ער איז געווען ממונה אויף די קיך בבית פונעם רב ז"ל, איין יאר תענית אסתר האט אים דער רב ז"ל געפרעגט וואס ער גרייט צו פאר אויספאסטען, האט ער געזאגט אז ער גרייט צו פליישיג'ס, האט אים דער רב ז"ל געזאגט אז מוצאי תענית עסט מען נישט קיין פליישיג'ס, ע"כ

(מקור :די צייטונג פרשת עקב)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז נאך א תענית זאל מען נישט עסן פליישיג?

ר' זלמן האפמאן ע"ה משב"ק אצל הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זצ"ל, פארציילט אז ער איז געווען ממונה אויף די קיך בבית פונעם רב ז"ל, איין יאר תענית אסתר האט אים דער רב ז"ל געפרעגט וואס ער גרייט צו פאר אויספאסטען, האט ער געזאגט אז ער גרייט צו פליישיג'ס, האט אים דער רב ז"ל געזאגט אז מוצאי תענית עסט מען נישט קיין פליישיג'ס, ע"כ

(מקור :די צייטונג פרשת עקב)

עיין בסימן תקנ"ח מבואר שם
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש פתוח »

צו כבוד "שפרו מעשיכם" ס'איז א ישמח משה אין איינע פון די דרשות אויף ימים הנוראים

בי א געלעגנהייט וועל איך עס אי"ה מעתיק זיין ס'איז דברים חוצבים להבות אש (דאכט זיך מיר אז ער שרייבט דארט אז מ'האט עס מגלה געווען פון הימל
ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 1:29 pm

זיך ווישן אין מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש פתוח »

איז דא א טשיקאווע ווערטל פונעם טשיבינער רב זצ"ל ווען ער איז אנגעקומען קיין ירושלים פאר 70 יאר צוריק איז ער געגאנגען אין מקוה און זיך מיטגענומען א האנטוך, זעהט אויס אז דענסמאל איז עס נאך נישט געווען אזוי איינגעפירט דארט, צוקוקינדיג ווי ער ווישט זיך אפ רופט זיך איינער אהן צו איהם (נישט וויסנדיג ווער דאס איז) ר' איד פון ווי נעמסטו אזא מין הנהגה זיך אפ-צו-ווישן נאכ'ן טובל'ן האט זיך דער טשיבינער רב צומייכלט זאגנדיג "איך ווייס פון זייער א חשוב'ן איד וואס פלעגט זיך אויך אפווישן נאכן זיך טובל'ן, ווער איז דער חשובער איד ? פרעגט אים יענער, ווארט אינדרויסן וועל איך דיר זאגן ענטפערט אים דער רב, ארויסגייענדיג זאגט ער איהם דער חשובער איד איז נישט קיין אנדעדער ווי דער כהן גדול אין בית המקדש ביוהכ"פ (עי' משנה יומא ירד וטבל עלה ונסתפג)

כאטש הלכה דיג קען מען מעיין זיין אין דעם ווייל לכאורה איז דאס וועגן א חשש חציצה פון די בגדי כהונה עי' במפרשים שם
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז נאך א תענית זאל מען נישט עסן פליישיג?

ר' זלמן האפמאן ע"ה משב"ק אצל הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זצ"ל, פארציילט אז ער איז געווען ממונה אויף די קיך בבית פונעם רב ז"ל, איין יאר תענית אסתר האט אים דער רב ז"ל געפרעגט וואס ער גרייט צו פאר אויספאסטען, האט ער געזאגט אז ער גרייט צו פליישיג'ס, האט אים דער רב ז"ל געזאגט אז מוצאי תענית עסט מען נישט קיין פליישיג'ס, ע"כ

(מקור :די צייטונג פרשת עקב)

דער מגן אברהם איז אפשר נישט גענוג מקור ווי דער בעלזער רב?...
עס שטייט אין מגן אברהם סי' תקנ"ח ס"ק ג' בשם המהרי"ל עיי"ש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מען רעדט דאך דא פון תענית אסתר, ס'איז אנגענומען אז די תענית איז אנדערש. און דאס איז דא די חידוש.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מוצאי תענית אסתר איז אנדערש אויך ווייל עס איז א יו"ט נישט נאר ווייל עס איז נישט א יום אבילות,
משא"כ אין ירושלים אפשר איז אביסעל אנדערש אין דעם.
און למעשה איז דאך עס א יום אבילות אויך ווייל די צרה חזרט זיך איבער יעדע יאר, סא קען מען אפשר אביסעל פארשטיין די מהלך בעבודת ד' וואס די צדיק האט אינינען געהאט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bookkeeper »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:משא"כ אין ירושלים אפשר איז אביסעל אנדערש אין דעם.

דוכט זיך אז בעלזא רב האט געוואוינט דאן אין תל אביב וצ"ע
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

l
לעצט פארראכטן דורך המחפש אום דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

סידיראם האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:צו וויסט איינער אפשר מקור המעשה וואס יעדר חדר אינגל קען, בבית מדרשו של מרן הבעל שם טוב ביום הכיפור היה ילד און ער האט געפיפן, ואמר הבעש"ט שזה עשה רושם גדול בשמים?

דערציילונגען פון צדיקים....


אבי חוזק געמאכט, די מעשה האט א מקור. די שטערקסטע מקור ווי איך געדענק יעצט איז אין ישמח ישראל אויף סוכות (דף... זיך עס אליין אויף...) שרייבט בערך בזה הלשון "וכידוע המעשה מהבעל שם טוב שאמר א פייף פון א איד איז עולה למעלה למעלה"



[align=center]שמעתי מאאמו"ר זלה"ה שפעם אחת בא בן כפר לעיר על יום טוב ראש השנה והוא לא הי' יודע להתפלל אפילו אות אחת ולא ברכה אחת, אלא שראה שכל בני הכפרים באים לעיר על ר"ה, הוא גם כן בא לשם, וכשבא עת התפלה בבית הכנסת וראה שכל ישראל מנענעים הנה והנה ואומרים איזה דיבורים בקול רם והוא לא ידע מזה כלל, ושאל לאביו מה זה, ואמר לו שהקב"ה היושב בשמים אליו אנחנו קוראים ומדברים ומתפללים כל השנה, ובפרט בב' ימים אלו שהקב"ה דן את כל העולם מה יהיה לכל איש כל השנה.

וכששמע זאת מאביו אמר אני מה אעשה להקב"ה שאיני יודע להתפלל, והשיב לו אביו שתוק ושמע מאלו ישראל מה שהם אומרים. והשיב לו, אבי אבי הרי אני אינו יודע מה הם אומרים, מה אני אעשה להקב"ה, וגער בו אביו ואמר לו שתוק, כדי שלא יתוודע שאתה עם הארץ. ועמד איזה רגעים ואמר בזה הלשון: אני אשרוק בפה "איך וועל פַאפין מיט מיין מויל להקב"ה", וגער בו אביו - והוא לא יכול לעצור עצמו, ואמר בזה הלשון" "איך שוועוויטש", ועשה כן בכל כחו במסירת נפש. ונעשה למעלה עת רצון גדול ונענו עבורו כל ישראל בתפלתם.[/align]
תהלים בן ביתי קאפיטל קי"ט אות נ'


עי' בשומר אמונים ועוד סיפור זה באוא"ק, ואפשר שהי' ב' עובדות וז"ל:
איש כפרי אחד, שהיה מתפלל תמיד ימים נוראים בבית מדרשו של הבעש"ט ז"ל, היה לו ילד אחד אטום לב מאוד ולא היה יכול לקבל אף צורת האותיות, ובפרט לומר שום דבר קדושה. ולא היה אביו לוקחו עמו בימים נוראים העיר, יען כי אינו יודע מאומה. וכאשר נעשה בר מצוה לקחו עמו על יום הכיפורים, שיהיה אתו עמו לשמרו שלא יאכל ביום הקדוש לחסרון ידיעתו והבנתו. והילד היה לו חליל, שהיה מחלל תמיד בעת ישבו בשדה לרעות את הצאן והעגלים. ולקח אתו עמו בכיס בגדו את החליל ואביו לא ידע מזה. הנער היה יושב כל המעת לעת הקדוש בבית המדרש ואינו יכול לומר מאומה. בעת תפלת מוסף אמר לאביו, "אבי, יש אתי עמי החליל שלי ואני רוצה מאוד ליתן קול על החליל". ונתבהל אביו מאוד וגער בו ואמר לו: "השמר לך ושמור נפשך מאוד לבל תעשה את הדבר הזה" והוכרח להתאפק. בעת תפלת מנחה אמר לו עוד הפעם: "אבי הרשני ליתן קול ולחלל בחליל שלי". וקלל אותו קללה נמרצת והזהיר בו באזהרה רבה לבל ירהיב בנפשו חלילה לעשות כזאת. ולא היה יכול ללקחו מיד הנער, יען כי הוא מוקצה.

אחר תפילת המנחה אמר לו עוד הפעם ובקש מאביו: "יהי מה, הרשני נא לחלל איזה קול". כאשר ראה אביו תשוקתו מאוד, וכי נכספה נפשו מאוד לחלל, אמר לבנו: באיזה מקום אתה מחזיק את החליל?" והראה לו. ולקח אביו בידו את הכיס והחזיק ידו על הכיס והחליל, לשמור לבל יקחנו לחלל עמו. וכן התפלל תפלת נעילה וידו מחזקת את כיס בגד הנער עם החליל. באמצע התפלה שמט הנער בחוזק רב את החליל מתוך הכיס ומיד אביו ונתן קול עצום בהחליל. תמהו כל השומעים. והבעש"ט, אחרי הקול הזה, קיצר מהרגלו. ואמר אחר התפילה: "הנער הזה עם קול חלילתו העלה כל התפלות והקל מעלי".

ואמר סיבת זה, כי הוא אינו יודע לומר מאומה, וכאשר כל היום הקדוש ראה ושמע רבת תפלת ישראל וניצוץ קדשו בערה בו כמו אש ממש, והיודע יכול להלביש תבערת הקדושה והתשוקה בתיבות התפלה לפניו יתברך, אך הוא אינו יודע מאומה ולא מצא בעצמו לרוות צמאונו, רק לחלל בחליל לפניו יתברך, רק שאביו מנעו, ואש תשוקתו בערה בו בכל פעם יותר עד כלות נפשו ממש ובחוזק תשוקתו חלל באמיתת נקודת לבבו בלא שום פניה, רק נקי לשמו יתברך, ורחמנא לבא בעי והבל פיו הנקיה נתקבל מאוד לרצון לפניו יתברך ועי"ז העלה כל התפילות.
גדולים מעשי צדיקים, קבוצת יעקב, אמונת צדיקים, מובא בשומר אמונים מאמר האמונה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

המחפש האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז נאך א תענית זאל מען נישט עסן פליישיג?

ר' זלמן האפמאן ע"ה משב"ק אצל הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זצ"ל, פארציילט אז ער איז געווען ממונה אויף די קיך בבית פונעם רב ז"ל, איין יאר תענית אסתר האט אים דער רב ז"ל געפרעגט וואס ער גרייט צו פאר אויספאסטען, האט ער געזאגט אז ער גרייט צו פליישיג'ס, האט אים דער רב ז"ל געזאגט אז מוצאי תענית עסט מען נישט קיין פליישיג'ס, ע"כ

(מקור :די צייטונג פרשת עקב)



עי' ים של שלמה חולין סוף פרק אותו ואת בנו שכתוב כן. ומביאו בכף החיים סי' של"ד אות ק"ן.

הרב המחפש, כ'כאפ נישט וואס איר האט דא געוואלט מוסיף זיין, וגם למה תביא ממרחק לחמו? ווילסט פשוט מלקט זיין מראי מקומות, לאמיר דיר געבן פשוט פון אחרונים על השו"ע.
קודם האט מען שוין געברענגט דעם מג"א אויבן (סי' תקנ"ח סק"ג, וסי' תק"פ סק"ט), דא האסטו פרישע, רמ"א (יו"ד סי' קפ"ה ס"ד) ותורת השלמים (שם סק"י), יד אפרים (סי' תק"פ במג"א סק"ט), ט"ז (סי' של"ד סק"כ) ופרמ"ג (מ"ז שם), א"ר (סי' קל"ד סק"א, סי' של"ד סקכ"זׂׂ, סי' תקנ"ח סק"ד), חת"ס (בהגהות שבסוף השו"ע יו"ד ח"ב ס"ק ו'), מ"ב (סי' של"ד ס"ק ע"ט, סי' תקנ"ח סק"ה), וכף החיים (סי' קל"ד סק"ט, הנ"ל סי' של"ד ס"ק ק"ן, סי' תקנ"ח סקי"ט וסק"כ, סי' תקס"ד סקי"ב, סי' תק"פ סקכ"ט).

כ'האב עפעס אויסגעלאזט?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:מוצאי תענית אסתר איז אנדערש אויך ווייל עס איז א יו"ט נישט נאר ווייל עס איז נישט א יום אבילות,
משא"כ אין ירושלים אפשר איז אביסעל אנדערש אין דעם.
און למעשה איז דאך עס א יום אבילות אויך ווייל די צרה חזרט זיך איבער יעדע יאר, סא קען מען אפשר אביסעל פארשטיין די מהלך בעבודת ד' וואס די צדיק האט אינינען געהאט.

דארפסט נישט זיך מוטשען, וז"ל הכלבו (סימן מה): וכתב ה"ר אשר ז"ל כי יש נהגו שלא לאכול בשר בלילה ההוא כדי שלא יטעו ויחשבו שהיא סעודת פורים.
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

משה כהן האט געשריבן:צו ווייסט אפשר איינער מקור הפתגם הידוע: "געלד פארלארן ניקס פארלארן, מוט פארלארן אלעס פארלארן"????????????



בספר שם משמואל - פרשת יתרו - שנת תרע"ה
וז"ל: והיינו שעיקר החסרון באדם שאינו מכיר מעלת נפשו, שבאם הי' מאיר לנגד עיניו מי הוא ומה מעלתו לא הי' אפשר לבוא לידי עבירה, אלא שחסר להאדם עוז שהוא "קוראזש" בל"א וכמו שאמר הרבי הקדוש ר"ב זצללה"ה מפרשיסחא לרבו היהודי הקדוש זצ"ל ששאלהו מה שמע חדשות בהיותו בדאנציג, ואמר ששמע אבידת ממון אינו כלום, ואבידת "קוראזש" הוא אבידה בכולו, עכ"ד. וזהו מלאכת היצה"ר, ובזה מצודתו פרושה על כל החיים, שכאשר ניטל מהם ה"קוראזש" והידים מתרשלים אז המה כעיר פרוצה אין חומה, ע"כ הקדימו התנא לחשבון שפלות גופו:

ובספר קול מבשר מביאו ומוסיף שם וז"ל:
אמר המבי"א, ואני שמעתי שאמר בזה הלשון, געלד פערלוירען - ניקסט פארלוירען, מוט פערלוירען - אללעס פערלוירען:
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

Bookkeeper האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:משא"כ אין ירושלים אפשר איז אביסעל אנדערש אין דעם.

דוכט זיך אז בעלזא רב האט געוואוינט דאן אין תל אביב וצ"ע

האלב יאר אין תל אביב אין האלב יאר אין קטמון, א געגנט אין ירושלים
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חוץ פון דעם האט געשריבן:
Bookkeeper האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:משא"כ אין ירושלים אפשר איז אביסעל אנדערש אין דעם.

דוכט זיך אז בעלזא רב האט געוואוינט דאן אין תל אביב וצ"ע

האלב יאר אין תל אביב אין האלב יאר אין קטמון, א געגנט אין ירושלים

אבער פורים [תענית אסתר] איז ער געווען אין ת"א
ירושלים איז געווען זוממער ביז נאך די הייליגע טעג.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

איז דא א מקור פון נישט האבן/שפילן מיט א דאלי?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יו"ד קמ"א

א שווערע הלכה במציאות, פשוט פארעכטן וכדו' גרעניצט זיך מיט לאוין.

פון הרב פאלק
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

פראהביטש האט געשריבן:איז דא א מקור פון נישט האבן/שפילן מיט א דאלי?
אטעטשמענטס
דאל.pdf
(95.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 70 מאל
דור קודם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 5:06 am

געבן א נאמען ביים ערשטן קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דור קודם »

וואו איז דער מקור צו געבן א נאמען ביים ערשטן קינד לויט די עלטרן פון די מאמעס זייט
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

דור קודם האט געשריבן:וואו איז דער מקור צו געבן א נאמען ביים ערשטן קינד לויט די עלטרן פון די מאמעס זייט

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p= ... 6f5#p64848
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

מסכת ביצה לילדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

איז דא א מקור אויף דעם וואס ס'פלעגט זיין איינגעפירט אנצוהייבן לערנען גמרא מיט די קליינע קינדער, מסכת ביצה די צווייטע פרק?
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

שופר האט געשריבן:
דור קודם האט געשריבן:וואו איז דער מקור צו געבן א נאמען ביים ערשטן קינד לויט די עלטרן פון די מאמעס זייט

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p= ... 6f5#p64848

וראה בשו"ת אגרות משה יו"ד ח"ג סי' ק"א, וע"ע בספר אוצר הברית פ"ו סי' ג'.
אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהבך »

ס'דא א מדרש אויף פארקערט אז טאקע וועגן דעם פון נישט געבן קודם נאכן טאטן זענען בני אהרן געשטראפט געווארן, וצע"ג, (הרב עובדיה אין הליכות עולם איז מעורר אויף דעם).
[איינער האט אמאל געפרעגט וועגן דעם מנהג נישט צו בלאזן ליכט; דעס בצופאל אויך א חז"ל, נאר די גמ' ברענקט אראפ יענעם מאמר אנדערש ויל"ע, ווייל ס'משמע אז די גמ' האט נישט אנגענומען אזוי וכידוע דהלכה כגמ'].
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”