וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 1:47 pm

איז דא א מקור צו דעם, אז א פסול אין מזוזות ותפילין האבן א דירעקטע שייכות צו ברענגען א קראנקהייט אדער א צרה צום מענטש (אייגענטומער)?
ס'זענען באקאנט אזויפיל מעשיות פון קדושים וצדיקים וועלכע האבן געהייסן בודק זיין תפילין ומזוזות בי חולאים וכו' און מ'האט געטראפן א פסול, און נאכן פארעכטן זענען זיין געהאלפן געווארן.
ווייסט איינער מקורות הקודמים?

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 4:16 pm

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:איז דא א מקור צו דעם, אז א פסול אין מזוזות ותפילין האבן א דירעקטע שייכות צו ברענגען א קראנקהייט אדער א צרה צום מענטש (אייגענטומער)?
ס'זענען באקאנט אזויפיל מעשיות פון קדושים וצדיקים וועלכע האבן געהייסן בודק זיין תפילין ומזוזות בי חולאים וכו' און מ'האט געטראפן א פסול, און נאכן פארעכטן זענען זיין געהאלפן געווארן.
ווייסט איינער מקורות הקודמים?

אין ספר שער המלך על חודש אלול שער א סוף פרק א
(זיכער דא נאך אנדערע דאס געדענק איך יעצט)
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 6:05 pm

דריידל האט געשריבן:
תחשוב טוב האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:איז דא וואס שערן זיך בכלל נישט ביינאכט?

הגר”ח פלאג’י (חיים לראש דף ט:) כתב שאין להסתפר בלילה ע”פ הקבלה, אולם בשו”ת מנחת אלעזר (ח”ד סי’ י אות ו) כתב שאף לד’ האריז”ל אין מניעה להסתפר בלילה, וכ”כ בספר ישראל והזמנים (סי’ יז) שמותר להסתפר בלילה אף לדעת האריז”ל.


ס'שטייט מן המנחה ולמעלה זאל מען זיך נישט שערן. זאגט די מנח"א אז דאס איז פשוט ווייל מ'זאל נישט פארפאסן זמן מנחה ווי די משנה אין מס' שבת זאגט אל ישב לפני הספר

נכון, ומסיים שם, "וממילא כשמסתפרין בלילה אחר תפילת ערבית אין שום חשש"

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 7:08 pm

ווי איז דער מקור אז מען שיקט אראפּ די זיידעס פון עולם העליון ביי א שמחה, און ביז וויפיעל דורות? ביטע אנווייזען אויב איז שוין דא אן אשכול דערויף. יישר כח
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 7:14 pm

א גוטן האט געשריבן:ווי איז דער מקור אז מען שיקט אראפּ די זיידעס פון עולם העליון ביי א שמחה, און ביז וויפיעל דורות? ביטע אנווייזען אויב איז שוין דא אן אשכול דערויף. יישר כח

די מקור איז א זוהר
דא איז דא אן אשכול דערויף
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=5&t=28925

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 7:28 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:ווי איז דער מקור אז מען שיקט אראפּ די זיידעס פון עולם העליון ביי א שמחה, און ביז וויפיעל דורות? ביטע אנווייזען אויב איז שוין דא אן אשכול דערויף. יישר כח

די מקור איז א זוהר
דא איז דא אן אשכול דערויף
viewtopic.php?f=5&t=28925

א גרויסן יישר כח!
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 3:05 pm

קאווליר האט געשריבן:מקור צו צינדן ליכט ביים עמוד?? (איך רעדט נישט פין לעילוי נשמת יארצייט אדער אבל בתוך יב )


אויב איז די שאלה בעצם איבער ליכט אין ביהמ"ד, דאס ווערט געברענגט אין גמרא ובשו"ע וקצת מזה להלן:

רמב"ם יד החזקה הלכות תפלה ונשיאת כפים פרק יא
(ה) בתי כנסיות ובתי מדרשות נוהגין בהן כבוד ומכבדים אותן ומרביצין אותן ונוהגין כל ישראל בספרד ובמערב בשנער ובארץ הצבי להדליק עששיות בבתי כנסיות ולהציע בקרקען מחצלאות כדי לישב עליהם ובערי אדום יושבין בה על הכסאות:


טור אורח חיים סימן קנא
ונוהגים בהן כבוד לכבדן ולרבצן ונוהגים בכל המקומות להדליק בהן נרות לכבדן.


בית יוסף על או"ח סימן תקיד
דבכל שעה שיש נרות דולקות בבית הכנסת הוא כבוד בית ה'.


שו"ע אורח חיים - סימן תקיד
(ה) נר של בטלה, דהיינו שאינו צריך לו, אסור להדליקו; אבל של בית הכנסת לא חשיב של בטלה ומותר להדליקו אפי' בי"ט שני אחר מנחה, ואין בזה משום מכין לחול, שהרי בהדלקתו יש מצוה לאותה שעה. ולתקן הפתילות והעששיות בי"ט אחר מנחה, אם רוצה להדליק בו ביום, מותר; ואם לאו, אסור:

כל בו - סימן יז
וכתב הרבי אשר ז"ל נהגו כל העולם להדליק נר בבית הכנסת קודם שיכנס אדם שם להתפלל ונראה בעיני כי טעם המנהג הזה משום הא דאמרינן בברכות עשרה קדמא שכינה ואתיא, על כן צריך להדליק הנר ולהקדים, ועוד מפני שכן היו עושין במקדש, וגם נהגו כל ישראל שלא להדליק נר מנר בית הכנסת משום דהוקצה למצותו הוקצה לאיסורו, ומצאתי בספר ילמדנו בפרשת בהעלתך אע"פ שהקרבנות בטלו הנרות לא בטלו שמעינן מהא שהקדש מנהג נהגו בהם, ושמענו שהקדמונים ז"ל נהגו בהם איסור גדול ואין מניחין להדליק מהן אפילו לכתוב או ללמוד עכ"ל, ואין מחשבין בהם אלא חשבונות של מצוה כגון קופה של צדקה ופדיון שבויים וכיוצא בהן, ואין מספידין בהן אלא הספד של רבים כגון שהיה שם הספד גדולי העיר שכל העם מתקבצים ובאים בגללם:


שערי תשובה - סימן רסג
[א] נר יפה - עיין בה"ט ועיין בשו"ת בית יעקב שכתב שיש נוהגין להדליק ב' נרות קודם קבלת שבת על הבימה ומכבדין אחד שידליק ואחר הדלקה מעמיד אותם השמש לפני העמוד במקום שמתפללים וכתב שיש למחות שלא לעשות כן דאף באותו בית אין להוליכו ממקום זה למקום אחר כמ"ש בסעיף יו"ד בהג"ה ואפילו בנרות בהכ"נ ע"ש ועיין בבר"י סימן תרע"ה באורך בענין זה:


מטה אפרים - סימן תרכה
(לט) נוהגים שבערב יום טוב קדם תפלת המנחה, אין מדליקין רק הנרות העומדים לפני העמוד, שהם נרות המיחדים להיות דולקים בעת התפלה. ושאר הנרות שבמנורות ופמוטות שבבית הכנסת, אין מדליקין אותם עד שמגיע זמן תפלת ערבית מדליקין אותן. ומכל מקום יש להדליק כמו חצי שעה קדם חשכת לילה:
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 3:10 pm

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:איז דא א מקור צו דעם, אז א פסול אין מזוזות ותפילין האבן א דירעקטע שייכות צו ברענגען א קראנקהייט אדער א צרה צום מענטש (אייגענטומער)?
ס'זענען באקאנט אזויפיל מעשיות פון קדושים וצדיקים וועלכע האבן געהייסן בודק זיין תפילין ומזוזות בי חולאים וכו' און מ'האט געטראפן א פסול, און נאכן פארעכטן זענען זיין געהאלפן געווארן.
ווייסט איינער מקורות הקודמים?

עי' מנחות לב ע"ב מזוזה שתלאה במקל סכנה ואין בה מצוה, רש"י דהסכנה שאין הבית משתמר ע"י המצוה עיי"ש ועיי"ש בתוס' בענין העושה תפלתו עגולה

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 11:27 pm

קאווליר האט געשריבן:
תחשוב טוב האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:וואס איז די מוקר זיך נישט צו שערען די האר מוצאי שב"ק ?

כמדומה איז להלכה נישט קיין פראבלעים אבל משום כבוד שבת לא נראה לעשות כן, הגר"ש קלוגר זצ"ל בחכמת שלמה על אורח חיים (סימן תצג) שכתב, "ובפרט דבזיון הוא שעל שבת לא יגלח, וביום א' אחר השבת יגלח", יעויין שם.

ערגעץ געזעהן די זעלבע אויף די נעגל ומשום האי טעמא
(געדענק נישט ווי)

נעגל שטייט אין מג"א סי ר"ס

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 11:29 pm

נודה לך האט געשריבן:איז דא וואס שערן זיך בכלל נישט ביינאכט?

ראיתי בספר מרא דשמעתתא שרבינו זצ"ל (רמ"א) לא הקפיד ע"ז ואכן נהג לגלוח בלילה

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 5:58 am

רבי משה האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:
תחשוב טוב האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:וואס איז די מוקר זיך נישט צו שערען די האר מוצאי שב"ק ?

כמדומה איז להלכה נישט קיין פראבלעים אבל משום כבוד שבת לא נראה לעשות כן, הגר"ש קלוגר זצ"ל בחכמת שלמה על אורח חיים (סימן תצג) שכתב, "ובפרט דבזיון הוא שעל שבת לא יגלח, וביום א' אחר השבת יגלח", יעויין שם.

ערגעץ געזעהן די זעלבע אויף די נעגל ומשום האי טעמא
(געדענק נישט ווי)

נעגל שטייט אין מג"א סי ר"ס


עיינתי במג"א סי' ר"ס אין איך האב נישט געזעהן אז ער זעגט נישט צו שניידען ביום ראשון בשבוע, אדער מוצש"ק, נאר ער זאגט אז בכלל איז כדי צו שניידען לכבוד שבת אין נישט רין די אנדערע טעג פונעם וואך, אבער ער איז בכלל נישט מדגיש זונטאג !

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10809
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 4:02 pm

המחפש האט געשריבן:מ'דארף פרעגן די עלטערע מלמדים די קבלת אבות אויף די אלע סארטן זאכן וואס מ'זאגט פאר די קינדער, וואס האט נישט קיין ריכטיגע מקור, למשל ווען מ'טראגט די קינד צו זאגן א"ב, פירן זיך אסאך עלטערע מלמדים אראפצוווארפן העכער די קינדס קעפעלע, צוקערלעך, און מ'זאגט אז ס'פאלט פון הימל, ווייל מ'לערנט די הייליגע תורה.
למשל מ'טאר נישט גיין אויפן טיש ווייל שלחן דומה למזבח...

viewtopic.php?p=799921#p799921

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:09 pm

המחפש האט געשריבן:מ'דארף פרעגן די עלטערע מלמדים די קבלת אבות אויף די אלע סארטן זאכן וואס מ'זאגט פאר די קינדער, וואס האט נישט קיין ריכטיגע מקור, למשל ווען מ'טראגט די קינד צו זאגן א"ב, פירן זיך אסאך עלטערע מלמדים אראפצוווארפן העכער די קינדס קעפעלע, צוקערלעך, און מ'זאגט אז ס'פאלט פון הימל, ווייל מ'לערנט די הייליגע תורה.
למשל מ'טאר נישט גיין אויפן טיש ווייל שלחן דומה למזבח...

viewtopic.php?f=3&t=32818

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג ינואר 01, 2018 12:18 pm

וואו איז די מקור נישט צו פארבן די אויגן בחזל ובהלכה?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

עזריאל
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:22 pm

תגובהדורך עזריאל » מאנטאג ינואר 01, 2018 12:25 pm

בכלל נישט צו פארבן?

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:05 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:וואו איז די מקור נישט צו פארבן די אויגן בחזל ובהלכה?

די גמרא זאגט דאך אז איינע פון די עבירות פארן חורבן
איז געווען שמירן די אויגן

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:34 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו איז די מקור נישט צו פארבן די אויגן בחזל ובהלכה?

די גמרא זאגט דאך אז איינע פון די עבירות פארן חורבן
איז געווען שמירן די אויגן


ווערט אזוי אנגענומען להלכה לאיסור אין שו"ע?
אויב יא איז די איסור נאר אויפן אויגן אדער אויפן גאנצע פנים?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:40 pm

איך זעה אויף די בילדער פון באזיכען בבית האדמורי"ם, און אסאך פירן זיך אזוי ווען א אדם חשוב קומט צו א שמחה, אז מ'גרייט צו א רינדיכיגע קעיק (טורט).
איז דא אן ענין ס'זאל זיין דוקא רינדעכיג?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:48 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו איז די מקור נישט צו פארבן די אויגן בחזל ובהלכה?

די גמרא זאגט דאך אז איינע פון די עבירות פארן חורבן
איז געווען שמירן די אויגן

מסכת? דף?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:57 pm

חוקר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו איז די מקור נישט צו פארבן די אויגן בחזל ובהלכה?

די גמרא זאגט דאך אז איינע פון די עבירות פארן חורבן
איז געווען שמירן די אויגן

מסכת? דף?

שטייט אסאך פלעצער
איין פלאץ האמיר געלערנט אין יסודי התורה יענע וואך
מסכת יומא דף ט: דאכציך מיר

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:03 pm

חוקר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו איז די מקור נישט צו פארבן די אויגן בחזל ובהלכה?

די גמרא זאגט דאך אז איינע פון די עבירות פארן חורבן
איז געווען שמירן די אויגן

מסכת? דף?

שבת
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:03 pm

חוקר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו איז די מקור נישט צו פארבן די אויגן בחזל ובהלכה?

די גמרא זאגט דאך אז איינע פון די עבירות פארן חורבן
איז געווען שמירן די אויגן

מסכת? דף?

שבת סב: (לכוראה)
לעצט פאראכטן דורך קאווליר אום מאנטאג ינואר 01, 2018 2:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:06 pm

דף ס"ב ע"ב
אבער דארט שטייט דהוה מלאן כוחלא לעינייהו ומרמזן אבער אין יומא ט' ע"ב שטייט נישט די ווארט ומרמזן

פון די אנדערע זייט איז דא אסאך גמרות אז מפלעגט זיך אמאל שמירן די אויגן.
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:18 pm

ויתן לך האט געשריבן:דף ס"ב ע"ב
אבער דארט שטייט דהוה מלאן כוחלא לעינייהו ומרמזן אבער אין יומא ט' ע"ב שטייט נישט די ווארט ומרמזן

פון די אנדערע זייט איז דא אסאך גמרות אז מפלעגט זיך אמאל שמירן די אויגן.


ווי איז דא גמרות פארקערט?
און וויאזוי ווערט געברענגט אין שו"ע?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אשדוד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:30 pm

תגובהדורך אשדוד » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:23 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:דף ס"ב ע"ב
אבער דארט שטייט דהוה מלאן כוחלא לעינייהו ומרמזן אבער אין יומא ט' ע"ב שטייט נישט די ווארט ומרמזן

פון די אנדערע זייט איז דא אסאך גמרות אז מפלעגט זיך אמאל שמירן די אויגן.


ווי איז דא גמרות פארקערט?
און וויאזוי ווערט געברענגט אין שו"ע?

הרב פאלק פון געיטסהעט אין זיין ספר לבושה של תורה ח"ב פרק סז האט ער אגאנצע אריכות וועגן דעם פון אלע מקורות פון חז"ל מיט א פסק הלכה


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט