פרד"ס התפילה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

פרד"ס התפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

כ'האב געטראכט, אז זייער אסאך מאל ביים דאווענען, פאלט ביי א שיינעם רעיון, אדער טרעפט מען אין ספרים, וואלט געווען פאסיג עס אהער צולייגן דער עולם זאל הנאה האבן.

לאו דוקא פרדס ווייל סוד, אפי' איינער וועט שוין וויסן עפעס, ווער וועט עס פארשטיין?

וקריינא דאיג...

ביים שמונה עשרה זאגט מען, ולירשלים עירך ברחמים תשוב וכו' כאשר דברת.

קען זיין אז פשט איז דיבור ווייזט דאך אויף תוכחה/לשון קשה, בעט מען אזוי, קער דיך צוריק צו ירושלים, פונקט אזוי ווי די דיבור קשה/חבלי משיח האסטו שוין מקיים געוען.

נאך א רעיון ביי ענינו ביי א תענית ציבור זאגט מען אל תפן אל רשעינו, קעיר דיך נישט אינגאנצן צו אונזערע עבירות, אבער ואל תסתר פניך ממנו, ממנו קען ארויפגיין אויף די רשעינו, אז עכ"ז קוק וויאזוי אונז קוקן מיר אויס, בבחינת די נוסחא פון ר' בונם מפשיסחא.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אן הערליכער איידיע פאר אן אשכול, און נאך מיט אזא גוטע התחלה.

(ביידיוועי, כאב עס גערוקט אהער פון בית יאנאש, דא איז מער פאסיג פאר אזא אשכול.)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א גוט ווארט און א גוט אשכול.
An article a day keeps the babies away
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

אין די נוסח התפילה ביי הודו.
יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו לך שטעלט זיך לכאו' א פראגע ס'דאך ידוע אז יותר מה שהתינוק רוצה לינוק, הפרה רוצה להניק, איז דאך בעסער אז דער אייבערשטער זאל געבן לויט זיינע פארציאנען?
פאר דעם פירט מען אויס הראינו ה' חסדיך
ווי באקאנט פונעם תפארת שלמה די טייטש אויף הגומל חסדים טובים, וואס איז די טאפלט לשון פון "חסדים" "טובים"? נאר מען בעט, אז אונז זאלן מיר זעהן אז עס איז טובים, נישט חסדים נסתרים וואס טוען וויי.
לפי זה איז דאך עס כמין חומר, כאשר יחלנו לך אויף דעם אופן נישט די amount, דהיינו הראינו ה' חסדיך וויייז עס אונז נישט באהאלט עס.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טורקער רב, א שיינעם געדאנק (דער עצם אשכול, און די רעיונות דערין). מיר האפן אריינצואווארפן דא טייטשעלעך מפעם לפעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילדער גאון,

זייער א שיינע רעיון, עס איז מער מצוי אז עמך אידן זאלן מחדש זיין בעניני תפלה, נעמענדיג אין באטראכט אז מ'דאווענט דריי מאל א טאג די זעלבע ווערטער.

תזכה למצוות
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

געהערט אלטס יונגעל בשם דעם חיד"א
חז"ל זאגען אז א ברכה אן שם און מלכות איז נישט קיין ברכה.
שטעלט זיך די פראגע, וואז איז מיטען שמונה עשרה?
די ערשטע ברכה פאנגט זיך טאקע אן מיט שם אבער ער גייט גלייך צי הגדול, הגבור, וכ', און עס ווערט נישט דערמאנט מלכות (מלך).
ברענגט דער חיד"א אז דער הגדול (ה' הגדול) איז מלכות.

ווייסט דער חיד"א וויא דער רעיון שטייט און אשרי

ארוממך אלקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד...ווען איך טו דיך לויבען מיט א ברכה, לויב איך דיך מיט המלך, און אויך איך בענטש דיין נאמען, שמך.

אבער דא איז א פראבלעם

בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד...איך דאווען אוין לויב דיך איעדען טאג, אבער נאר ואהללה שמך, און מלכות ווערט נישט דערמאנט.

דער תירוץ איז

גדול ה' ומהולל מאד...איך זאג גדול, און דאס ווערט פארעכענט פאר מלכות
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פשיהא, א טייער ווארט פונעם חידא, יישר כח ר' שמחה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צוקער זיס ר' שמחה, יישר כח.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א באקאנט ווארט וואס איך האב געהערט פונעם אויווארער רב ז"ל בשם ר' מאיר פרעמישלאנער ז"ל

און דעם שבת דאווענען זאגט מען און די פזמונים פאר ברוך שאמר 'הנה עין ה' אל יראיו...להציל ממות נפשם ולחיותם ברעב'

זאגט ר' מאיר'על אז ווען דער רבוש"ע שיקט א גזירה, קען מען עס נישט טוישען, איז וויא אזוי זענען צדיקים יא מבטל א גזירה?
נאר ווען א גזירה ווערט נגזר, קומט ארויס מלפני כביכול, אותיות וואס מעקען זיי מצרף זיין ארויס שרייבען די גזרה רעה. קומט יעצט דער צדיק, און ער שטעלט אויס די אותיות אויף אן אנדערע צירוף , איז ממילא נישט דא מער די ווערטער וואס ספעלען די גזירה

למשל, אז עס קומט א גזירה פון מות און רעב, שיקט כביכול די אותיות 'מותרעב' וואס די אותיות קען מען מצרף זיין און די ווערטער מות און רעב
קומט דער צדיק און ער שטעלט זיי אויס אנדערשט. ער נעמט ארויס די ע"ין פון דעם ווארט רעב און שטעלט עס אריין און דעם ווארט מות און יעצט איז דא די זעלבע אותיות נאר דער צירוף איז 'מעות רב' אסאך געלט

דאס זאגט דער פסוק
הנה עין ה' אל יראיו - דער רבוש"ע גיבט צי זיינע פריינד דער אות עי"ן
און זיי זענען מצרף די אותיות הגזירה אנדערשט און מיט דעם ווערט - להציל ממות נפשם - ווייל יעצט איז שוין נישט דא דער צירוף מות נאר מעות
ולחיותם ברעב - ווייל יעצט איז שוין נישט דא דער עי"ן און דעם ווארט רעב, יעצט איז דער ווארט רב
ודפח"ח
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

השיבנו אבינו לתורתך וקרבינו מלכנו לעבודתך
האב איך אזוי געקלערט, פארוואס ביי תורה שטייט אן ענין פון צוריקקערן, משא"כ ביי עבודה שטייט א לשון פון דערנענטערן. און זיך פארענטפערט, אז ביי עבודה דארף יעדער איד כסדר האלטן אז ער האט נאכנישט אנגעהויבן טאן דעם רצון השי"ת, משא"כ ביי תורה, ווייסן מיר דאך אז יעדע נשמה האט שוין געלערנט כל התורה כולה במעי אמו, דערפאר ביי תורה בעט מען נאר מען זאל זיך צוריקקערן דערצו, משא"כ ביי עבודה וואס מען האט נאכנישט אנגעהויבן טאן דערין און מען בעט אויף אן התחלה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גאר א גיט פשט!
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
אייגענע חידושים האט א זעלטענע טעם, עס איז זייער שיין.

ר' שמחה,
דער ווארט פון ר' מאיר'ל פרימשלאנער איז זייער חשוב, עס האט א שייכות מיט די באקאנטע טייטש פון 'צהר' תעשה לתיבה, אז צדיקים האבן א כח מהפך צו זיין די צירופי האותיות פון גזירות ווי למשל דער ווארט 'צרה' און מאכן דערפון 'צהר', אדער 'ענג' פונעם ווארט 'נגע' ועוד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער אשכול טראגט דאך דער נאמען 'פרד"ס' וואס אנטהאלט אויך דעם חלק הפשט פון דאווענען, וועל איך דא אראפשרייבן וואס כ'האב געזעהן בשם דעם בעלזער רב ר' יהושע'לע (קען זיין אז עמיצער האט עס שוין דערמאנט אמאל, לא דכירנא לי כעת) וואס איז אין אמת'ן פשוט פשט.

מ'זאגמיר ביי מודים "ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת, ערב ובקר וצהרים" האט ער געפרעגט, אויב זאגט מען שוין בכל עת נאך וואס ברויך מען נאך מפרט זיין 'ערב ובקר וצהרים'? דער תירוץ איז אז דער 'ערב ובקר' גייט ארויף אויף די התחלה פון 'מודים אנחנו לך' נאכדעם וואס מ'רעכנט אויס אויף וואס אלס מיר דאנקען דעם הייליגען באשעפער אויף די נפלאות וטובות שבכל עת, לייגן מיר צו אז מיר דאנקען דערפאר דריי מאל אינעם טאג 'ערב ובקר וצהרים' ודו"ק.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פאראיאר תשס"ח יום כיפור צופרי האב איך געזוכט א זכות פאר כלל ישראל (א שטייגער ווי רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע..), האב איך געזאגט פארן רבוש"ע אזוי:
כל דבר שהיה בכלל ויצא לטעון טוען אחד שהוא כענינו דער רבוש"ע דו ביסט דאך אמאל געווען מיט אונז און ליידער האסטו אונז איבערגעלאזט און דיין טענה איז דאך זיכער א גערעכטע אן קיין צווייפל. יצא להקל ולא להחמיר פסק'עט רבי ישמעאל אז דו מיזט מיקל זיין מיט אונז און נישט חלילה פארקערט, נו גיב פאר אידישע קינדער אלעס וואס זיי דארפן און לאמיר גיין לקולא צום נייעם יאר, אפילו שיקן די גאולה איז זיכער נישט קיין חומרא.

זאל דער רבוש"ע העלפן אמן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ר' שוועמל, א טייער ווארט, און א געוואלדיגע לימוד זכות!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

נאך א ווארט פון איינע פון די בעלזער רבי'ס זי"ע

לכאורה יעדע בקשה וואס א מענטש דארף נאר, דערמאנט מען איינמאל אינמיטן שמו"ע, וואס איז מיט די תפלה אויף גוטע ערליכע קינדער, וואו בעהט מען פאר דעם?

האט ער געזאגט אז דאס ליגט אין מודים, מגן ישענו אתה הוא לדור ודור נודה לך ונספר תהלתך.
אז דארט בעהט מען אויף ערליכע אידישע דורות.

איי פארוואס איז עס אזוי באהאלטן?

ווייל דער שטן האלט נישט אויס א תפלה, אויף ערליכע דורות, ממילא האט מען עס אזוי באהאלטן אז ער זאל נישט מקטרג זיין.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יהיו לרצון אמרי פי והגיון ליבי

אסאך מאל ביי שמו"ע ליידער זאגט מען די ווערטער פון דאווענען אבער מען האט נישט אינזינען. פון די אנדערע זייט איז דא אסאך מאל וואס איינער האט אינזינען געוויסע בקשות ביי שמו"ע אבער עס שטייט נישט קלאר אין די ווערטער.

פארדעם ביים ענדע שמו"ע בעהט מען די אייבישטער, אז סיי די אמרי פי (וואס מען האט נישט אינזינען געהאט) און סיי די הגיון ליבי (וואס מען האט נישט ארויסגעזאגט) זאלן ארויף גיין לרצון, אמן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יום הקדוש האב איך אזוי געקלערט אז מען איז זיך ממש סותר מיניה וביה. דא שרייט מען "אנו עזי פנים ואתה ארך אפים, אנו קשי עורף ואתה מלא רחמים", א פיסקא דערויף זאגן מיר "שאין אנו עזי פנים וקשי עורף". איך יתקיימו שניהם?

דער תירוץ וואס איך האב מיר אזוי פארענטפערט אויפן פלאץ: מיר זענען טאקע עזי פנים און קשי עורף, אבער נישט אזעלכע פרעכע עזות פנימ'ער "לומר לפניך צדיקים אנחנו ולא חטאנו".

אין אנדערע ווערטער: מיר זענען מחוצפים, אבער מיט א מאס.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

בפשטות איז עס נישט קיין סתירה, ווייל ביי "אנו עזי פנים - ואתה" ציט מען דאך א פאראלעל צווישן אונז מיט'ן רבוש"ע, זענען מיר טאקע געוואלדגע עזות פנימ'ער קעגן דעם געוואלדיגן רחום וחנון.
אייער ווארט איז דאך מתוק.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

לעווי האט געשריבן:יהיו לרצון אמרי פי והגיון ליבי

אסאך מאל ביי שמו"ע ליידער זאגט מען די ווערטער פון דאווענען אבער מען האט נישט אינזינען. פון די אנדערע זייט איז דא אסאך מאל וואס איינער האט אינזינען געוויסע בקשות ביי שמו"ע אבער עס שטייט נישט קלאר אין די ווערטער.

פארדעם ביים ענדע שמו"ע בעהט מען די אייבישטער, אז סיי די אמרי פי (וואס מען האט נישט אינזינען געהאט) און סיי די הגיון ליבי (וואס מען האט נישט ארויסגעזאגט) זאלן ארויף גיין לרצון, אמן.

ברוך שכיוונתי. די רעיון איז זייער א גלייכע.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

א גרויסען ישר כח פארן עפענען דעם אשכול, איך האב זייער הנאה פון די ווערטער, עס קומט זיך אייך א גלעזעל וויילד טורקי..........
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”