דער איסור פון ניבול פה אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך יולי 16, 2008 5:49 pm

די גמרא אין שבת גיט א משל וואס המנבל את פיו מיינט. און דאס מיינט לכאורה נישט ווען עמיצער נוצט ספאנטאן א ווילדע קללה וואס איז א מיאוס ווארט.
נאר ווען זיין דיבור איז אלס דברי חשק ווי די גמרא זאגט.

דאס קען אבער אריינגיין אינעם משמרת למשמרת.

אגב בעני ביסט דיך אפשר סותר, ווייל פריער האסטו געשריבן אז ס'איז יא ענג פארבינדן.

בני היכלא האט געשריבן:ניבול פה איז קלאר אסור אלס ניאוף וזנות וכו'...דאס איז נישט קיין ספק בכלל.

איך האב נאר מסביר געווען דער יסוד האיסור.

.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יולי 16, 2008 5:50 pm

מהפסוק "והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערוות דבר" דרשו שיש להימנע גם מערוות דיבור, היא ניבול פה. הרמח"ל בספרו "מסילת ישרים" (פרק י"א) מציין זאת במפורש: "ולא יראה בך ערוות דבר - זה ניבול פה". עוד הוא מציין שאיסור ניבול פה הוא סעיף של איסור זנות. "שניבול פה הוא ערוותו של הדיבור ממש, ומשום זנות הוא שנאסר ככל שאר ענייני הזנות".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 5:52 pm

אהא בני,
דאס האב איך ביז יעצט נישט געכאפט, אז אפי' דער יסוד איז הרהור איז דער איסור אפי' שלא לשם הרהור, די שאלה איז; אפי' איין אויסדרוק, איין ווארט, וואס האט באמת נישט קיין שייכות צום זאך פון וואס ער וויל דא זאגן, אדער נאר ווען איינער רעדט ממש דברי נבלה, נאר ער איז א גיבור (אדער אימיונט ל"ע) וואס וועט נישט קומען לידי הרהור.

לויט אייער סברא, קומט אפשר אריין דא לא פלוג, איך בין נוטה אז דאס הייסט נישט קיין ניבול פה, נאר עס גייט אריין אין די קאטאריע פון 'מעשוגענער' וואס איז אויך נישט שיין אדער גאר מיאוס, אבער מיט ניבול פה האט דאס נישט קיין שייכות.

זעמיר אויפן זעלבן פעיזש ביי דעם, אדער נישט?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:54 pm

אלץ ווייסער
איך כאפ נישט די סתירה זיי מסביר ביטע.

מיללער.

דאס וואס דו פרעגסט וועגן ווילדע אויסדרוקן, פון די גמרא אין שבת די ביישפיל דארט, איז עס טאקע נישט דומה, אבער די גמרא מיינט דאך נישט ממש נאר דאס, די רמב"ם ושו"ע רעדן דאך פון אלע דברי חשק און דברי עגבים.

אבער ס'קאן זיין אז דיין שאלה גייט מער אריין אין ריינקייט פון רעדן סתם אזוי, ווי די תורה זאגט והבהמה אשר איננה טהורה, אויך א חז"ל אין פסחים.
אפשר האט עס טאקע נישט מיט ניבול פה, אויב כאפ איך ריכטיג וואס דו מיינסט, ווייל ווי געשמועסט קען מען נישט ברענגן ביישפילן פארשטייט זיך, אבער ווען איינער רעדט ממש דברי נבלה באופן הלציי, אפילו ס'איז נישט מער ווי איינצעלנע ווערטער, וואס איז מעורר שחוק וקלות ראש, וואלט איך יא געזאגט אז ס'גרעניצט זיך מיט דברי ניבול ממש.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:57 pm

איך האב שוין צום וויפילטן מאל אפגעשריבן א תגובה, אן זען די פריערדיגע.

אבער טאקע ממש דאס האב איך געצילט. צו אייערע ווערטער הרב מיללער דידן.

ניבול פה ממש, איז אסור בכל אופן, מדאורייתא, אדער מדרבנן.

ווערטער ווי מעשוגענער, איז א סוגי' פאר זיך.

מיאוס'ע ווערטער וואס איז אויפגעכאפט ליידער ביים המון, אמאל איז דא וואס ס'מיינט שוין ליידער גארנישט מרוב הרגל, האב איך אייך געזאגט גייט עס אריין אין כלל פון הבהמה אשר איננו טהורה.

אבער וויצן אויפן חשבון פון ניבול פה, אפילו מ'מיינט נישט און ס'איז קורצע זאכן, לדעתי לדעתי... איז עס דברי עגבים. און דברי חשק, פון וואס דער רמב"ם רעדט.

אגב, גייט עס אפשר אריין אין דברים בטלים אויך, פון ודברת בם, אויף אנדערע זאכן קען מען דן זיין ווי ווייט ס'איז דברים בטילים ממש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 5:59 pm

בני,
יא מ'פארשטיי מיר זיך אויפן וואונק, קיין צורך אין ברענגען משלים, הכל יודעין וכו'

יאסל האט געשריבן:מהפסוק "והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערוות דבר" דרשו שיש להימנע גם מערוות דיבור, היא ניבול פה.

ווי איז די 'דרשו'?

ווייסער,
דיין סתירה איז שוין לכאורה פארענטפערט.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 6:00 pm

אויב עפעס א רמב"ם קען דאס גאר זיין אין מורה? און אפשר ניצט דער רמב"ם דעם אויסדריק אויפן גאנצן מענטש, אז דער מענטש איז א כלי שרת נישט דוקא דאס מויל.
*

בני היכלא, גערעכט אווי תמיד!

איך האב דאס תחילת געוואלט מחלק זיין מכח די גמרא אין פסחים פון "אל יוציא אדם דבר מגונה מפיו", און די גמרא רעדט כלל נישט דארט פון זנות ואבזרייהו, נאר פשוט אלץ א מענטש זאל האבן א ריין שפראך. אזוי איז משמע פון די אלע גמראס דארט, איבערהויפט פון די מעשה פון די צוויי תלמידים וואס די גמרא ברענגט דארט אז איינער איז אויסגעוואקסן א גדול און דער צווייטער נישט, משום נקיות הלשון שהי' בו, גארנישט מיט עריות צוטאן.

למעשה, נאכקוקנדיג די גמרא דורך "אי-דף" אינווענדיג, האב איך מיך געכאפט אז די גמרא ניצט דארט כלל נישט דעם אויסדריק פון 'ניבול פה'. די גמרא פון ניבול פה איז אין שבת, און דארט איז טאקע משמע קלאר אז דער פראבלעם איז משום אבזרייהו דעריות.

אזוי זוכנדיג אויף גוגל דעם פונקטליכן מראה מקום, איז מיר דאס אנטקעגן געשפרינגען:

הא לך משמע פונעם מסילת ישרים קלאר כדבריך. איך בין נאר נייגעריק פון וואו דער מסילת נעמט דעם דרש אויפן פסוק ולא יראה בך. איז דאס א גמרא?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 16, 2008 6:01 pm

יאסל האט געשריבן:מהפסוק "והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערוות דבר" דרשו שיש להימנע גם מערוות דיבור, היא ניבול פה. הרמח"ל בספרו "מסילת ישרים" (פרק י"א) מציין זאת במפורש: "ולא יראה בך ערוות דבר - זה ניבול פה". עוד הוא מציין שאיסור ניבול פה הוא סעיף של איסור זנות. "שניבול פה הוא ערוותו של הדיבור ממש, ומשום זנות הוא שנאסר ככל שאר ענייני הזנות".
א ריזיגען שעכוח יאסל, פארען מסילת ישרים

דאס וואס ער ברענקט פון פסוק ולא יראה בך... האט מיר געבוזשעט און קאף, כ'האב מיך נישט געקענט דעמאנן וויא איך האב עס געזעהן.
the SCY is the limit

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יולי 16, 2008 6:10 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:
אזוי זוכנדיג אויף גוגל דעם פונקטליכן מראה מקום, איז מיר דאס אנטקעגן געשפרינגען:

הא לך משמע פונעם מסילת ישרים קלאר כדבריך. איך בין נאר נייגעריק פון וואו דער מסילת נעמט דעם דרש אויפן פסוק ולא יראה בך. איז דאס א גמרא?

קיקט נישט אויס אז ס'איז א גמרא.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 6:18 pm

דאס לשון ולא יראה - זה ניבול פה, קוקט עפעס אויס א גמרא לשון אזוי ווי א דרש. אינטערסאנט. איך גלייב אז ס'האט ערגעץ א מקור, פון עפעס א פארשטיפטע מדרש וכדומה.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יולי 16, 2008 6:18 pm

נאדיר געטראפען ס'איז א מדרש רבה אין פרשת קדושים.
אמר ר' יודן בשם ר' שמואל בר נחמן משל למלך שהיה לו איפקרסין והיה מצוה את עבדו נערה וקפלה וכו' אמר רבי שמואל בר נחמן משל לכהן גדול שהיה מהלך בדרך נזדמן לו חלוני אחד אמר לו אלך עמך אמר לו בני כהן אני ובדרך טהור אני מהלך ואין דרכי להלוך בין הקברות אם אתה הולך עמי מוטב ואם לאו סוף שאני מניחך והולך לי כך א"ל משה לישראל (דברים כג) כי ה' אלהיך מתהלך בקרב מחניך להצילך מהו להצילך תרין אמוראין חד אמר להגן עליך להיות צל על ראשו וחד אמר לרוקן כל נכסי האומות וליתן לך כד"א (שמות ג) ונצלתם את מצרים על מנת והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר ערות דבור ר' שמואל בר נחמן אמר זה נבול הפה

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 6:19 pm

מיללער, ס'איז מובן מאיליו.

זארעך.
דער מסילת ישרים איז דאך מורא'דיג, ער ברענגט אראפ דער איסור מיטן מקור, און די דרש פון פסוק, [וואס איז לכאורה א אסמכתא].

מילער.
ולא יראה בך ערות דבר, ווערט דערמאנט אין די גמרא לגבי דיבורי קודש במקום מטונף, פון דארט איז דאך דער איסור פון גרף של רעי. און דארט שטייט טאקע דיבור אסור הרהור מותר.

אבער דער לשון, דרשו שיש להימנע גם מערוות דיבור, איז זיכער א חז"ל, רבוש"ע וואו? [ווער האט דא מכון ממרא, תקליטור? ווערט געבעטן אפיר צו זוכן יישר כח]

די וויקי'ס זענען נישט אזוי באגלייבט, אבער דער מסילת ישרים זאגט אויך די ווערטער - "זה ניבול פה"

נאך א זוך, קומט ארויף די ווערטער פון קיצור חרדים.
אסור לנבל פיו, שנאמר: "ולא יראה בך ערות דבר", רוצה לומר אפילו דיבור פה. והמנבל פיו ייסורין באין עליו, ומעמיקים לו גהינם.

די ווערטער פון הייליגן רמח"ל
שניבול פה הוא ערוותו של הדיבור ממש, ומשום זנות הוא שנאסר ככל שאר ענייני הזנות.
זאגט אלעס, מ'דארף גארנישט צולייגן, און מ'קען שוין אפשר מיט רעכט זאגן, קעיסט קלאוזט.

אבי מ'זאגט ספרי מוסר, ס'איז ספרי הלכה, און טאקע דייקא אויף די הארבסטע ענינים וואס איז נישט אזוי מבואר אין די ספרי הפוסקים, בכלל מוסר איז עפעס אן ענין וואס האט נישט קיין שייכות מיט די תורה? מוסר איז דאך נאר מעורר אויף זאכן וואס שטייט אין די תורה, איך מיין אז מ'קען נישט טרעפן קיין דברי חדשות אין די תורה, דברי חסידות דאס יא.. די זעלבע מיט רבינו יונה, דאס איז א געהעריגע הלכה ספר, אויף אלע הלכות מדות, וואס איז תלוי בעשין ובלאוין מרובין, אזוי ווי קיינער וועט נישט זאגן אז דער רמב"ם אויף הלכות תשובה איז א מוסר ספר.

איך האב געטראכט אלס א מליצה ישרה, דער בני יששכר זאגט אין דרך פקודיך א לימוד זכות אויף די היינטיגע דורות וואס די איסור פון אל תרבה שיחה איז מען נישט אזוי נזהר, זאגט ער אז היינט מחמת רגילות איז עס נישט אזוי פועל און גורם הרהורים, אזוי ווי אמאל וואס נשים זענען נישט געווען בנמצא אין די געשעפטן אזוי ווי היינט, אפשר קען מען זאגן אז די ווערטער וואס מ'איז שוין אזוי געוואוינט צו זאגן, קען זיין אלס לימוד זכות, זאל עס נישט הייסן ניבול פה ממש וואס איז אסור מדינא, נאר דאס איז זיכער אז השומר נפשו ירחק מהם, ווי דער טייערער סקרענטענאר רב האט שוין געזאגט אין זיין דרשה, און אין כלל פון ידבר אדם בלשון נקי גייט עס זיכער אריין.

אגב, אז מ'רעדט שוין פון דברים בטלים, האב איך געהערט א ווארט פון ר' ברוך בער, ער פרעגט וואס פעלט אויס א נייע דרש פון ודברת בם, ס'שטייט דאך שוין והגית בו יומם ולילה, פארשטיין מען שוין אז מ'קען שוין נישט רעדן קיין דברים בטילים, אזוי ווי ר' ישמעאל האט געענטפערט פאר יענעם וועגן ספרי יונית, גיי קוק אויב ס'איז דא א צייט וואס איז נישט טאג און נישט נאכט, נאר זאגט ר' ברוך בער, אמאל איז דא א איד וואס דארף פאר פרנסה אדער אנדערע עניני הכרחיים מפסיק זיין פון דברי תורה און פונעם והגית, בלית ברירה, מ'האט דאך מתיר געווען עשיית מלאכה בביטול תורה, ווייל ס'שטייט וחי בהם, כמבואר בירושלמי, אבער דעמאלט ווען מ'איז מפסיק פון לערנען, טאר מען אבער נאך אלץ נישט רעדן קיין דברים בטילים. [וואס אן אמת, טייטשט שוין דער גאון, טוב תורה עם דרך ארץ דער באקאנטער טייטש, אז מיט די דרך ארץ זאל אויך זיין תורה, ס'שטייט דאך והגית אפילו במחשבה].

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 6:21 pm

יישר כח יאסל פארן מראה מקום.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 6:50 pm

יישר כח ר' יאסל פארן דעם מדרש, און יישר כח פאר בני היכלא פאר זיין טייערע דרשה המלאים זיו ומפיקים דבש ונופת צופים. וברוך תהא שהעמדתנו על דרך האמת להאר עינינו בהלכתא דא. אגב, דאכט זיך דער רמב"ם אין הל' תשובה ווען ער רעכנט אויס די כ"ד דברים דארט, רעכנט ער אויך אויס דעם 'ולא תתרו', און ער גיבט אן דעם טעם פארוואס מענטשן מיינען ס'גארנישט און מ'איז נישט נזהר דערין, ווייל ס'א 'לאו שאין בו מעשה'.

באזונדערע דאנק פאר דאס ווארט פון רבי ברוך בער זצ"ל.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 7:00 pm

ברוך תהי', אם אין שומע אין כותב, ואשכולות דידך יוכיחו וסימן לדבר, "צעצוע ממגיב" ועוד סימן לדבר "סיג לחכמה שתיקה" לאמיר אנטלויפן פון דאנעט שנעל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 7:58 pm

יישר כח ר' יאסל פארן מראה מקום, און רבי היכלא פאר די דרשה און דאס ווארט פון ר' ברוך בער זצ"ל, דאס ווארט איז מער אמת ווי חידוש, ראוין הדברים למי שאמרן.

צו מ'קען שוין זאגן קעיס קלאוזד? איך ווייס איין זאך אזוי שנעל ווי דער קעיס איז געפארן במספר התגובות ובערכן החשובים, האבן מיר שוין באמת לאנג נישט געהאט, איך האף אז דער קעיס איז נאך ווייט פון קלאוזד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 16, 2008 11:13 pm

מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:מהפסוק "והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערוות דבר" דרשו שיש להימנע גם מערוות דיבור, היא ניבול פה.

ווי איז די 'דרשו'?


ירושלמי תרומות דף ו' ע"ב (תקליטור תורני)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 11:17 pm

קרעמער,
ווייסט וואס דא איז געווען? עס האט זיך געטאן אויף טישן און בענק, למעשה האט ר' יאסל פון על הצדיקים אפיר געזוכט א מדרש מיט'ן מקור, און דא קומסטו צוגיין מיט א ירושלמי אין תרומות מיט א תמימות, המתחיל במצוה אומרין לו גמור, ברענג אראפ דעם גאנצן ציטוט.

א יישר-כח פאר די מראה מקום צום היינטיגען שיעור, עס האט זיך דערקענט אייער אפוועזנהייט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 16, 2008 11:34 pm

יעצט זעה איך וואס דא האט זיך אלץ אפגעטאן.

איך האב אמאל געהערט א ווערטל פון אן אלטן איד, אז אינדערהיים אין אוהעל, איז ח"ו נישט געווען קיין קריגערייען ביי די וואלן, נע, דער שמש פלעגט נאר אויפדערנאכט נאך מעריב אויסקערן די בערד פון בית המדרש.

לענינינו: נאכן שרייבן דעם מראה מקום האב איך הערשט באמערקט די בערד וואס ליגן אויסגעשפרייט אויף דער ערד, קענטיג אז דער עולם האט געפילעוועט אין לערנען ווען איך בין נישט דא געווען.

לאמיר טאקע ציטירן דעם ירושלמי במילואו:
(1) תלמוד ירושלמי מסכת תרומות דף ו/ב
אמר אבא בר אבין חד חסיד שאל לאליהו זכור לטוב ערום מהו שיקרא שמע א"ל ולא יראה בך ערות דבר ערות דיבור

עס ווערט אויך געברענגט אין רש"י
תלמוד בבלי מסכת שבת דף כג/א
מתיב רב עמרם הדמאי מערבין בו ומשתתפין בו ומברכין עליו ומזמנין עליו ומפרישין אותו ערום ובין השמשות ואי אמרת כל מדרבנן בעי ברכה הכא כי קאי ערום היכי מברך והא בעינן והיה מחניך קדוש
זאגט רש"י: והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר - אפילו דבור דהזכרת השם לא יראה בך ערות דבר:

דא האט איר דעם גאנצן לשון הרמח"ל (אין תקליטור שטייט שוין איינגערינגלט די מקור פון ירושלמי):
(9-10) ספר מסילת ישרים פרק יא - בפרטי מדת הנקיות
בענין הדבור עם האשה, בהדיא שנינו (אבות פ"א): כל המרבה שיחה עם האשה גורם רעה לעצמו. ובשמיעה אמרו (ברכות כד): קול באשה ערוה. עוד בענין זנות הפה והאוזן, דהיינו, הדיבור בדברי הזנות או השמיעה לדברים האלה, כבר צווחו ככרוכיא ואמרו (ירושלמי תרומות פ"א): ולא יראה בך ערות דבר (דברים כג): ערות דיבור זה ניבול פה. ואמרו (שבת לג): בעון נבלות פה צרות מתחדשות ובחורי שונאיהם של ישראל מתים. ואמרו עוד (שם): כל המנבל פיו מעמיקים לו גיהנם. ואמרו עוד (שם): הכל יודעים כלה למה נכנסת לחופה, אלא כל המנבל פיו כו', אפילו גזר דין של שבעים שנה לטובה, הופכים לו לרעה. ואמרו עוד (חגיגה ה): אפילו שיחה קלה שבין איש לאשתו, מגידים לו לאדם בשעת הדין. ובענין השמיעה הרעה הזאת גם כן אמרו (שבת לג): אף השומע ושותק, שנאמר (משלי כב): זעום ה' יפול שם. הרי לך שכל החושים צריכים להיות נקיים מן הזנות ומעניינו:

דער ראשית חכמה ברענגט דעם מדרש רבה:
(11) ספר ראשית חכמה - שער הקדושה - פרק אחד עשר
וכן בויקרא רבה (פרשת קדושים) ולא יראה בך וכן ערות דבר, ערות דבור, רבי שמואל בר נחמן אמר זה נבול הפה, עד כאן לשונו. ובזוהר (פרשת אחרי מות דף עה ע"ב) אמר תאנא רמ"ח שייפין בגופא וכלהו אסתאבן כד איהו אסתאב, כלומר דבעי לאסתאב וע"ד והיה מחניך קדוש, מאי מחניך אלין אינון שייפי גופא ולא יראה בך ערות דבר, מאי ערות דבר ערייתא דהאי דבר רמז כמא דאוקימנא וכו' עד כאן לשונו. ושאר המאמר העתקנו בשער היראה בפרק ב עיין שם:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 11:44 pm

קרעמער,
דער תקליטור מקור ביים מסילת ישרים שטייט 'תרומות פ"א' אנדערש ווי ביז דארט וואס שטייט 'פ"ו', קוק נאכאמאל איבער.

יעצט אז איך זעה דעם מסילת ישרים במילואו איז קלאר אז ער רעדט בעניני זנות והמסתעף, עס איז אבער אינטערעסאנט ווייל לויט די ירושלמי פ"ו און די רש"י אין שבת האט די דרש צוטאן מיט זאגן א אידיש ווארט ערום, גארנישט מיט רעדן וואס מ'ברויך נישט (פארדעם קלער איך אז עס איז דא נאך א ירושלמי, אדער אז תקליטור חלום'ט אויף כח און דער אמת'ער מקור פונעם מסילת ישרים איז דער מדרש רבה אין ויקרא וואס יאסל האט געברענגט און קרעמער בשם דעם ראשית חכמה)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 12:13 am

דף ו' מיט פרק א' זענען קיין סתירה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 12:25 am

קרעמער האט געשריבן:דף ו' מיט פרק א' זענען קיין סתירה.


אה טעיתי, דאן איז דער תקליטור נישט גערעכט מיטן מקור.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 4:11 am

רבותי, א גרויסן יישר כח פאר די מראי מקומות!

איך האב נעכטן געפונען אן אינטערעסאנטן ט"ז (אין יו"ד רס' קכ"ד וואס ווערט דערמאנט ביים גליון הש"ס אין כתובות ח' ע"ב בשייכות צום ניבול פה) וואס איז מדייק פון דעם כפל הלשון אין גמרא "כל המנבל פיו ומוציא דבר נבלה מפיו אפילו נחתם לו גזר דינו של שבעים שנה לטובה נהפך עליו לרעה" אז דער איסור פון ניבול פה איז דווקא ווען מיינט מען דאס וואס מ'זאגט. קומט אויס אז לויט דעם ט"ז ווען איינער שעלט אנדערן, ר"ל, נוצנדיק נישט שיינע ווערטער (אפילו אויב זייערע אריגינעלע באדייט איז טאקע פארבונדן מיט ענייני זנות) אבער נישט מיינענדיק קיין ענייני זנות, נאר צו שעלטן און צו זידלען יענעם, ר"ל, דאס איז נישט נכלל אינעם גדר פון ניבול פה.
לעצט פאראכטן דורך ערנסטער אום דאנארשטאג יולי 17, 2008 4:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 4:17 am

זארעכפעפער האט געשריבן:הלכות לשון הרע איז פאר הונדערט יאר צוריק געווען פונקט אין אזא בחינה ווי דיין היצטיגע פראגע איבער הל' ניבול פה.

איך פארשטיי דיר נישט - רמב"ם אין משנה תורה (הלכות דעות פרק ז) ברענגט גאר קלארע גדרים פון דעם איסור לשון הרע (וואס איז נכלל בלאו "לא תלך רכיל בעמיך").
און אין די שפעטערדיקע פוסקים (ווי צום ביישפיל שועה"ר או"ח ס' קנ"ו) ס'ווערט מפורט נאך מער.

מה שאין כן דער עניין פון ניבול פה, וואס כמעט ווערט נישט דערמאנט אין פוסקים, כאטש אין עטלעכע ערטער אין גמרא שטייט אז דאס איז א גאר הארבע זאך מיט שרעקלעכע תוצאות ר"ל.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 10:17 am

ערנסטער,
אן אינטערעסאנטער מראה מקום דער ט"ז ותשוח"ח, לכאורה פון אלע מקורות איז דערווייל אזוי משמע אז דארט ווי דער מכוון איז נישט לשם זנות איז דאס נישט קיין ניבול פה מדינא.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט