דער איסור פון ניבול פה אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

דער איסור פון ניבול פה אין הלכה

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך יולי 16, 2008 9:01 am

וואס איז דער גדר פון ניבול פה אין הלכה (וועלכע דיבורים ווערן גערעכט אלס ניבול פה)?
א וואו אין ספרי פוסקים דאס ווערט געבראכט?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 10:22 am

ערנסטער,

איך האב שוין אמאל אריינגעקלערט וואס איז אסור מצד הלכה, עס לאזט זיך טראכטן אז הלכה'דיג איז נאר אסור אויב מען זאגט דאס לשם ניבול וחשק, לאפוקי ווען איינער איז גערעגט און נוצט א מיאוס ווארט לשם קללה (רח"ל) אבער אלס הרחק מן הכיעור איז זיכער מסתבר אז די ווערטער טארן נישט עולה זיין על פיו של ישראל וכ"ש אז די גמ' זאגט אזאנע הארבע לשונות ווי :


מסכת שבת דף לג, א:
בעון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות ובחורי שונאי ישראל מתים יתומים ואלמנות צועקין ואינן נענין שנא' (ישעיהו ט) על כן על בחוריו לא ישמח ה' ואת יתומיו ואת אלמנותיו לא ירחם כי כלו חנף ומרע וכל פה דובר נבלה בכל זאת לא שב אפו ועוד ידו נטויה.
מאי ועוד ידו נטויה א"ר חנן בר רבא הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפי' חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנם שנאמר (משלי כב) שוחה עמוקה פי זרות רב נחמן בר יצחק אמר אף שומע ושותק שנאמר (משלי כב) זעום ה' יפול שם:


למעשה איז אינטערעסאנט צו זעהן צו דער רמב"ם ברענגט בכלל די הלכה און וואס די נושאי כלים זאגן דערויף (לא מצאתי כעת).

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך יולי 16, 2008 11:47 am

מיללער האט געשריבן:עס לאזט זיך טראכטן אז הלכה'דיג איז נאר אסור אויב מען זאגט דאס לשם ניבול וחשק,

הייסט עס אז דער איסור באציט זיך צו די נישט שיינע ווערטער אדער צו די טעמעס (נושאים) פון זנות, חשק א.ד.ג. ?
און אויב דער איסור גייט אויכעט אויף די נישט פאסיקע ווערטער, אלץ נאך ס'פרעגט זיך צי דאס מיינט דוקא אזעלכע ווערטער וואס זיינען פארבונדן מיט ענייני זנות, אדער סתם אלע נישט פאסיקע ווערטער?

מיללער האט געשריבן:למעשה איז אינטערעסאנט צו זעהן צו דער רמב"ם ברענגט בכלל די הלכה און וואס די נושאי כלים זאגן דערויף

אויף וויפל ווייס איך, דאס ווערט נישט געבראכט נישט אין רבמ"ם און נישט אין שו"ע.

אט וועגן דעם זוך איך, א וואו אין פוסקים די גדרים פון ניבול פה ווערן יא ארומגערעדט?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 16, 2008 11:56 am

אין ספרים שטייט (מעגליך שלה"ק) אז אפילו א ווארט וואס אין דיין לשון איז עס נישט מיאוס, אבער אין א צווייטע לשון איז דאס זעלביגע ווארט א מיאוס'ע ווארט, זאל מען דאס נישט ארויסזאגן.

דאס האב איך יעצט געפונען אין ראשית חכמה: כמה מלאכי חבלה ממונים לאחוז בכל דברי נבלות או דבר פגום שיוציא האדם בשפתיו, ושומרים אותה. וכאשר האדם מוציא בפיו דברי קדושה כמו דברי תורה או תפלה, אז מטמאים אותם הדברים הקדושים בטומאה ההיא שהוציא מפיו קודם לכן, ואז כביכול תשש כח הקדושה, ואז אוי לו ואוי לנפשו של החוטא ההוא (ראשית חכמה שער היראה פרק י"ג סי' מ"א בשם זוה"ק).

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 12:27 pm

ערנסטער, אייער פראגע קוקט מיר פאר אזוי ווי א איד זאל, למשל, פאר הונדערט יאר צוריק אריינקומען אין בית המדרש און פרעגן: "וואס איז דער גדר פון לשון הרע ורכילות, וועלכע דיבורים ווערן גערעכט אלס לשון הרע ורכילות? א וואו אין ספרי פוסקים דאס ווערט געבראכט?"

די אלע ענינים פון הלכות מוסריות זענען עפ"י רוב נישט אויסגעארבעט געווארן דורך די פוסקים. רובם פון די ענינים ווערן גע'פסק'עט דורך ראי' און הוכחה'ס פון די דברי אגדתא וסיפורים, וואס ווערן געברענגט אין חז"ל און אין די מדרשים.

הלכות לשון הרע איז פאר הונדערט יאר צוריק געווען פונקט אין אזא בחינה ווי דיין היצטיגע פראגע איבער הל' ניבול פה. ועד שבא רבינו הגדול, איש צדיק וקדוש הוא, מרן החפץ חיים זצוק"ל, והעמידן על אחת. ער האט מברר געווען, אפגעשריבן און דאס אהערגעשטעלט הכל לפונדק אחד, מסודר דבר דיבור על אופניו אין איין חיבור - דער היינטיגער אזוי באקאנטער ספר "חפץ חיים" על לשון הרע.

אזא חיבור אבער אהערצושטעלן דארף מען אבער זיין א חפץ חיים! א גדול בתורה, מיט א ריינע כוונה לשם שמים, באגלייט מיט א סייעתא דשמיא וקדושה עילאה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 12:43 pm

ערנסטער,
איך האב נאר געטראכט, נישט גע'פסקנ'ט, אבער פון די גמרא 'הכל יודעין כלה וכו' איז משמע אז דאס האט מיד דברי ניאוף וחשק, דו פרעגסט צו 'מעשוגענער' אדער 'צודרייטער' וואס די מאמעס לייגן פעפפער (זארעך?) אין מויל דערפר און שרייען אז דאס איז מיאוס'ע ווארט, איך מיין אז מדרך מוסר ונימוס איז זיכער כדאי מחנך צו זיין קינדער צו האבן אן איידעלע לשון.

זארעך,
איך גלייך דיין צושטעל, הגם דער רמב"ם בויעט יא זייער אסאך הלכות מוסריות (הל' דעות, הלכות ת"ת - כבוד ת"ח, הל' יסודי התורה ועוד) אויף אגדות חז"ל און מדרשים, קען זיין אז דאס האט אויך צוטאן מיט'ן דור, ווער ווייסט צו אמאל האט מען בכלל געברויכט רעדן פון אזעלכע הלכות.

קרעמער,
דער ראשית חכמה איז כדאי געווען מעתיק צו זיין, איך גלייב אז בספרי מוסר קען מען טרעפן א געוואלד איבער ניבול פה והמסתעף.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 16, 2008 12:49 pm

ר' זארעכ,
די ווייסט אפשר וויא דער מראה מקום פונעם רמב"ם אז דאס מויל פון א יוד איז אוויא א כלי שרת, אז מיטען
זאגען אויף א זאך עס זאל זיין הייליג, ווערט עס הייליג אזוי וויא ער וואלט עס אריין געטוהן און א כלי שרת

איך זיך און קען זיך נישט דערמאנען .

איך ברענג עס אהער ווייל עס האט צי טוהן מיט אינזער שמועס דא.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 2:04 pm

ר' שמחה,
עס האט נישט במישרים צוטאן מיט דעם שמועס, אבער דער מכוון אייערע איז מן-הסתם נאך א טעם פארוואס מברויך היטען אויפן מויל ווייל עס האט א קדושה (דער רמב"ם קלינגט מיר ביי הקדש, נדרים אין די זאכן וואס א מענטש'נס מויל איז מקדש) אבער לענין הלכה איז דאס לכאורה נישט קיין מקור.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 16, 2008 2:29 pm

מיללער האט געשריבן:(דער רמב"ם קלינגט מיר ביי הקדש, נדרים אין די זאכן וואס א מענטש'נס מויל איז מקדש)

יא, אבער וויא?

נו רבותי,
ווייסט אפשר איינער?
the SCY is the limit

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 2:46 pm

צי איך ווייס? ניין איך ווייס נישט! אזויפיל דענק איך יא אז ס'ווערט גענוצט דער אויסדריק אין די ספרי מוסר. כ'מיין אין אלשיך הק' אדער נאך פריער. עמער ווארטן אויף בני היכלא'ן, ער וועט זיכער וויסן כי כל רז לא אניס לי'.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 4:32 pm

די וואך זאגט דאך דער הייליגער אור החיים הקדוש, ביי לפוה משפחת הפוני, אז ער האט געטראפן חסידי עולם, וואס האבן געזאגט שפה שלומד תורה דינו ככלי שרת. אשר ישרת בהם בקודש שאין קדושה כקדושתו. עפעס אזוי איז דער נוסח.

דאס מיינסטו ר' שמחה? איך קען נישט נאכקוקן דער לשון, ווייל היברו בוקס איז געגאנגען שלאפן, זיי רישן זיך אויפצונעמען נייע פופצן טויזנט ספרים.

על פי הלכה איז עס אסור, דער רמב"ם סוף איסורי ביאה ענדיגט אז צריך לנהוג להתרחק מדברי עגבים, וואס טייטשט, ניבול פה.
אזוי איז גע'פסק'נט אין שו"ע או"ח ש"ז, און אין אהע"ז סי' כ"ה. יעדע דברי חשק, רעדן שרייבן ליינען פארקויפן, איז אסור מדינא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 4:42 pm

ר' זארעך רופט און ר' בנימין ענטפערט,
קורא לו והוא בא, דאס איז איינע פון די קניני משיכה, הרב היכלא מיר האבן אייך קונה געווען במשיכה, נא אל תעזבנו.

די מראי מקומות זענען קליורין לעינים, אויב לערן איך גוט פשט שטימט דאס מיט מיין טעאריע אז מצד ההלכה (נישט אז מוסר איז נישט הלכה) בשו"ע ובפוסקים רעדט מען פון דברי חשק ועגבים וואס איז אסור מדינא.

אגב, ש"ז איז ביי הל' שבת ווי דער מחבר זאגט 'ודבר זה אפי' בחול אסור'? (עפעס אזוי)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 4:48 pm

יא איר נעמט גוט ארויס ס'איז אסור מדינא.

דא האט איר דעם תניא דארט אין ש"ז [דער לינק ארבעט יא]

וכן ספרי מלחמות (ודברי הימים של מלכי אומות העולם) וכן מליצות ומשלים של שיחת חולין כגון ספר עמנואל ואין צריך לומר דברי חשק אסור לקרותן בשבת ואפילו לעיין בהם בלא קריאה גזירה משום שטרי הדיוטות ואף בחול אסור משום מושב לצים אף אם כתובים בלשון הקודש ובדברי חשק יש עוד איסור אפילו כתובים בלשון הקודש שמגרה יצר הרע בעצמו ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן הם בכלל מחטיאי הרבים אבל אותן ספרי דברי הימים שיוצא מהם ענייני מוסר ויראת שמים כגון ספר יוסיפון וכיוצא בו מותר לקרותם אפילו בשבת אפילו כתובים בלע"ז (ומכל מקום אין ראוי לבני אדם להרבות בהם):

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 4:55 pm

נו, האב איך דאך געוואוסט וואס איך רעד. כל רז לא אניס לי'. [דא איז געווען געפלאנט א נקמה אקציע, א לאנגס און א ברייטס אויפן חשבון פון "בני היכלא", אבער משום וואס איך פלאן דאס צו באצאלן מיט ריבית דאורייתא רח"ל, לוינט זיך צו ווארטן. ס'וועט זיין ריכטיג א שכר אגר נטר...].

איך וויל נאר פרעגן כתלמיד הדן:
דברי חשק מיט ניבול הפה איז היינו הך? ניבול הפה קען אמאל זיין אויסדריקן און דיבורים וועלכע זאלן זיך בכלל נישט גרעניצן מיט דברי חשק.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:01 pm

זארעך,
ריבית דברים איז דאך נאר א דרבנן, נו וויאזוי קען געמאלט זיין א נקמה מיט א רבית דאורייתא רח"ל? א הארבע שאלה הע?, איך קלער יעצט, אפשר אז ער זאגט בההוא הנאה, וואס דאן האט דאך עס א דין ווי כסף, אזוי ווי די גמרא אנהייב קידושין ביי די סוגי' פון ערב. שוין ס'קומט נישט דא אריין [אגב, איך האב שוין מקדים געווען רפואה למכה, און אראפגעלייגט ביי דעם שפיל'כל פון מגיב, אזאנס אז ס'זאל אייך דער אפעטיט פארגיין....


ניבול פה טייטשט, פארמיאוסן דעם מויל, אזוי ווי די גמרא זאגט אין שבת, הכל יודעים כלה ...

דברי חשק, טייטשט ווערטער וואס האט א שייכות מיט עניני חשק. און די זעלבע זאך מיינט דברי עגבים.

איך זע נישט קיין חילוק, אדרבה זאגט מיר...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:03 pm

אגב איך האב געפונען דעם לשון הרמב"ם בסוף איסורי ביאה.

וכן ינהוג להתרחק מן השחוק, ומן השכרות, ומדברי עגבים--שאלו גורמין גדולים הם, והם מעלות של עריות; ולא יישב בלא אישה, שמנהג זה גורם לטהרה גדולה. יתרה מכל זאת אמרו, יפנה עצמו ומחשבתו לדברי תורה, וירחיב דעתו בחכמה--שאין מחשבת עריות מתגברת, אלא בלב פנוי מן החכמה, ובחכמה הוא אומר "איילת אהבים, ויעלת חן: דדיה, ירווך בכל עת; באהבתה, תשגה תמיד"

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 5:10 pm

ר' בני היכלא קדישא, [עמער נישט יעצט אריינגיין אין די סוגיא פון אגר נטר, איך וועל דאס גיכער לאזן ביים מקיים זיין מצות פריעת חוב. אבער איך וויל דיר נאר מעלדן, אז מיין פריערדיגע תגובה, דא אין דעם אשכול, איז שוין געשריבן געווארן נאכן ליינען דיין תגובה דארט. און טאקע על זה הדברים אמורים].

ס'מיר זייער שווער ארויסצוברענגען אין שריפט דער חילוק צווישן די צוויי, איבערהויפט אויב מ'וועט זיך נויטיגן אין משלים, וד"ל. דעריבער, קעיס קלאוזט.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:11 pm

דער ענין האט אויך שטארק צוטון מיט הרהורים, וואס דאן איז דאך זיכער לויט אלע פוסקים א לאו דאורייתא פון לא תתורו, און ונשמרתם שלא יהרהר אדם..
דער ענין פון רעדן ניבול וחשק ועגבים, איז דאך פארבונדן מיט הרהור, ווייל א מענטש רעדט פון עפעס טראכט ער אויך, איז עס נישט אנדערש פון אלע איסורי דרבנן'ס משמרת למשמרת, בפרט ביי עריות וואס איז יהרג ואל יעבור, און ס'איז דא א חידוש פון אביזרייהו, וואס דארט איז אויך יהרג ואל יעבור, די גמרא אין סנהדרין טאקע וואס דערציילט די מעשה מיט יענעם שנכנס טינא בלבו, האט מען אים אפילו נישט מתיר געווען צו רעדן מאחורי הגדר

איך האב געטראכט אז לכאורה איז דאך ראיה נישט אנדערש, ס'איז באקאנט דער חילוק פון ראי' און הסתכלות, דער איסור ראי' איז כדי ליהנות, ווייל דאן איז עס טאקע לא תתורו, און במילא איז יעדע ראי' אסור, ווייל ווילאנג א מענטש איז ארומגענומען מיט א גוף, גייט עס נישט אנדערש, אבער א אומווילנדיגע בליק, איז טאקע נישט דער לא תתורו ווייל ס'איז געווען בלי כוונה, אזוי ווי די גמרא ענטפערט אויף ר' עקיבא אז ער האט איר געזען ביי א קארנער וואנט.

און די זעלבע זאך איז ביי דיבור, וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט אלס לא תרבה, ווייל מ'זאל נישט צוקומען, לויט די פוסקים אז מ'רעדט נישט פון קיין נדה, איז כל שכן ביי דיבורי חשק.

בקיצור, איעדע זאך וואס ברענגט הרהורי עבירה שקשין מעבירה, צי ראי' צו דיבור, איז אסור מדרבנן. און אויב איז עס מעורב מיט הרהור, איז עס לכאורה א דאורייתא ממש מלא תתורו ומונשמרתם

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:12 pm

יוי זארעך קעיס איז נאך קלאוזד?

עפן צוריק די קעיס, מ'האט געטראפן א נייע לימוד זכות, די תורה זאגט דאך והצדיקו, מ'מוז מעיין זיין בדיני' אפשר וועט מען נאך טרעפן א לימוד זכות.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יולי 16, 2008 5:24 pm

שלעפסט מיך אריין מיט געוואלד...

מהיכי תיתי אז נבלות הפה זאל האבן א שייכות מיט הרהורים ודברי חשק? לויט ווי ס'משמע פון די אלע גמרות וועלכע באציען זיך צום חומר העוון פון ניבול הפה, קוקט עפעס אויס ווי דאס איז א פראבלעם פאר זיך זעלבסט. אויב וואלט דאס געווען פארבינדן ערגעץ, וואלטן דאס די ראשונים מער אויסגעשמועסט.

כ'מיין, דארפסט טאקע משלים אז מ'קען רעדן ניבול פה און דאס זאל נישט זיין פארבינדן מיט הרהורים ודברי חשק? וויל איך נישט רעדן ניבול פה, ווייל מ'טאר נישט!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2008 5:27 pm

ר' זרח וכל בני ההיכלא קדישא הדין,
די קעיס איז נישט קלאוזד טיל איטס קלאוזד (ר' יגר בערל), די שאלה דא איז אויב איינער נוצט דברי נבלה שלא לשם חשק, נאר ווי עס איז היינט נפרץ ביי אלע גוים געזאגט, אז ארויסצוברענגען דיסקאסט און ענגער באנוצט מען זיך מיט דברי טומאה וחשק אשר יסודתם בהררי נבלה אפי' ווען זיין כוונה איז בכלל נישט פארבינדן מיט דיזע ענינים רח"ל.

לויט רבי היכלא'ס מקורות און בירורי הדברים כשמלה וכן דעתי הקלושה נוטה, אז אויב (בתנאי בני גד ובני ראובן) קומט ער נישט לידי הרהור, פאלט דאס נישט אריין אין די דערמאנטע קאטערגאריעס, הגם ששומר נפשו ירחק מהם כמטחוי קשת.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:33 pm

זארעך נאכמאל

אז וואס זאגסטו אז ניבול פה איז אסור פאר זיך? וואס הייסט פאר זיך? סתם... די חכמים האבן גע'אסר'ט ניבול פה אן קיין שום סיבה און טעם, נאר פאר זיך.

????


ניבול פה איז קלאר אסור אלס ניאוף וזנות וכו'...דאס איז נישט קיין ספק בכלל.

איך האב נאר מסביר געווען דער יסוד האיסור.

אז ניבול פה ברענגט צו מחשבת עריות, איז געווענליך א מציאות ביי פליישיגע מענטשן.

מחשבת עריות אז עס איז אסור מדינא ומדאורייתא מבורר בש"ס ופוסקים.

איינס פלאס איינס איקוועלס, נו פיר אויס... צוויי ... פיין.

איז דאס איז זיכער אז ווען ס'איז געבונדן מיט הרהור, איז עס דאך וודאי אסור, נישט נאר אלס ניבול נאר אלס הרהור דעדיף מיני', און צו דעם האב איך א ראי' געברענט איסור ראי'.

נאר אפילו לו יהא, איינער רעדט טאקע נאר, און דארט בלייבט עס, איז עס נאך אלץ א איסור חז"ל אלס גדר לעריות, אזוי ווי ראי' איז אויך אסור שלא לשם הנאה, ווייל ס'איז גורם, און אזוי ווי אלע איסורי דרבנן זענען. וכש"כ בענינים החמורים.

וראה זה פלא, ביי די זאכן טרעפט זיך אמאל, זאכן וואס איז נישט מפורש בתורה בדרך ציווי, און חז"ל אויך נישט נאר בדרך מוסר ואגדה, אבער אין די ספרי מוסר אנגעהויבן ביי די גרעסטע ראשונים ווי רבינו יונה, און דער רמב"ם, און דערנאך אין שולחן ערוך, וועסטו זען אז די עבירות זענען נאך גאר די הארבסטע.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:37 pm

מיללער
למה?

וואו זעט איר אין די ווערטער פון רמב"ם ושו"ע א שייכות מיט הרהור.

פארקערט, לדעתי אויב ס'איז פארבונדן מיט הרהור, דארף מען בכלל נישט צוקומען צו דער איסור נוסף פון דיבור, ווייל הרהור עדיף מיני', מלאוין מפורשים.
דער איסור אויף דברי חשק און ניבול פה, אן הרהור איז טאקע א גדר גדול לעריות, און א גורם גדול, ווי דער רמב"ם שרייבט, און דאס איז אויך אסור מדינא דחז"ל. [לכאורה פון די אלע פסוקים אין תנ"ך וואס רעדן דערוועגן, קען מען דן זיין צי ס'איז נישט אסור מדברי קבלה, מ'דארף אריינקוקן אין רבינו יונה די פסוקים]

חוץ מזה, דאס גייט אריין אין אן ענין, פון פון וואו קענסטו מחלק זיין, דאס טייטשט אמאל איז דא א גזירת חכמים, וואס אויב דו וועסט דאס טון, וועסטו אויך קומען טון די דאורייתא, למשל שניות לעריות, מ'אסר'ט אשת חמיו אלס חמותו. [איך קען דעם תוס' דארט, איך גיב נאר א משל].

דערנאך איז דא א איסור, וואס אויב וועסט טון דאס, וועסטו אויטאמאטיש צוקומען צו די דאורייתא אליינס.

און דאס איז די מעשה ביי ניבול פה, ווען מ'רעדט ניבול פה, קומט מען געווענליך צו צו עניני הרהור, יעצט צו שפעטער, נישט קיין נפק"מ, איז דער איסור טאקע געקניפט און געבונדן מיטן דאורייתא ממש, די גאנצע צייט, יעצט פרעגסטו וואס טוט זיך מיט אזא איינעם, וואס גייט זיין א גיבור, און זיכער נישט צוקומען צו הרהורים, איז עס נאך אלץ אסור מדרבנן, ווייל לא פלוג, ס'איז נישט שייך מחלק צו זיין והיינו הך, אויב לאזט מען רעדן, קומט מען דאך צו.
אויף דעם האב איך א ראי' געברענט פון ראי' וואס דארט איז מבואר דער חילוק פון הסתכלות' בכוונה וראי' שלא בכוונה.

אמת טאקע אז פון לשון הרמב"ם שטייט נאר, יש לנהוג להתרחק, און די גמרא זאגט אויך נאר די עונשים און די גנות האיסור, אבער למעשה אין שולחן ערוך שטייט די ווארט "איסור" און טאקע ווייל זיי דער רמב"ם רעדן טאקע נאר אפילו מ'רעדט נאר, נישט מער.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 16, 2008 5:43 pm

בני היכלא האט געשריבן:די וואך זאגט דאך דער הייליגער אור החיים הקדוש, ביי לפוה משפחת הפוני, אז ער האט געטראפן חסידי עולם, וואס האבן געזאגט שפה שלומד תורה דינו ככלי שרת. אשר ישרת בהם בקודש שאין קדושה כקדושתו. עפעס אזוי איז דער נוסח.
דאס מיינסטו ר' שמחה?
ר' היכלא,
נישט דעם אור החיים הקדוש [וואס זיין יומא דהלולא פאלט אויס די וואך] האב איך געמיינט. איך געדענק עפעס א רמב"ם. אבער יעצט אז
די שרייבסט דאס פונעם אוה"ח, און ער דערמאנט נישט דעם רמב"ם, וואס דרכו בקודש איז איהם יא צי ברענגען, פאנג איך אהן צי קלערען
אז אפשר מיין זכרון איז פלעינג טריקס אן מי
בני היכלא האט געשריבן:איך קען נישט נאכקוקן דער לשון, ווייל היברו בוקס איז געגאנגען שלאפן, זיי רישן זיך אויפצונעמען נייע פופצן טויזנט ספרים.
שעכוח פאר דער אינפארמאציע,
איך מוטשע מיך מיט זיי שוין צווי טעג. האב שוין געטרייט אויף אן אנדערע מאשין, חלונות XP, חלונות VISTA, אנדער בראזערס IE,
NETSCAPE, SAFARI, און גארנישט...
the SCY is the limit

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 16, 2008 5:47 pm

ר' שמחה האמת אגיד איך געדענק אויך א רמב"ם, איך קען מיך נישט דערמאנען ביזדערווייל, איך בין נאר נישט זיכער צי ס'איז אין פירוש המשניות אדער אין יד החזקה, אבער ניין, דיין זכרון איז נאט פלעיאינג טריקס אן יא.

איך הער נאכמער, אז זיי האבן פארשאפט א קאמפעני וואס פארקויפט זיי הארדרייווס, פאר א פופציגער א שטיקל, און דער פלאן איז צו קענען קויפן פאר קליין געלט ניטאמאל א מאה, די גאנצע אוצר זייערער, אן דארפן צוקומען צו אינטערנעט, און צו דאונלאודן.
הלואי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט