אן אינטערסאנטע זאך אין פרק שירה.

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אלץ-ווייסער

אן אינטערסאנטע זאך אין פרק שירה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

איבערטייטשענדיג דעם פרק שירה פאר מיין אידענע די וואך, איז מיין אויג געפאלן אויף דעם לעצטן שטיקל אין פרק שירה:

רבי ישעיה תלמידו של רבי חנינא בן דוסא התענה חמש ושמונים תעניות, אמר כלבים שכתוב בהם והכלבים עזי נפש לא ידעו שבעה יזכו לומר שירה. ואמר לו ישעיה עד מתי אתה מתענה על זה הדבר, שבועה היא מלפני המקום ברוך הוא מיום שגילה סודו לחבקוק הנביא לא גילה דבר זה לשום בריה בעולם, אלא בשביל שתלמידו של אדם גדול אתה, שלחוני מן השמים להזדקק אליך, ואמרו כלבים כתיב בהם ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו, ולא עוד אלא שזכו לעבד עורות מצואתם, שכותבין בהם תפילין ומזוזות וספר תורה, על כן זכו לומר שירה. ומה ששאלת חזור לאחוריך ואל תוסיף בדבר הזה עוד, כמו שכתוב שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו: ברוך ה' לעולם אמן ואמן: ברוך ה' מציון שוכן ירושלים הללויה: ברוך ה' אלוהים אלהי ישראל עושה נפלאות לבדו: ברוך שם כבודו לעולם וימלא כבודו את כל הארץ אמן ואמן:

ס'איז מיר זאפארט שווער געווארן, מ'מעג דאך נוצן נאר עורות פון בהמות און חיות כשרות, און נישט פון א כלב. און דאס איז א גמרא מפורשת אין שבת (עט ב) אז ס'איז הלמ"מ, פונעם פסוק למען תהי' תורת ה' בפיך וכו'.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב ווייסער,
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט.
עס שטייט נישט אז מען ניצט זייער עור..
מען ניצט נאר זייער צואה אויסארבעטען די עור... אזעלכע עור וואס איז יא מותר
the SCY is the limit
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מיר איז אבער שווער געווארן א צווייטע קשיא, קוקענדיג אין דער מימרא.

קודם קומט די מלאך און איז אים מגלה די סוד, און דערנאך זאגט ער אים, אל תוסיף בדבר הזה עוד! וואס איז נאך דא צו פרעגן? עס איז דאך שוין פארענטפערט?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב געזעהן דעוואך אן אינטרעסאנטע זאך אין א אידישע אויסגאבע.

די זאבים זאגן שירה, על כל דבר פשע על שור ועל חמור על שה ועל שלמה על כל אבידה אשר יאמר כי הוא זה עד האלהים יבוא דבר שניהם וגו' שנים ישלם לרעהו.

וואס איז די שירה און וואס האט עס מיט די זאב?

נאר די זאב איז באוואוסט אלץ די גנב, זיי גנב'נען כדי זיי זאלן האבן צו עסען, און זיין עונש איז אז א יעדעס מאל עס איז דא א גניבה איז מען אים גלייך חושד, און איין מאל וואס מען פאקט די זאב ביי די גניבה האקט מען אריין אין אים פי שנים.

די זאב - די גנב, זיין וועג פון זאגן שירה איז דורך אנווארענען די מענטשען, איר זאלט וויסן אז אויב מען גנב'ט וועט איר דארפן צאלן פי שנים פונקט ווי איך!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לעווי! מתוק מדבש!
the SCY is the limit
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

scy4851 האט געשריבן:לעווי! מתוק מדבש!


און וואס איז מיט מיין קשיא?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אלץ-ווייסער;

דיין פראגע איז שוין פארענטפערט געווארן דורך ר' שמחה. און פרק שירה אויף אידיש איז דא צו באקומען אין אלע געשעפטן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לעווי האט געשריבן:און וואס איז מיט מיין קשיא?

דער מלאך האט אפשר גזעהן אז ער האט, אדער וויל נאך עפעס פרעגען, האט ער איהם, נאך איידער ער הייבט אהן, געזאגט ער זאל אפילו נישט טראכטן צי פרעגען,
א שטייגער אוויא כביכול האט געזאגט פאר משה 'על תוסף דבר עלי עוד בדבר הזה'
the SCY is the limit
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

אוי וויי לעווי, יעצט ווער איך געוואור אז און מיינע אינגע יארען ווען איך פלעג זאגען פרק שירה, פלעג איך אלעמאל מאכען א טעות, איך פלעג מיך איינרעדען אז פשט גייט, ומה ששאלת און דאס וואס די האסט געבעטען, (אז די ווילסט אויך זאגען שירה[איך ווייס טאקע נישט פארוואס איך האב מיך איינגערעדט אז ער האט דאס בכלל געבעטען]) חזור לאחרך, אזוי האב איך מיך דעמאלטס איינגערעדט, ישר כוח פארען אויפמערקזאם מאכען אין מיין טעות, און יעצט וועל איך מיטווארטען מיט אייך אויף א תירוץ.

איך האב שוין געזעהן וואס ר' שמחה ענטפערט, אבער די קשיא האט נישט קיין דעדליין, וועל איך ווארטען אויף עפעס בעסערס.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

אין פרק שירה ווערט צוויי מאל דערמאנט די שירה פון די 'זרזיר'. איין מאל ביי די פייגלעך און איין מאל ביי די ווילדע חיות. ביי די פייגלעך וייסט א יעדער איינער אז עס איז דא א זרזיר, (לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב), אבער ביי די חיות האב איך קיינמאל געוויסט אז עס איז דא א זרזיר. אין די פרק שירה וואס הרב גראס'ס מכון האט ארויסגעגעבן איז דא א בילד נען די זרזיר'ס שירה וואס זעהט אויס ווי ער איז פון די הונט/וואלף משפחה (אפשר א COYOTE), איז דא א מקור דערויף? וו וערט דער זרזיר דערמאנט אין תנ"ך? איז דא מפרשים וואס זאגן וואס דער זרזיר איז?

בכלל וואלט איך געוואלט וויסן ווי די ערשטע מקור פון פרק שירה איז?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

"זרזיר מתנים" איז א מין חיה וואס ווערט דערמאנט אין משלי ל', ל"א.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

קרעמער האט געשריבן:"זרזיר מתנים" איז א מין חיה וואס ווערט דערמאנט אין משלי ל', ל"א.


וואס טייטשען די מפרשים דארט?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

רש"י משלי פרק ל פסוק לא
זרזיר מתנים או תיש - לא ידעתי מהו ולפי המשמע היא חיה תשושה מתנים


אבן עזרא על משלי פרק ל פסוק לא
זרזיר - שם חיה סמוך למלת מתנים כלומר זרזיר ממתנים והזכירו כי הוא קל ברגליו וייטיב לכתו כי בעת הצורך יוכל להשיג טרפו, פ"א דבורים, פ"א נשר


מלבי"ם לספר משלי פרק ל פסוק לא - חלק באור המלים
זרזיר - יש מפרשים כלב הצד ציד, או חיה זריזה במתניה לרוץ:
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

בקיצור עס זעהט מיר אויס אז זיי האבן מחליט געווען פשט אין דער זרזיר מתנים בשעת די מפרשים האבן נישט געוואוסט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' לעווי, לא הבנתי 'זיי האבען מחליט'
מיר קוקט אויס אוויא אלע מפרשים טייטשען א מין חיה וואס איז זייער פלינק
אפילו לויט איין פשט און אבן עזרא
the SCY is the limit
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

'זיי' מיין איך די מכון וואס האט געלייגט א בילד פון עפעס א חי' וואס איז דומה צו א הינט/וואלף.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

נאך א הערה,

אין די הקדמה צו פרק שירה שטייט אז די צפרדע זאגט צו דוד המלך אז אויף יעדער שירה וואס זי זאגט ברענגט זי 3000 משלים. און זי ברענגט א ראי' פון די פאלגענדע פסוק, (מלכים א' פרק ה' פסוק י"ב) וידבר שלשת אלפים משל ויהי שירו חמשה ואלף.

קודם כל וואו זעהט מען דא אז אויף א יעדע שירה איז דא 3000 משלים, עס שטייט דאך אז אויף 1005 (חמשה ואלף) שירות איז דא 3000 משלים? צווייטענס וואו שטייט אז יענער פסוק איז שירה פון א פראש.

דרך אגב, מען זעהט אז די פסוק נוצט 'משל' פאר לשון רבים און נישט 'משלים'.
אוועטאר
ולדימיר שוקולד
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 1:52 pm

Re: אן אינטערסאנטע זאך אין פרק שירה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולדימיר שוקולד »

געהערט אמאל אז די דבר אחר איז די אייציגסטע באשעפעניש וואס זאגט נישט שירה..
איינער מיט א מקור?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אן אינטערסאנטע זאך אין פרק שירה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ולדימיר שוקולד האט געשריבן:
געהערט אמאל אז די דבר אחר איז די אייציגסטע באשעפעניש וואס זאגט נישט שירה..
איינער מיט א מקור?
אזוי איז משמע אין פי' זמרת הארץ אויף פרק שירה אין סידות בית יעקב (עמדין סידור).
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 8&pgnum=32
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ולדימיר שוקולד
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 1:52 pm

Re: אן אינטערסאנטע זאך אין פרק שירה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולדימיר שוקולד »

אוראייניקל האט געשריבן:
ולדימיר שוקולד האט געשריבן:
געהערט אמאל אז די דבר אחר איז די אייציגסטע באשעפעניש וואס זאגט נישט שירה..
איינער מיט א מקור?
אזוי איז משמע אין פי' זמרת הארץ אויף פרק שירה אין סידות בית יעקב (עמדין סידור).
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 8&pgnum=32
יישר כחכם
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”