וועלעכע ציון גייט מען קודם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

ווען איינער גייט צו א בית החיים למשל אין מאנסי צו וועם גייט מען קודם לויט די עלטער. ווער סאיז קודם אוועק. אדער וועמענס ציון מען באגעגענט קודם?
ביומא דהילולא דארף מען קודם גיין וועמענס יארצייט סאיז דעמאלס אדער נישט?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ווען די צמח צדיק (ווישניץ) איז געווען און עיר הקדוש מעשבוז איז ער אריבער די אפטע רב און געגאנגען גלייך צום בעל שם טוב און געזאגט אפטע רב ס'איז דא עלטער פון אייך
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

געהערט אמאהל בשם די ריבניצ’ע רבי זי”ע דריי זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן רבי’ן דער הייליגער שטעפינעפטער וואס מ’דארף וויסן ווען מ’גייט צו א ציון פון א צדיק, אויב געדענק איך גוט איז איינס פון די דריי מ’זאל נישט גיין צו מער ווי איין צדיק, ווי אויך נישט בעטן מער ווי איין פרטיות’דיגע בקשה, די דריטע דענק איך נישט.

קאן זיין איך בין זיך טועה. אדרבה אויב איינער קען אויסבעסערן
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

עפעס האב איך געהערט פינקלעך געדענק איך נישט אז די נועם אליעזר האט געשיקט קיין סיגעט האט ער געזאגט מען זאל די מערסטע איינרייסען ביי די עצי חיים וועגען ער איז די נענסטע צו אונזער דור פארשטייט ער די מערסטע אונזער צרות ונסיונות
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

וויאזוי טוט מען ווען מ'גייט צום קבר פון די עלטערן און מ'וויל אויך צו גיין צום צדיק באותו ביה"ח, איזה מהן קודם?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ראיתי לאדם גדול
שהלך קודם להרבי מויזשניץ ואח"כ להרביים מסקולען ואח"כ להרבי מריבניץ
והבנתי ממנו, שהוא לפי ההתקשרות שהיה לו עם הצדיקים (כלומר את הרבי מריבניץ בקושי ראה, עם אדמור"י סקולען היה מקושר, ובויזשניץ עוד יותר מקושר).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

אייער_קיכל האט געשריבן:וויאזוי טוט מען ווען מ'גייט צום קבר פון די עלטערן און מ'וויל אויך צו גיין צום צדיק באותו ביה"ח, איזה מהן קודם?

געזען אין די גליון פון רי״מ מארגנשטרן אז קודם גייט מען צו די עלטערן אלץ כיבוד אב ואם
סאפראנאו בעס
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2021 4:51 pm

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאפראנאו בעס »

בפשיטות האט געשריבן:געהערט אמאהל בשם די ריבניצ’ע רבי זי”ע דריי זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן רבי’ן דער הייליגער שטעפינעפטער וואס מ’דארף וויסן ווען מ’גייט צו א ציון פון א צדיק, אויב געדענק איך גוט איז איינס פון די דריי מ’זאל נישט גיין צו מער ווי איין צדיק, ווי אויך נישט בעטן מער ווי איין פרטיות’דיגע בקשה, די דריטע דענק איך נישט.

קאן זיין איך בין זיך טועה. אדרבה אויב איינער קען אויסבעסערן

די דריטע איז קומען דירעקט צום צדיק, נישט אז מ'איז ממיילא אין געגענט,

גראדע האב איך געהערט בשם ר' משה לייב רוטנער אז די זאך פון גיין נאר צו איין צדיק איז לאו דווקא, די מכוון איז אז מען זאל גלייבן אז מ'האט געפועלט.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:04 pm
ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.
אמאל געשטאנען אין זקיניך (שש"ט) בשם ר' חיים הערש אפעל נ"י
אז דער סקולענער רבי' זי"ע האט אים פארציילט אז ער איז אמאל געווען אין סיגעט און זיין פאטער בעל נועם אליעזר זי"ע האט אים געזאגט אז ער זאל גיין קודם צום עצי חיים ווייל ער איז דער לעצטער און ער האט דאס מערסטע קשר מיט אונז
זוכט איר דוי?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

דונש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:12 pm
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:04 pm
ווען איך בין געווען אויף א נסיעה, האט די פירער געזאגט אז מען גייט צום צדיק וואס איז לעצטע אוועק ווייל ער האט (נאך) די מערסטע קשר מיט אונז. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף.
אמאל געשטאנען אין זקיניך (שש"ט) בשם ר' חיים הערש אפעל נ"י
אז דער סקולענער רבי' זי"ע האט אים פארציילט אז ער איז אמאל געווען אין סיגעט און זיין פאטער בעל נועם אליעזר זי"ע האט אים געזאגט אז ער זאל גיין קודם צום עצי חיים ווייל ער איז דער לעצטער און ער האט דאס מערסטע קשר מיט אונז
אינטערעסאנט, די מעשה געדענק איך איז געווארן דערציילט ביים נסיעה טאקע אין סיגעט. לכאורה האט ער עס נאכגעזאגט פונעם סקולענער רבי.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן: מיטוואך מארטש 10, 2021 3:00 pm
ראיתי לאדם גדול שהלך קודם להרבי מויזשניץ ואח"כ להרביים מסקולען ואח"כ להרבי מריבניץ
והבנתי ממנו, שהוא לפי ההתקשרות שהיה לו עם הצדיקים (כלומר את הרבי מריבניץ בקושי ראה, עם אדמור"י סקולען היה מקושר, ובויזשניץ עוד יותר מקושר).
מעגליך וויבאלד די ביה"ח באלאנגט פאר וויזשניץ, קומט קודם צו גיין צום מרא דאתרא, און דערנאך צו די אנדערע וואס ליגן דארטן.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

איך פיר מיר ווען איך גיי קיין מאנסי צו ערשט גיין ארויף די בארג צו די צדיקי בית סקולען, דארט נעם איך א תהלים וואס איז נתנדב געווארן פאר די ריבניצע ציון (סאיז אייביג דא אפאר פון יודן וואס גייען קודם צום ריבניצער און דערנאך ארויף) איך זאג תהלים,
דערנאך מיט די תהלים אין די האנט גיי איך צום הייליגען וויזניצע ציון ווי איז זאג ווייטער תהלים,
פון דארט גיי איך צו ריבניץ ווי איך לאז איבער די תהלים נאכען זיך אויסבעטן אלעס גוטס


פארוואס טוה איך אזוי? ווייל סאיז מיר באקוועם.
אויב איזעס נישט אויסגעהאלטען ביטע מיר לאזן וויסען.

יישר כח פוילט אויס אלעס גוטס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע: קאוטש

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

אין קרית יואל גיי איך קודם צום רבין ז"ל און נאכדעם צום ברך משה. פשוט ווייל די ברך משה פלעגט אלעס תולה אינעם כח פונעם פעטער, גיי איך קודם צום פעטער....
דער אמשינובער חסיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:34 pm

Re: וועלעכע ציון גייט מען קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער אמשינובער חסיד »

האדמור מאמשינוב שליט"א ווען ער גייט צום ציון פון זיין זיידע הרה"ק ר' שמעון מאמשינוב זי"ע ביום היארצייט, גייט ער קודם צום ציון פון זיידן און דערנאך על סדר קבורתם פון אלע תלמידי בעל שם אויפן ארט.
אז איר גייט ממילא עפענען ביי טשעיס איינע פון די פאלגענדע איז זייט מהנה א איד דורכן ניצן די לינק!

עפענט א CHASE ביזנעס טשעקינג אקאונט דורך דעם לינק און מאכט דריי הונדערט דאללער!

עפענט א CHASE ביזנעס קרעדיט קארד דורך דעם לינק און מאכט ביז 1000 דאללער!
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”