האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:52 pm

great האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
great האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

100 פערצענט, וה"ה לגבי השקפה ציונות או דברים ידועים שנתקבלו בקהלה שאתה שייך, על עף שבשאר מקומות אולי מקילין בזה.
די עיקר אז דער מורא דרך זאל דיר נישט קאלט מאכען פון דיין מסורה. (ער דארף זיין פארשטענדליך דיר צו ענטפערן לויט דיין בעקראונד און דיין מסורה)

איך מיין אז עס שטומט נישט עפעס ווייל טאמער וועל איך בעזר השם טרעפן א ריכטיגע מורה דרך מיט אלע מעלות דעמאלטס ווערט ער מיין רבי מובהק ווי אזוי ער זאגט מוז איך פאלגן אז נישט בין איך מהרהר אחר רבו (השם ירחם) ממילא וואס איז א נפקא מינא צו די יסודות איז די זעלבע ? איך האב מורא אז די עולם איז נישט משיג וואס מיינט א ריכטיגע מורה דרך ?

די עיקר איז ביים אים אויפנעמען אויף זיך וואס דאן דארף מען נאכקוקען די אלע אויבערדערמאנטע זאכען,
שפעטער דארף מען אים פאלגען אויף אלעם פארשטייט זיך ווען עס איז נישט נגד התורה און\אדער נגד המסורה וואס דאן הייסט דאס נישט מהרר אחר רבו.

איך מיין חלום האב איך נישט געהערט אז יעדע איד וואס וויל נעמען א רבי דארף אים פארהערן ??
ווער האט פארהערט די חתם סופר ??

וואס און וויאזוי דען זוכסטו אין א מורה דרך?
טאמער וועל איך בעזר השם טרעפן א ריכטיגע מורה דרך מיט אלע מעלות

וויאזוי פלאנסטו צו טרעפן? וויאזוי גייסטו וויסן אז האסט געטראפן?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך הייליג » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:52 pm

great האט געשריבן:איך מיין חלום האב איך נישט געהערט אז יעדע איד וואס וויל נעמען א רבי דארף אים פארהערן ??
ווער האט פארהערט די חתם סופר ??

מען רעדט נישט פון פארהערן
מען רעדט פון גיין צו איינעם וואס טויג און איז ערליך לפי הנ"ל
וואס דאס איז אוואדאי תלוי אין דיין קלייבן וואס דאס איז דאך בעצם דיין שאלה
אלע דורות איז געווען מורי דרך וואס האבן נישט געטויגט און אראפגעפירט פון אידישען דרך זייערע נאכפאלגער ואטו כי רוכלא ליזל ולחשוב
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך הייליג » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:55 pm

great האט געשריבן: דארף איך איין מורה דרך וואס מען קען האבן מיט אים א קשר על כל דבר און ער קען זאגן פאר מיר מוסר און חיזוק,

בעצם די חלק ווענט זיך אין דיר, ווייל אינעם היינטיגן ליבעראלן וועלט האט מען מורא צו זאגען מוסר פאר מענטשן
אויב זוכסטו דאס דארפסטו ווייזן פאר דיין צוקונפדיגע מורה דרך אז דו ווילסט מקבל זיין
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך ציגאנער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:57 pm

הייליג האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:בדרך כלל איז דא אין יעדע קהילה קלוגע אידן, און בדרך כלל די וואס זוכן גליקן ביי פרעמדע מיינען עס נישט לשם שמים. אבער אז איינער איז יוצא מן הכלל און זוכט באמת א תועלת, וואס איז די שאלה?

מען רעדט דא נישט פון זוכען גליקן.
יעדע איד כדאי צו וויסן אין א צומישטע וועלט וויאזוי זיך צו פירן דארף א מורה דרך. פינטל.
עס איז דא אומצאליגע זאכען וואס עס איז דא עקסטרעמיסטן אויף ביידע ליניעס, און נישט ווער עס איז מחמיר איז גערעכט און נישט ווער עס איז מקיל איז א קל עס ווענד זיך וואס און ווען, און טאקע דאס צו מחליט זיין דארף מען א מורה דרך.
אויב דו פארשטייסט נישט, אדער האסטו שוין איינעם וואס דו רופסט אפשר נישט מורה דרך אבער דו גייסט נאך זיינע פסקים. אדער האסטו דיך אליין אויפגענומען ואיש הישר בעיניו יעשה

כ'האב געזאגט דריי נקודות, זאג מיר אויף וועלכע דו ביסט מחולק

great
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך great » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:00 pm

הייליג האט געשריבן:
great האט געשריבן:איך מיין חלום האב איך נישט געהערט אז יעדע איד וואס וויל נעמען א רבי דארף אים פארהערן ??
ווער האט פארהערט די חתם סופר ??

מען רעדט נישט פון פארהערן
מען רעדט פון גיין צו איינעם וואס טויג און איז ערליך לפי הנ"ל
וואס דאס איז אוואדאי תלוי אין דיין קלייבן וואס דאס איז דאך בעצם דיין שאלה
אלע דורות איז געווען מורי דרך וואס האבן נישט געטויגט און אראפגעפירט פון אידישען דרך זייערע נאכפאלגער ואטו כי רוכלא ליזל ולחשוב

יא אבער אבער א מורה דרך מוז זיין ידוע אז ער איז שומר כל תרי"ג מצוות 24 שעה(אז נישט ווי אזוי קען איך מקבל זיין מוסר טול קורא שבין עיניך) און א מורה הוראה (אז נישט האט ער נישט קיין חכמת התורה ) ממילא אז איך טרעף איינעם מיט דעי מעלות ווערט ער א רבו מובהק און איך מוז פאלגן אלעס אלעס

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך הייליג » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:01 pm

ציגאנער האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:בדרך כלל איז דא אין יעדע קהילה קלוגע אידן, און בדרך כלל די וואס זוכן גליקן ביי פרעמדע מיינען עס נישט לשם שמים. אבער אז איינער איז יוצא מן הכלל און זוכט באמת א תועלת, וואס איז די שאלה?

מען רעדט דא נישט פון זוכען גליקן.
יעדע איד כדאי צו וויסן אין א צומישטע וועלט וויאזוי זיך צו פירן דארף א מורה דרך. פינטל.
עס איז דא אומצאליגע זאכען וואס עס איז דא עקסטרעמיסטן אויף ביידע ליניעס, און נישט ווער עס איז מחמיר איז גערעכט און נישט ווער עס איז מקיל איז א קל עס ווענד זיך וואס און ווען, און טאקע דאס צו מחליט זיין דארף מען א מורה דרך.
אויב דו פארשטייסט נישט, אדער האסטו שוין איינעם וואס דו רופסט אפשר נישט מורה דרך אבער דו גייסט נאך זיינע פסקים. אדער האסטו דיך אליין אויפגענומען ואיש הישר בעיניו יעשה

כ'האב געזאגט דריי נקודות, זאג מיר אויף וועלכע דו ביסט מחולק

אויף דעם
ציגאנער האט געשריבן:"און בדרך כלל די וואס זוכן גליקן ביי פרעמדע מיינען עס נישט לשם שמים"

וואס קען זיין אז איז אמת בכלליות אבער נישט אויף די נושא פון וואס מען רעדט דא און ער איז אין דעם פאל נישט א יוצא מן הכלל
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך הייליג » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:04 pm

great האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
great האט געשריבן:איך מיין חלום האב איך נישט געהערט אז יעדע איד וואס וויל נעמען א רבי דארף אים פארהערן ??
ווער האט פארהערט די חתם סופר ??

מען רעדט נישט פון פארהערן
מען רעדט פון גיין צו איינעם וואס טויג און איז ערליך לפי הנ"ל
וואס דאס איז אוואדאי תלוי אין דיין קלייבן וואס דאס איז דאך בעצם דיין שאלה
אלע דורות איז געווען מורי דרך וואס האבן נישט געטויגט און אראפגעפירט פון אידישען דרך זייערע נאכפאלגער ואטו כי רוכלא ליזל ולחשוב

יא אבער אבער א מורה דרך מוז זיין ידוע אז ער איז שומר כל תרי"ג מצוות 24 שעה(אז נישט ווי אזוי קען איך מקבל זיין מוסר טול קורא שבין עיניך) און א מורה הוראה (אז נישט האט ער נישט קיין חכמת התורה ) ממילא אז איך טרעף איינעם מיט דעי מעלות ווערט ער א רבו מובהק און איך מוז פאלגן אלעס אלעס

אפילו כהן שבימיך, עס איז דא גענוג און נאך ערליכע אידן היינט און ערליכע דיינים - זיי קענען אויך אמאל דורכפאלן אבער דאס נעמט נישט אוועק
טול קורא איז א טענה שאין בו ממש (עס איז געזאגט מיט א צער אז ווען מען זאגט מוסר וויל מען נישט אננעמן מיט דעם אויסרייד)
ווען א רבו מובהק זאגט דיר עפעס נגד התורה דארף מען עס אנעמען ? אפילו ללך ולעבוד ע"ז?
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:04 pm

די נקודה איז אז אלס מורה דרך דארף ער דיך קענען מאכן היטן כל תרי"ג מצות 24 שעה, אריינקריכן אין זיינע קישקעס קומט נישט דא אריין

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:07 pm

טאטע העלף האט געשריבן:איך מיין אז די קשאי הייבט זיך אן פריער ... איז א קהילה/חסידות דאס וואס איז געווען אמאל... ד.ה. אמאל איז געווען א איד א מורה דרך וואס מען האט זיך צי געקלעבט צינעם, אין.... מזל טוב א חסידות איז געבוירן... נישט אווי היינט סאיז דא א חסידות/פערטיי אין מען זיכט א מורה דרך מיט לעכט ... אין אנדערע ווערטער א איד דארף א מורה דרך....! אין אטאמאטיש קימט עס מיט א חסידות, נישט אז מדארף א חסידות, אין מען קלעבט צי א ערליכער איד דערצי.....
#מיינע צוויי צענט..

;l;p-
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

great
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך great » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:08 pm

הייליג האט געשריבן:
great האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
great האט געשריבן:איך מיין חלום האב איך נישט געהערט אז יעדע איד וואס וויל נעמען א רבי דארף אים פארהערן ??
ווער האט פארהערט די חתם סופר ??

מען רעדט נישט פון פארהערן
מען רעדט פון גיין צו איינעם וואס טויג און איז ערליך לפי הנ"ל
וואס דאס איז אוואדאי תלוי אין דיין קלייבן וואס דאס איז דאך בעצם דיין שאלה
אלע דורות איז געווען מורי דרך וואס האבן נישט געטויגט און אראפגעפירט פון אידישען דרך זייערע נאכפאלגער ואטו כי רוכלא ליזל ולחשוב

יא אבער אבער א מורה דרך מוז זיין ידוע אז ער איז שומר כל תרי"ג מצוות 24 שעה(אז נישט ווי אזוי קען איך מקבל זיין מוסר טול קורא שבין עיניך) און א מורה הוראה (אז נישט האט ער נישט קיין חכמת התורה ) ממילא אז איך טרעף איינעם מיט דעי מעלות ווערט ער א רבו מובהק און איך מוז פאלגן אלעס אלעס

אפילו כהן שבימיך, עס איז דא גענוג און נאך ערליכע אידן היינט און ערליכע דיינים - זיי קענען אויך אמאל דורכפאלן אבער דאס נעמט נישט אוועק
טול קורא איז א טענה שאין בו ממש (עס איז געזאגט מיט א צער אז ווען מען זאגט מוסר וויל מען נישט אננעמן מיט דעם אויסרייד)
ווען א רבו מובהק זאגט דיר עפעס נגד התורה דארף מען עס אנעמען ? אפילו ללך ולעבוד ע"ז?

א וודאי אז ער זאגט א הלכה זאך וועל איך אים פרעגן ווי עס שטייט ער קען נישט זיין בעסער פון חתם סופר וואס האט געשריבן 1000 תשובות פארוואס ער פסקנט אזוי

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך הייליג » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:10 pm

וואס איז דיין שאלה דאן?
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:14 pm

אין קורצן נאך אלע הין און צריק תגובות.
וואס זוכסטו אין א מורה דרך?
וויאזוי גייסטו וויסן אז האסט געטראפן?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

great
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך great » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:27 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:אין קורצן נאך אלע הין און צריק תגובות.
וואס זוכסטו אין א מורה דרך?
וויאזוי גייסטו וויסן אז האסט געטראפן?

ברוך השם האלב איז שוין פארענטפערט אז מקען גיין צו א צווייטע מורה דרך סמוז נישט זיין דיין קהילה יישר כח פאר אלע אידן

יעצט איז מיין שאלה צו ממוז האבן בכלל אזא מורה דרך (וואס גייט מיך צושטעלן די אלע פארלאנגן פון אויבן דערמאנט)? אדער ניין איך קען בלייבן אזוי ביז יעצט ווייל סוף כל סוף זעה איך און מיין קהילה זוכן נישט די 1000 חסידים א מורה דרך איז אפשר איז עס איבריג??

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7508
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:29 pm

איש כל הישר בעניו יעשה
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:33 pm

און די קהילה האט א מעלה.

אבער אינדרויסען איז נישט קיין חסרון בתנאי, אז ער הערט דיר אויס, די קענסט רעדען מיט אים פריוואט, און ער וועט זיך צוהערען צו דיר און דיין בעקגראנד, [ווייל זיינע דרשות ברבים וועט זיין לויט זיין קהילה]
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:34 pm

great האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:אין קורצן נאך אלע הין און צריק תגובות.
וואס זוכסטו אין א מורה דרך?
וויאזוי גייסטו וויסן אז האסט געטראפן?

ברוך השם האלב איז שוין פארענטפערט אז מקען גיין צו א צווייטע מורה דרך סמוז נישט זיין דיין קהילה יישר כח פאר אלע אידן

יעצט איז מיין שאלה צו ממוז האבן בכלל אזא מורה דרך (וואס גייט מיך צושטעלן די אלע פארלאנגן פון אויבן דערמאנט)? אדער ניין איך קען בלייבן אזוי ביז יעצט ווייל סוף כל סוף זעה איך און מיין קהילה זוכן נישט די 1000 חסידים א מורה דרך איז אפשר איז עס איבריג??

אויב ווילסטו לעבן אזוי ווי די 1000 חסידים וואס זוכן נישט, דעמאלט איז עס טאקע איבריג, אבער אויב פילסטו אז די ווילסט האבן מער א מינינגפול לעבן, און די 1000 חסידים זענען נישט דיין סעמפל, דעמאלט באקל אפ...

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:56 pm

אינטערסאנט, איך באלאנג אויך צו איינע פון די א.ג. קאמערשעל קהילות, אבער וואס מיינע אויגן זען. איז, אז די קהילה האט א רבי, דעראונטער דרייען זיך פיל מיט רבנים ודיינים, יעדער פאר זיך איז כדי לעצמו, און דער וואס וויל האבן מיט וועם זיך אדורך צו רעדן דער האט!
ווידער און מיין קהילה איז דא אזאנע וואס זיי שטעלן זיך אהער ווי די קהילה שטעלט נישט צו זייערע רוחניות'דיגע הצתרכות'ער, נו פיין. קיין פראבלעם, אבער אין די ביג פיקטשער זעט מען אז זיי זענען אומצופרידענע מענטשן (בדרך כלל) גארנישט און קיינער איז זיי נישט גוט, אייביג פארשטייען זיי בעסער ווי די מנהיגים, (פון די אנדערע פעלדער אויך, אבער דארט קען ער עס נישט מודה זיין ווייל אויב יא איז ער דאך אן אשר קרך מכאן ומכאן...) דאס איז בערך וואס איך זע ביינונז, אבער דער זעלביגער כלל איז אין יעדן גרויסע קהילה, איבעראל איז דא אנשים מכבדים מאוד מאוד, קליגע פארשטענדליכע מענטשן פון וועם מ'קען זיך לערענען און זענען גרייט פאר יעדען צו יעדע צייט

אזוי קוקט עס מיין פיצי נערישע קעפל אן

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:21 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איש כל הישר בעניו יעשה

דאס איז איז שוין עניוועי געשען, מען רעדט דא פון איינער וואס פרעגט נאך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7508
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:25 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איש כל הישר בעניו יעשה

דאס איז איז שוין עניוועי געשען, מען רעדט דא פון איינער וואס פרעגט נאך.

ער פרעגט אויב ער זאל טוהן וואס יענער טוט, זאג איך אים אז ער זאל טוהן וואס ער האלט אין זיינע אויגן אלץ ריכטיג.

פארשטאנען?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 4:32 pm

אויב אלע אנדערע קהלה מעמבערס זוכן נישט און ער יא, איז דאך פשט אז ער איז אנדערש. דאס אליין איז א הוכחה אז ער האט נישט קיין שום סיבה צו קוקן אויף וואס אנדערע טוען, נאר טון וואס זיין הארץ ציט אים.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

לעב און שטרעב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך לעב און שטרעב » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 7:01 pm

great האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:אין קורצן נאך אלע הין און צריק תגובות.
וואס זוכסטו אין א מורה דרך?
וויאזוי גייסטו וויסן אז האסט געטראפן?

ברוך השם האלב איז שוין פארענטפערט אז מקען גיין צו א צווייטע מורה דרך סמוז נישט זיין דיין קהילה יישר כח פאר אלע אידן

יעצט איז מיין שאלה צו ממוז האבן בכלל אזא מורה דרך (וואס גייט מיך צושטעלן די אלע פארלאנגן פון אויבן דערמאנט)? אדער ניין איך קען בלייבן אזוי ביז יעצט ווייל סוף כל סוף זעה איך און מיין קהילה זוכן נישט די 1000 חסידים א מורה דרך איז אפשר איז עס איבריג??

די 1000 חסידים האבן מעגליך א מורה דרך, נאר אזויווי אין זייער לעקסיקאן מיינט נישט א מורה דרך איינער וואס שטעלט זיך אהער אלס אפעציעלער מורה דרך און האט כאטש הונדערט נאכפאלגער, קוקט נישט אויס ווי זיי האבן א מורה דרך ווייל זייער מורה דרך איז א פשוט'ע פארשטעדליכע ערליכע תלמיד חכם.

אין א קהילה פון 1000 חסידים איז זיכער דורך א צאל מו"צ'ן, און צווישן אזויפיל דארף זיך בדרך כלל טרעפן כאטש איינער וואס איז ערליך און פארשטענדליך, און קען זיין גוט פאר דיין תכונת הנפש.

אויב קענסטו ממש נישט טרעפן מעג מען גיין צו א דרויסנדיגן, אבער מ'דארף זיכער מאכן אז דאס נישט קענען טרעפן קומט נישט פון א טיפערע פראבלעם, אז מ'מיינט אז די גראז איז גרינער אויף די אנדערע זייט, ווייל אויב דאס איז די פאל וועט זיך די פראבלעם נישט ענדיגן דא.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:14 pm

הרב GREAT, ווי אני הקטן והדל פארשטייט, מיינט א מורה דרך אזוי ווי איר פארשטייט דאס, נישט ווי טייל לייגן דאס אראפ אז "מ'האט מיט וועם זיך צו אדורכשמועסן".

צו דיין שאלה אויב ס'מוז זיין דוקא אין די חסידות, (כ'האב נאך א שטיקל ספק צו איר פרעגט נאר לחידודא..) זיכער אז ס'מוז נישט זיין. וואס איז די פראגע אפילו?

אויב עס איז סותר דאס וואס מ'האט ביי אייך געהאלטן הייליג, דאן ווענדט זיך עס שוין אין אסאך זאכן. מ'דארף שוין א קלוגן איד פארדעם.

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:51 pm

אפאר טעותים׳לעך אינעם פותח האשכולס הנחות
דו לייגסט אראפ:
1. א מורה דרך איז איינער וואס איך פרעג איהם יעדע קלייניקייט און יעדע זאך, מער וואס איך קען פרעגן מיין רבין אדער רב. וויפל איך פארשטיי מיינט דאס נישט קיין דרך התשובה ביים זיך גוט פארזינדיגן, נישט קיין שידוך און נישט וועלכע נאמען צו געבן, נאר ממש אין די קליינע דיטעילס.
2. אמאל איז געווען אזעלעכע מורה דרך,
3. אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געהאט אזא מורה דרך.

איך מיין אז בכולם ביסטו טועה.
1. א מורה דרך איז נישט איינער וואס דו גייסט זיך אויסרעדן אז נעכטן צופרי האב איך עפעס נישט אזוי גוט מכוין געווען ביים בענטשן, און נישט איינער וואס ווען דו שטייסט אויף שפעט לויפסטו זיך אפרעדן אז די האסט פארפאסט זמן קריאת שמע.
יתכן ס׳איז דא מענטשן וואס דארפן אזא מענטש, אבער דאס איז נישט די ארבעט פון א מורה דרך, איך וואלט מער געשטיפט צו א טערעפיסט.
2. איך גלייב שווער אמאל איז געווען אזלעכע מנהיגים, נישט די מיט טויזנטער חסידים און נישט די מיט צענדליגער.
3. פארשטייט זיך אויב סאיז נישט געווען האבן אונזערע זיידעס נישט דארט געווען, ביי זיי איז ניטאמאל געווען א טערעפיסט.

איז וואס דריקט דיר יא?
סאיז דא אמאל איינער פילט ווי ער איז א חלק פון א קאמפעני, סקומט ספארט, מהאט קינדער, מנעמט אפ מזל טוב ביים רב, מאיז זיך שואל עצה מיטן רבין ביים נאמען, דער סנדק איז דער רבי און די ברכות .. אויך די רבי. וכן הלאה והלאה. אויב פילט ער אמאל אז ער וויל עפעס טיפער, עפעס זאל איהם הייבן ווייסט ער נישט וואס ווען וואו, וואס וויל איך? וואס זיך איך? וואו איז מיין מורה דרך וואס זאל מיר שטעלן אויפן פלאץ? יא איך הער שלש סעודות תורה, שבת שובה דרשה, און איך וויין ביי כל נדרי דרשה, אבער סתם א מיטוואך וואס עס כאפט מיר אביסל צו העכערס ווייסט ער נישט וואס און וואו.

איז ערשטנס סאיז דא א געוואלד מיט אינגעלייט וואס טרעפן זיך בפנים ובחוץ משפיעים און מדריכים אויף אלע מינע מדרגות, מהם ממש נאנט און מהם מער א רבי סטייל אבער מער צו זיין נשמה און נפש.
צוויייטנס והיא העיקר (דאס איז שוין א אייגענע דעה והחולק יחלוק) היינט צו טאגס לערנט מען אונז נישט אויס צו קוקן במקורותינו ובספרי יראה פון די קדמונים, וויפל מענטשן לערנען פרקי אבות, פירוש רבינו יונה אויף פרק, אבות דרבי נתן, ספרי מוסר פון קדמונים? זייער ווייניג.
איינער וואס האט אמאל אריינגעקוקט אין די ספרים זעהט אז דארט איז גאר א אנדער שפראך, א פשוטע שפראך וואס רעדט דברים פשוטים, אדער ווי אזוי דו רופסט דאס אן ״א מורה דרך״, דער מורה דרך וואס דו זיכסט ליגט לכאורה אין פרקי אבות.
טריי אויס, יתכן איך בין גערעכט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 6:32 am

איינס האט געשריבן:1. א מורה דרך איז נישט איינער וואס דו גייסט זיך אויסרעדן אז נעכטן צופרי האב איך עפעס נישט אזוי גוט מכוין געווען ביים בענטשן, און נישט איינער וואס ווען דו שטייסט אויף שפעט לויפסטו זיך אפרעדן אז די האסט פארפאסט זמן קריאת שמע.
יתכן ס׳איז דא מענטשן וואס דארפן אזא מענטש, אבער דאס איז נישט די ארבעט פון א מורה דרך, איך וואלט מער געשטיפט צו א טערעפיסט.

אין צעטיל קטן פונעם רבי ר' אלימלך זי"ע איז משמע אנדערש
וזל"ק

יג. לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה

אבער ס'איז מבואר דארט אז א חבר נאמן איז אויך גוט, ואולי הייסט דאס אויף די היינטיגע שפראך 'א טערעפיסט'.

נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 7:19 am

great האט געשריבן:איך בין נישט קיין יחיד מיין גאנצע קהילה דארף, נאר נישט יעדער זוכט

איך גלייך דיזן ליניע ;l;p-
דער משיח אויף וועלעכע איר ווארט וועט קיינמאל נישט אנקומען, און דער משיח וועלעכע וועט אנקומען אויף אים ווארט איר נישט! (אדמו"ר הזקן זי"ע)

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט