רבית ביי א קרעדיט יוניען
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- Waukesha
- שר חמש מאות
- תגובות: 780
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
- לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI
רבית ביי א קרעדיט יוניען
איז דא רבית ביי א קרעדיט יוניען מער ווי א באנק? וואס זענען די צדדי השאלה. מען פארלאזט זיך צו מאכן קרעדיט קארדס ביי בענק אפילו זיי האבן נישט קיין היתר עיסקא, אפילו זיי זענען אויף די סטאק מארקעט, אויף וואס פארלאזט מען זיך? איז א קרעדיט יוניען אנדערש? אויב יא, פארוואס יא? איז דא תשובות איבער דעם נושא?
Re: רבית ביי א קרעדיט יוניען
בכלל ביי יעדע בע"מ - LTD איז דא פוסקם וואס זענען מקיל, עי' תשו' מהרש"ג שמקיל מטעם שאין להם שעבוד הגוף, וכן באגרות משה
ועי' במנחת יצחק שאין לסמוך על זה,
ובנוגע די חשש אז אפשר איז דא אידישע שעיר-האלדער
במנחת יצחק מקיל אין אזא אופן אויב דער אידישער שעיר-האלדער האט נישט קיין זכות צי וואוטען אין די קאמפעני'ס באשלוסען, ווייל ער הייסט נישט קיין בעלים
ועי' במנחת יצחק שאין לסמוך על זה,
ובנוגע די חשש אז אפשר איז דא אידישע שעיר-האלדער
במנחת יצחק מקיל אין אזא אופן אויב דער אידישער שעיר-האלדער האט נישט קיין זכות צי וואוטען אין די קאמפעני'ס באשלוסען, ווייל ער הייסט נישט קיין בעלים
-
- שר מאה
- תגובות: 201
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am
Re: רבית ביי א קרעדיט יוניען
יא בנוגע שעיר האלדערס איז אויב רוב געלט איז נישט פון אידן דארף מען נישט חושש זיין, ווי אויך דאס וואס די כותב האט שוין געשריבן אז אויב האבן זיי נישט קיין וואוט אין די קאמפעני איז נישט קיין פראבלעם
Re: רבית ביי א קרעדיט יוניען
למעשה איז א פראבלעם צו נעמען א הלוואה פון א קרעדיט יוניען? וואס האלטן היינט רוב פוסקים?
-
- שר מאה
- תגובות: 201
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am
Re: רבית ביי א קרעדיט יוניען
עס איז כדאי יעדעס מאל עקסטער צו פרעגן א שאלה, ווייל געוויסע קאמפעניס קענען זיין אז אידן זאלן דאס אנפירן וואס דעמאלטס איז דאס א פראבלעם, מען קען רופן די בית הוראה לעניני רבית שע"י הרה"ג ר' פנחס וינד שליט"א פון דא אין אמעריקא אויף 845-493-8604 מען קען זיי רופן פון 8:00 אינדערפרי ביז 12:00 ביינאכט,