אין לובלינער הויף

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די יאר איז תרכ״ו ס׳איז ערב שבת שפעט נאכמיטאג, מרדכי בונם זיצט ווי אויף שפילקעס אין זיין קארעטע, ער שמייסט די פערד אן קיין רחמנות, ס׳איז א שעה צום זמן און אויב די פערדן יאגן זיך נישט אינטער וועט ער דעם שבת אויך מיזן פארבלייבן ערגעץ וואו אינטערוועגנס. היו לא תהי׳ נאך אזא דורכפאל פון א שבועות, דארף איך פאר יעדן פרייז אנקומען צום רבין!
די פערדן האבן געטוען זייער ארבעט, און פונקט צום זמן זעהט זיך מרדכי בונם ביים אריינגאנג צום שטאט לובלין, 10 מינוט שפעטער און ער שטייט שוין פארנט פון זיין אכסניא, געשווינד פלאצירט ער די צוויי פערד אין שטאל, די זיהן גייט שוין אט אט אינטער, ער יאגט אריין צי זיין צימער, צינדט ליכט לכבוד שבת. די וועג ביז צום שיהל נעמט א גוטע 15 מינוט, שטעלט ער זיך אין ווינקל דאווענען מנחה.

א פארסאפעטער פאלט ער אריין אינעם סאפע און זיינע מחשבות הייבן אן לויפן.. ציבראכן ביז גאר פארטיפט ער זיינע געדאנקען מיט ביטערע געפילן איבער וויאזוי די לעצטע וואך צוויי זענען ביי איהם פאראיבער, קודם ווי אויף צי מאכן אפאר איבעריגע דאלארען ביים מארק האט ער מוותר געווען צי זיין שבועות ביים רבין, און דערפאר איז ער פארבליבן אויף יום טוב אין אטוואצק ארומגענומען בלויז מיט פראסטע גוים, פארשטייט זיך אליינס וואס פארא פנים זיין שבועות האט שוין געהאט. און צום שפיץ האט ער פאר נאך אביסל תאוות הממון עובר געווען אויף חילול יו״ט רח"ל ווען זיין שכן אין האטעל א גוי האט איהם פארגעשלאגן א געשוואלענעם געשעפט און ער האט זיך ליידער נישט געקענט מתגבר זיין אויף די ניסיון און מיט פארשידענע היתרים אין בויך האט ער ליידער געמאכט דעם געשעפט אום יו״ט. ווער רעדט נאך פון די צוויי שחריתים וואס ער האט בשאט נפש פארפאסט.. אזוי אז דער גאנצער יו״ט פון קבלת התורה האט אויף איהם גארנישט געווירקט. וויאזוי באווייז איך מיר פארן רבין מיט אזא פנים, אזא שרעקליכער עבר? ס׳גייט דאך זיין געפערליכע בושות, מיינע עבירות קענען נאך מבלבל זיין דעם רבי׳נס הייליגע עבודה.. וואס טוט מען דא.. מרדכי בונם איז מחליט ביי זיך; ער גייט נישט אריין אין שוהל צים טיש, ער וועט שטיין אינטערן פענסטער און פון דארט מיטהאלטן דעם טיש.
אינגאנצן ציקלאפט און פארמשבר׳ט מאכט ער זיין וועג צים שיהל, ער שטעלט זיך אפ אינטערן פענסטער און בליקט אריין פון צווישן די לאדענס... ששששש... די רבי גייט זאגן תורה, ער שפיצט אן זיינע אויערן, ער הערט דעם רבי'נס הייליגע שטימע;


"שלמה המלך זאגט אין קהלת; לך אכול בשמחה לחמך כי כבר רצה האלוקים את מעשיך, מען קען טייטשן דעם פסוק אויף דעם שבת קודש פרשת נשא וואס מען ליינט געווענליך נאך שבועות. געוויס איז עס נישט קיין מקרה, מה דאך אין עניני עולם הזה געשעט נישט קיין שום זאך במקרה, כל שכן אין די הייליגע תורה איז קיין שום זאך נישט קיין מקרה, און די קביעות הפרשיות זענען פול מיט רמזים און סודות נפלאים, איז וואס איז דער ענין פון ליינען פרשת נשא נאך שבועות?

אין שיר השירים שטייט צאינה וראינה וגו׳ ביום חתונתו וביום שמחת לבו זאגט דער מדרש, ביום חתונתו זה מתן תורה וביום שמחת לבו זה בנין בית המקדש. דער פשט איז, חתונתו ווייזט אויף די גרעסטע נייחא וואס טוט זיך אפ, ווי באקאנט איז דער עיקר נייחא פון א מענטש אויף די וועלט ביום חתונתו, ווייל ביז צום חתונה איז ער דאך א פלג גופא און דעמאלטס ווערט דער מענטש א דבר השלם בדכר ונוקבא. ביז מען האט נישט חתונה ווערט ער כלל נישט אנגערופען אן אדם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק; זכר ונקבה בראם ויקרא את שמם אדם.
אט די בחינה פון נייחא וואס געשעט ווען מען האט חתונה, די שלמות פון חתנות טוט זיך אפ אין אלע עולמות. כידוע אז אלע ענינים בזה העולם איז נאר ווי א דוגמא צי די אלע עולמות העליונים, און אזוי ווי אויף דער וועלט איז דער עיקר נייחא ווען עס ווערט א חיבור פון דכר ונוקבא, דאס זעלבע אין אלע עולמות איז די שורש הנייחא ווען עס ווערט א יחוד צווישן משפיע מיטן מקבל.
און דער ענין איז געשען ביי מתן תורה אויף גאר גאר א שטארקע פארנעם, די התקשרות צווישן הקב״ה מיט כלל ישראל איז געווען מיט כל מיני שעשועים, אזוי ווי ס׳שטייט אין פסוק; והייתם לי סגולה וגו'

אבער אעפ"כ אפילו נאך די גרויסע נייחא, איז די הויכפונקט פון די שמחה הערשט ווען עס ווערט נתגלה דער קיום פון די נייחא, און דאס איז ווען עס ווערן געבוירן קינדער, וואס דעמאלט ווערט א פאקטישע קיום פון די זיווג און הערשט דעמאלטס איז די שמחה א פארטיגער.
דאס זעלבע איז דער ענין פונעם בנין בית המקדש און דער משכן וואס איז א וואוינ-ארט פאר די שכינה הקדושה צווישן אינז אידן אויף א אופן קבוע לעולם ועד. כאטש וואס נישט לאנג נאך מתן תורה איז דאך געווען דער גרויסער חטא העגל וואס האט גורם געווען א גאר שטארקער התרחקות, מיט דעם אלעם האט השי"ת אינז באפוילן תיכף דערנאך מען זאל בויען דעם משכן שיבוא הזהב ויכפר, וואס דאס ווייזט אז בשורש הפנימיות זענען אינז דבוק און מקושר צום אייבערשטן און אפי' נאך די ערגסטע זינד זענען אינז נאך אלס נאנט צום הייליגן טאטן אין הימל און אינז קענען שטענדיג אנקומען צי איהם. נישט קיין חילוק וויאזוי מיר קוקן אויס טוט זיך די שכינה אלס פאראייניגן מיט אינז.

און פארדעם תיכף נאך שבועות, דער יום טוב וואס דער אייבערשטער האט אינז געגעבן זיין תורה ליינט מען פרשת נשא וואס רעדט פון די הקמת המשכן, וואס איז דער עיקר שמחה נאך מתן תורה, ווייל דאס בויען דער משכן איז דאך די הכנה אז קדושת ישראל און דער יחוד פון כלל ישראל מיטן שכינה איז א קבוע, און עס טוט זיך נישט אוועקריקן פון אינז אפילו אויף איין רגע. אויכט ביי אלע מסעות האט מען מיטגענומען דעם משכן, וואס דאס ווייזט אז די קדושה גייט מיט מיט אינז איבעראל ווי אינז גיימיר, אפי' אינז געפונען זיך צווישן גוים און מען איז עובר אויף די ערגסטע עבירות, איז דער אייבערשטער דא מיט אינז. [און דער ענין איז אויך מרומז אין די קרבנות הנשיאים, בעגלות והבקר וואס זענען בבחי' מרכבה להקדושה צי מיטגיין מיט אינז, בוודאי יש בזה סודות גדולים כי נאמר מפי הגבורה קח מאתם און דאס איז קיים לעולמי עד]

און דאס איז וואס דער פסוק זאגט לך אכול בשמחה לחמך פרייטס ענק ווייל די קדושה איז געבליבן מיט ענק אפילו נאך די גרויסע זינד וואס האט נאכגעפאלגט מתן תורה, כי כבר רצה ווייל דער אייבערשטער איז נאנט מיט ענק און האט מוחל געווען אייער זינד.

די סדרא הייבט מען אן נשא את ראש בני גרשון גם הם לבית אבותם בני גרשון זענען די אידן וואס שפירן אז זייערע זינד האט זיי מגרש געווען פונעם אייבערשטן, זיי אנערקענען בגודל שפלותם ווי נידעריג און ווייט זיי זענען נאכן עובר זיין אויף די הייליגע תורה. הגם באמת ווי נענטער א איד איז צום אייבערשטן שפירט ער זיך אלס ווייטער (ווייל ער איז מער מכיר בגודל הקדושה) אבער די ווערטער גם הם ווייזט אויף די מענטשן וואס זענען טאקע שפלים צוליב זייערע הארבע עבירות און שווערע פגמים ווען זיי האבן אזויפיהל מאל געזינדיגט. אויף זיי זאגט אויך דער פסוק נשא את ראש! ווייל פאר אלע יודן איז דא א נשיאת ראש ווייל אלעס איז מרוצה ומתוקן, און מיט א לייכטקייט קען זיך יעדער איינער אומקערן צי זיין שורש וואס איז דער לבית אבותם.

דאס איז מרומז אין די ראשי תיבות נשא את ראש בני גרשון גם הם לבית אבותם איז בגימטריא רצ"ה וואס איז מורה אויפן תיקון און המתקה, און דאס איז דער עיקר שמחה כי כבר רצה האלוקים את מעשיך."



- תורת אמת; תרכ"ו בפרשת נשא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נחזור לענינינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחזור לענינינו »

זייער שיין יישר כח
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נחזור לענינינו האט געשריבן:זייער שיין יישר כח

גא"מ
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

הערליך
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

העי פיטאאאא A1! אונז פארלאנג׳מיר א וועכנטליכע מאמר

פארמשברט? פארבראך שטול׳ט?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22695
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

יש''כ.
אטוואצק איז געווען א מארק שטאט? כהאב געמיינט עס איז געווען א קיר ארט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

קיינמאל געהערט עס זאל זיין א מארק שטאט אבער א קוהר ארט איז עס זיכער נישט געווען
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א קשיא אויף א מעשה... ווי קומט מען פון גדאנסק קיין אטוואצק, דאס שטומט יא?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

יעצט געליינט און הנאה געהאט
סאיז א פיינע איינפאל
די שפראך איז געשמאק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אין די תוכן איז מוראדיג
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ס'פעלט די ענדע... וואס מאכט מרדכי בונם?

---
יישר כח! הערליך שיין!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שיין געשריבן
גוט געזאגט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

זייער שיין.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

אין לובלינער הויף - פרשת פנחס/ בין המצרים "זכרתי לך חסד נעוריך!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד

עס איז שוין אריבער א שיינע פאר וואכן זייט אינז האבן לעצט געהערט פון מרדכי בונם, ס'איז נישט געווען פראקטיש ארויסציגיין אויף א זוך אקציע נאך דעם פארשווינדענעם סוחר, אוואו איז ער אזוי פליצלינג נעלם געווארן?... האב איך געגעבן א דריי דעם זייגער א 155 יאר שפעטער.... זיצט אן אייניקל פון מרדכי בונם א אינגערמאן אין גרויס קלעם, ער גייט דורך שווערע צייטן, ער קען זיך נישט צאמנעמען, זיין קאפ איז אנגעפילט מיט שרעקליכע שווארצצע מחשבות, א געמיש פון קוקן טריפה'נע זאכן ציזאמען מיט די דעות פונעם ייצה"ר וואס פאלגט נאך און מאכט זיכער ער זאל זיך שפירן גענוג געפאלן און דערווייטערט פון אלעם הייליג. דער בעל דבר רעדט צי איהם: ס'איז נישט דא קיין וועג צוריק.. דיין קאפ איז שוין אינגאנצן קאליע... אפילו תשובה העלפט אייביג אבער דו קענסט עס נישט באווייזן. קוק כאטש נאך אביסל.. אוי וויי... ס'איז ביטער... פינסטערע מחשבות....

וואס טוט מען?.. מען נעמט ארויס א תורת אמת! תורת אמת! "ווי פינסטערער דער מצב איז אלס העכער קען מען גרייכן!" לערנט אינז דער הייליגער רבי וואך איין וואך אויס! נישטא קיין מצב וואס דער אייבערשטער האט באשאפן ס'זאל זיין שלעכט פאר א איד! און דערפאר קען מען זייער גרינג וויסן ווען דער קול אין אינזער קאפ איז דער בעל דבר וואס ליארמעט מיט פאלשע אינפארמאציע! די דריי וואכן, די שווערע טעג ביי כלל ישראל, איז אין לובלין געווען די שטערקסטע צייט זיך צי אויפבויען! הייבן מיר אן מיט א סעריע שמועסן גענומען פון הייליגן ספר תורת אמת, ד' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתיך...!



[align=center]**********[/align]


אין פרשת פנחס זעהט מען א גאר אינטערסאנטע זאך וואס מען זעהט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אין די תורה, נעמליך אז די תורה זאל אזוי שטארק אויסריהמען א מעשה פון א יחיד ווי דער תורה לויבט אויס פנחס אויף זיין מעשה קנאות. ומי לנו גדול פון משה רבנו ע"ה וואס ס'איז נישט צי משיג זיין וויפיל ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר כלל ישראל אין א יעדע צייט, ווי משה רבנו זאגט אליינס פאר די אידן אין גאנץ סדר דברים. ווי אויך אין תהילים שטייט "לולא משה בחירו עמד בפרץ לפניו להשיב חמתו וגו' און נאך עטליכע פלעצער, און אעפ"כ טרעפט מען נישט מפורש אין ערגעץ אז די תורה הקדושה זאל אויסלויבן די אלע מעשים פון משה רבנו אויף אזא פארנעם ווי דער תורה רימט דא אויס פנחס על דבר כזבי בת צור. דאס דארף א ביאור.


דער אמת איז אבער, אז די אלע זאכן וואס האט זיך אפגעטוהן מיט משה רבנו אינעם דור המדבר במשך די פערציג יאר איז נישט ציגעקומען צי דעם גרויסן מעשה פנחס, הגם ס'איז געוויס געווען אסאך סארט נפילות ביי כלל ישראל משום חוסר האמונה, זענען די אידן דאך געווען ציגעבינדן צים שורש. וויבאלד זיי זענען געווען אפגעהיטן בקדושת הברית אינעם מדת היסוד.
פון ווען די בני ישראל זענען געקומען אויף מצרים ביז צים סוף פון די פערציג יאר אין מדבר זענען זיי אלץ געווען דבוק בשורש, כידוע פון מדרש אויפן פסוק וישב ישראל בשיטים (וגם כי אחת היתה ופרסמה הכתוב, וגם היא לא היתה ברצון כי אם באונס, שעל פי דין תורה לא היתה מחויבת למסור נפשה, כידוע מענין אסתר קרקע עולם, וגם שהי' עוד יותר מאונס, כי סברה שהוא בעלה, וממילא מובן שלא היתה קלקול בקדושת הברית) נאר עס זענען פארגעקומען עטליכע זאכן וואס האבן געהאט אן אפקלאנג ווי א חסרון אין אמונה. און אוודאי איז דאס אויך נישט אזוי פשוט ווי אינז קוקן עס אן מיט אינזערע אויגן, מען רעדט דאך דא פון דעם דור המדבר דער דור דעה, וואס פארשטיי מיר אינז. נאר דאס זענען גאר דקות'דיגע ענינים ברוחניות, ווי דער הייליגער איזשביצער זצוקללה"ה האט געזאגט אויפן דור המדבר: ס'איז בעצם נישט געווען קיין שום פגם ביי זיי חלילה מצד תפיסת אדם, נאר מצד תפיסת השי"ת אין סוף ב"ה. וואס מיר קענען נישט משיג זיין, און מיט דעם טייטשט ער דעם פסוק ואומר עם תועי לבב הם, אז כביכול דער אייבערשטער זאגט "ואומר" איך זאג טאקע אז עם תועי לבב הם, זיי זענען נאכנישט ציגעקומען צים תכלית המכוון אבער והם אפילו זיי די גרויסע דור דעה די דור המדבר, לא ידעו דרכי, ווייל מצד די דעת דייקא איז נישטא קיין שום השגה בו יתברך ב"ה. נאר מצד אמונה, דהיינו מיט די כח פון אמונה וואס איז למעלה מן הדעת אזוי ווי ס'שטייט: 'אמונים נוצר ה' וגו' (און דאס איז דער פשט אין קהלת ויוסיף דעת יוסיף מכאוב כנ"ל בכוונת דברי רבנו הקדוש זצוקללה"ה)


אוודאי און אוודאי, משה רבנו וואס האט אזוי שטארק ממתיק געווען די אלע נפילות צוריק אומציקערן ישראל אל אבינו שבשמים, האט דערמיט געשאפן א געוואלדיגער נחת רוח ביים אייבערשטן, דאס איז דאך דער עיקר תכלית פון די גאנצע בריאה צי מהפך זיין מרירא למתיקא, נאר וויבאלד יענע אלע פגמים איז נישט געווען נוגע צים שורש ווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט אז כלל ישראל בשרשם זענען געווען מקושר ליסוד. דערפאר ווערט נישט דערמאנט אין די תורה קיין שבחים אויף משה רבנו'ס מעשים אין דעם.

לעומת זאת ביי פנחס איז שוין געווען גאר אן אנדערע מעשה, ס'איז געווען סוף פון די 40 יאר, און ס'האט זיך אפגעטוהן דער שרעקליכער פגם, א חילול אין קדושת הברית, און כנסת ישראל איז געשטאנען ביים שוועל פון נפסק ווערן פונעם שורש חלילה, קדושת היסוד איז די התקשרות פון מקבל און משפיע כידוע, די התקשרות פון קודשא בריך הוא מיט כנסת ישראל. און ווען די אידן האבן פוגם געווען אין דעם זענען זיי געשטאנען פאר א סכנה נוראה אז ס'זאל נפסק ווערן דער קשר בין שמים וארץ, דער מדת היסוד ווערט אנגערופען כל בשמים ובארץ כידוע. (דאחיד בשמיא וארעא, וכידוע מזוה"ק (ח"א לך לך צ"ג ע"ב) כל זימנא דישראל מקיימי האי ברית נימוסי שמיא וארעא קיימי בקיומייהו, וכל זימנא וכו'). דער נפילה איז געווען מאיגרא רמא לבירא עמיקתא רח"ל.

און ווען פנחס האט זיך אנגעקליידעט מיטן מקנא זיין קנאת השם מיט אן אש קודש צי ראטעווען כלל ישראל פון די שווערע נפילה, האט ער ברוב מסירת נפשו ממתיק געווען דעם גרויסן ירידה, ער האט צוריקגעקערט כלל ישראל פון די ערגסטע נפילה, צוריק צים שורש, אזוי ווי ס'שטייט ולא כליתי את בני ישראל. אוודאי איז דאס געווען א מעשה נפלאה וואס דער תורה איז נישט אומזינסט אזוי משבח. פנחס האט מיט די מעשה אויפגעטוהן אז עד סוף כל הדורות וועט נישט נפסק ווערן דער התקשרות קדושת ישראל צים שורש! און אפילו אויב עס וועט פאסירן א קלקול צי א געוויסן פרט וועט מען קענען זיך מתקן זיין און זיך אומקערן צים שורש. ווייל פנחס האט אויפגעטוהן אז די קשר קען זיך נישט ציטיילן און בהכרח איז דא א וועג צוריק!! אזוי ווי עס שטייט אין פסוק 'ויכפר על בני ישראל...' טייטשט דער ספרי כפר לא נאמר: אלא ויכפר: שתמיד הוא עומד ומכפר, פנחס שטייט היינטיגע צייטן און מאכט זיכער אז אידן ווערן נישט נפסק פון קוב"ה! מורא'דיג! חז"ל אין תנחומא זאגן "עדיין הוא קיים!" נורא נוראות!


[align=center]*********[/align]

מיר שטייען יעצט ביים אנהייב פון די ימי בין המצרים, די דריי וואכן וואס מיר זענען מרבה מיטן קלאגן אויפן חורבן, עס קען זיין דערפאר ליינט מען עפ"י רוב די פרשה פון פנחס אין די טעג, אין הקב"ה מכה לישראל אלא אם כן בורא להם רפואה תחילה, די מעשה פון פנחס איז אויך א הכנה צי דעם גאולה העתידה במהרה בימנו, כידוע אז פנחס איז דאך אליהו מלאך הברית, און דורך זיין דעמאלטסדיגן המתקה איז אינז געבליבן דעם כח צי מתקן זיין אלע פגמים אינעם יעצטיגן לאנגן גלות און צי מקבץ זיין אלע נדחים מארבע כנפות הארץ און דורך דעם זוכה זיין שוין צי ווערן אויסגעלייזט גאולת עולמים בב"א דורך די קדושה, קדושת היסוד, אזוי ווי עס שטייט הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא והשיב לב אבות על בנים וגו'


אין די הפטרה פון ירמיה ענדיגט מען: כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולותיך וגו' דער פסוק שאקלט אויף יעדן איד נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען זאגט עס. ווי מיר שמועסן יעצט קען מען גאר הערן א נייער גאר טיעפער באדייט אין דעם פסוק,
ס'איז ידוע אז דער עיקר כח התגברות התאוה קעגן די קדושה איז בימי הנעורים. דאס ווייסט יעדער איינער וואס ליינט די שורות זייער גוט וואס פארא שווערע נסיונות מען גייט דורך, ווי יונגער אלץ שווערער. פארדעם הייסט עס חטאת נעורים כידוע ווייל ס'איז קעגן דער חסד נעורים שבקדושה. און א יעדער איד וואס איז נשמר בקדושה בימי נעוריו, איז ביי איהם נשרש דער קדושה לכל ימי חייו, דאס איז דער פשט וואס דער נביא זאגט צי כלל ישראל 'זכרתי לך חסד נעוריך' ווייל בכלליות ישראל איז די גלות מצרים און די 40 יאר אין מדבר געווען די ימי הנעורים, און אין יענע אלע טעג זענען זיי געווען גאר שטארק מוגדר בקדושת היסוד, כאטש וואס זיי זענען געווען אין מצרים וואס איז דאך א מקום התגברות תאווה הזאת, ווי ס'שטייט אשר בשר חמורים בשרם וגו' און ווי דער זוהר זאגט 'בני ישראל עאלו ובני ישראל נפקו'

דורך די הייליגע ימי נעורים אין מצרים און אין מדבר, איז נשרש געווארן די קדושה פאר כלל ישראל לדורי דורות, וואס עד סוף כל הדורות וועט קיין שום פרט נפש מישראל נישט אפגעהאקט ווערן פון די קדושה לחלוטין ח"ו, ווייל אפילו אויב ס'וועט פאסירן א געוויסע פגם און קלקול אין דעם, קען מען דאס גרינג פאררעכטן!
אויב נאר מען היט זיך מהיום והלאה פון די אלע טמא'נע מעשים און אומריינע מחשבות און הסתכלות האסורים קען מען שטענדיג זיך אומקערן צי דער קדושה וואס איז דעמאלט געווארן איינגעפלאנצט ביי אינז כיתד שלא תמוט.
און דאס איז דער 'זכרתי לך' זכירה איז א געוויסע בחינה אין די קדושה (רזא דדכורא כידוע), 'חסד נעוריך' ווי שוין מסביר געווען אויבן, 'אהבת כלולותיך' די אהבה פון בחינת קדושת היסוד וואס איז נקרא כל, און דורך דעם איז קודש ישראל לה', וואס דער בחינת הקדושה טראגט דעם שם 'קודש' וואס איז נשרש בנו לעולם ועד.

כל אוכליו יאשמו רעה תבא עליהם נאום ה' נאכדעם וואס ס'איז נתקן און נמתק געווארן דער פגם פון די קדושה איז דער רעה נתהפך געווארן להיפוך, אזווי ווי ס'שטייט ביי פנחס, השיב את חמתי מעל בני ישראל' השיב' טייטשט צוריקקערן א זאך פון איין פלאץ צי די ריכטיגע פלאץ וואס איז געאייגענט פאר דעם. דהיינו ער האט צוריקגעקערט די חימה וואס איז געקומען פון התגברות ההיפוך, עס זאל גיין צי די מענטשן וואס זענען פון די סטרא אחרא, ווייל דאס איז דאך דער ענין פון המתקת הדינים, אז די דינים ווערן נתהפך על ראשן של רשעים און ס'איז שלום אויף די אידן אמן כן יהי רצון.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

Control + P
כוועל עס ליינען שפעטער, ס׳זעהט אויס זייער שיין
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

הערליך שיין יישר כח
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

;l;p-
אזוי ווי נאר סטאווי קאן!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

הערליך שיין!
אין וועלכע ביהמ"ד זאגסטו של"ש תורה?..
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

כ'האב פאריגע וואך געלערנט דעם שטיקל תורת אמת, אבער דו האסט עס אזוי שיין אראפגעלייגט און אזוי דורכדרינגליך גוט פארגעלערנט אזש ס'האט באקומען א גענצליך נייעם טעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדאוונע! יישר כח פאר'ן אפשרייבן מיט ברען
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22695
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אוקעיי איך גיי שוין איין אויף די חברותא פארשלאג.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטאוו׳ל ביזט אין די ראנג ליין דו וואלסט ווען געברויכט ארומגיין האלטן דרשות...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חמרא טבא האט געשריבן:קיינמאל געהערט עס זאל זיין א מארק שטאט אבער א קוהר ארט איז עס זיכער נישט געווען

פינקט באגעגענד אין דאס אידישע טאגבלאט א באריכט איבער דעם סטריקובע רבין: אויפן עצה פון דאקטאר איז ער געפארן קיין אטוואצק נאכן זיך שפירן שוואך...
1219201126.JPG
1219201126.JPG (24.61 KiB) געזען 1165 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ארויפגעברענגט לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון מרן רבנו הקדוש מלובלין זי"ע אשר מתורתו אנו חיין. זכותו יגן עלנו.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אין לובלינער הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אטוואצק איז געווען א קוהר ארט, איך האב ביי מיר א ביכל פון א יליד אטוואצק וואס שרייבט מעמוארן פון די זומער,
כמדומה לי אז אויך די יונגל קעמפ פון אגוד''י איז דארט געווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”