"איך דארף זאגן א דרשה" - וואו הייבט מען אן?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

"איך דארף זאגן א דרשה" - וואו הייבט מען אן?

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:06 pm

איך מוז רעדן ביי א שבע ברכות... איך דארף רעדן ביי א יארצייט סעודה... עס גייט זיין א שול מלוה-מלכה איך דארף זיין טשעירמאן וכו' וכו'. איך דארף זאגן א פאר ווערטער.
וועלכע ספרים זענען געאייגענט פאר איבערזאגן?
וואס טוט איר אין אזא מצב?
וועלכע ספרים האבן ביי אייך א חזקה אז דארט וועט מען עפעס זיכער טרעפן?
נאך מער --
וואס טוט מען ווען מ'איז ענג אין צייט? וועלכע ספר נוצט מען אין פאל פון אן עמערדזשענסי?

וויאזוי באשטימט מען וואס די נושא זאל זיין?
פון וואו הייבט מען אהן?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:15 pm

ממה נפשך; די וואס טויגן, האבן נישט דעם פראבלעם, און ווער נישט דארף נישט צוגיין.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:47 pm

רבי מאיר שפירא האט אויסגעלערנט זיינע תלמידים, איר קענט רעדן איבער אלעם, נאר נישט איבער צען מינוט..
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:51 pm

עס איז דא א יונגערמאן ווייסמאן וואס העלפט ארויס
845.248.5416
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 7:25 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:פון וואו הייבט מען אהן?


לדעתי. הייב אהן מער צום סוף....

ווער איז אינטרעסירט מיט'ן ערשטען האלב?

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:01 pm

להשיג לערנט אויס א מהלך צו קענען אויפקומען מיט א דרשה צו יעדן געלעגנהייט.
(נישט קיין באצאלטער אנאנס)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:05 pm

לאמיר אנהייבן מיט א ליסטע פון ספרים:
1)
2)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

יין שרף
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

תגובהדורך יין שרף » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:05 pm

איך בין בכלל נישט אין די ליין. אבער
1) א ווערטל (נישט קארני) איז די בעסטע צו אנגרייטן פאר די ערשטע זאך. עס עפענט אויף לב השומעים און מאכט זיי וועלן אויסהערן ווייטער. א זיסע מעשה'לע צו נאך אפאר ווערטלעך איז גוט אוועקצולייגן פאר אינמיטן דרשה ווען מען פארלירט שוין אביסל די עולם.

2) ס'איז נישט דוקא וואס מען זאגט נאר וויאזוי מען זאגט. אז מען פאנגט אן עפעס מורמעלן אונטערן נאז הערט קיינער נישט אויס, נישט קיין נפקא מינא ווי אינטרעסאנט די תוכן איז.

מען דארף אנפאנגן הויעך און קלאר, נישט קיין כ'האב מיר נישט צוגעגרייט, צו די מחותן האט מיר ערשט פריער געבעטן זאגן אפאר ווערטער וכדו'.. אנפאנגן מיט איי קאנטעקט מיטן עולם, ארומקוקען און א לייכטע שמייכל, און א איידעלע אבער הויכע קול, און נישט ארויסלייענען פון קיין ספר אדער צעטל, נאר זיך צוגרייטן פארדעם וואס דו גייסט זאגן, ובכלל זה...

3) וויסן ביי זיך וואס דו ווילסט יעצט זאגן, אויפטוהן אדער ארויסברענגן, נישט סתם מאלן וואסער שלא כסדרן, פאר דעם איז שוין דא א וואסער מילעכל.. ובכלל זה זיך מסדר זיין מיט א סדר וואס קודם וואס שפעטער, פארצייכענען ראשי דברים כסדרן.

4) לפי עניות דעתי איז נישט פאסיג פאר א טשעירמען/"רעדנער ביי שבע ברכות" צו געבן אזויגערופענע "דברי מוסר והתעוררות" אדער "הדרכה" חוץ אויב עס איז קלאר אז עס איז בבדיחותא (אפילו אויב די פאונטס זענען וועליד), bad enough וואס מען גייט באלד הערן פון די אנדערע דרשנים..

5) א מעשה האט א ספעציעלע סגולה צו איינגעזאפט ווערן, ספעציעל ווען עס איז א חלק ניכר פון די דרשה. עס זענען דא ביכער פאר מעשיות צוטיילט אויף ענינים, א מעשה אויף למעשה וכדו'. אבער די בעסטע איז א היינטיגע זאפטיגע אדער דראמאטישע מעשה, און בעיקר גוט אראפגעלייגט. פאר די מוסר השכל אדער פאונט קען מען שוין מדמה זיין מילתא למילתא, מוז נישט האבן קיין עכטע דירעקטע שייכות, כח כחו איז אויך גוט.
די ערענסטערע עולם איז אויך אינטרעסירט אין א גוטע מעשה, משא"כ די אנדערע עולם איז נישט אינטרעסירט אין קיין גוטע דרשה..

6) א ליקוט ספר איז זייער גוט פאר א תורה'לע אדער געדאנק, למשל חיים שיש בהם, כמוצא שלל רב, מטעמי שולחן שבת וכדו' יעדער לויט זיין טעסט. פאר חסידישע ספרים קען מען צומאל טרעפן א גרינגע תורה נאכצוזאכן פון די קונטרס אוצר פניני חסידות וואס קומט ארויס וועכענטליך, ווי אויך איז דא דארט מעשיות וועכענטליך.

א ערענסטע תורה לאז פארן דיין צו רב צו זאגן.

דברי ישראל און קדושת ציון איז גוט פאר שיינע געדאנקן אויפן פרשה. פאר א ווערטל אויפן פרשה איז גן יוסף געוואלדיג, ווי אויך אין back די ווערטלעך צוטיילט אויף ענינים איז מורא'דיג. אויך גוטע ווערטלעך און מעשיות מיט וואס אנצוהייבן און ענדיגן. מען קען טרעפן שיינע עניינים עה"ת און ספר פלאות עדותיך און אוצר פלאות התורה. פאר מעשיות עה"ת איז דא אוצר סיפורי צדיקי וגאוני הדורות??

פאר א סיום מסכת, איז גוט צו נאכקוקן א אינטרעסאנטע מהרש"א אדער בניהו/בן יהוידע אויפן מסכת. אויך קען מען נאכקוקן אין די מתיבתא גמרא אין back פאר שיינע ענינים וליקוטים און חסידישע ספרים אויפן גמרא (איך מיין עס הייסט כפתור ופרח, נישט זיכער).

פאר סתם א מלוה מלכה קען מען רעדן פון סיי וועלכע ענין עס קען נאר אריינקומען, און ווי פארשטענדליך פון אחדות/אהבת חברים. כח הרבים. בעש"ט/חסידות. געלט. סתם סיפורי צדיקים. פאר א ביהמ"ד מלוה מלכה קען מען אויך מוסיף זיין עניני תפילה (תפילה בציבור). צדקה.

פאר א שמחה קען מען קוקען און ספרים עה"ת וחסידות אין די פרשה פון יענע ענין. (כגון פדיון הבן אין פרשת בא און אין פרשת ראה?)

7) נישט מאריך זיין פינטל! נישטא קיין כלל ביי דעם. אויב די עולם עסט די מעין קארס קען מען רעדן פאר לענגער ווי אויב מען האלט שוין נאכן אייס קריעם. פאר ר' אברהם מרדכי מלאך איז דרייסיג מינוט א קיצור משא"כ צו מיר אויסהערן איז 10 מינוט אן אריכות... פאר א אינטרעסאנטע מעשה איז 15 מינוט ok, פאר א חת"ס איז 5 מינוט צו לאנג.

8) עס זאל זיך הערן כסדר ווי מען ענדיגט שוין רעדן... מען הערט ענדערש אויס ווען מען מיינט אז עס גייט נאר נעמען 5 מינוט ווי ווען מען ווייסט לכתחילה אז עס וועט נעמען 20 מינוט. (אבער נישט זאגן ליגענט כסדר "און מיט דעם גיי איך מסיים זיין"...)

תן לחכם ויעכקאם עוד.

יקים
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

תגובהדורך יקים » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:31 pm

א גוט ווארט נאך צוזאגן ביים אנהייב בשם בשם בעל הפרי מגדים, און דערנאך איז שוין לייכטער...
Screenshot_20191202-155652.jpg
Screenshot_20191202-155652.jpg (351.52 KiB) געזעהן 1479 מאל
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:14 am

יין שרף האט געשריבן:איך בין בכלל נישט אין די ליין. אבער
1) א ווערטל (נישט קארני) איז די בעסטע צו אנגרייטן פאר די ערשטע זאך. עס עפענט אויף לב השומעים און מאכט זיי וועלן אויסהערן ווייטער. א זיסע מעשה'לע צו נאך אפאר ווערטלעך איז גוט אוועקצולייגן פאר אינמיטן דרשה ווען מען פארלירט שוין אביסל די עולם.

2) ס'איז נישט דוקא וואס מען זאגט נאר וויאזוי מען זאגט. אז מען פאנגט אן עפעס מורמעלן אונטערן נאז הערט קיינער נישט אויס, נישט קיין נפקא מינא ווי אינטרעסאנט די תוכן איז.

מען דארף אנפאנגן הויעך און קלאר, נישט קיין כ'האב מיר נישט צוגעגרייט, צו די מחותן האט מיר ערשט פריער געבעטן זאגן אפאר ווערטער וכדו'.. אנפאנגן מיט איי קאנטעקט מיטן עולם, ארומקוקען און א לייכטע שמייכל, און א איידעלע אבער הויכע קול, און נישט ארויסלייענען פון קיין ספר אדער צעטל, נאר זיך צוגרייטן פארדעם וואס דו גייסט זאגן, ובכלל זה...

3) וויסן ביי זיך וואס דו ווילסט יעצט זאגן, אויפטוהן אדער ארויסברענגן, נישט סתם מאלן וואסער שלא כסדרן, פאר דעם איז שוין דא א וואסער מילעכל.. ובכלל זה זיך מסדר זיין מיט א סדר וואס קודם וואס שפעטער, פארצייכענען ראשי דברים כסדרן.

4) לפי עניות דעתי איז נישט פאסיג פאר א טשעירמען/"רעדנער ביי שבע ברכות" צו געבן אזויגערופענע "דברי מוסר והתעוררות" אדער "הדרכה" חוץ אויב עס איז קלאר אז עס איז בבדיחותא (אפילו אויב די פאונטס זענען וועליד), bad enough וואס מען גייט באלד הערן פון די אנדערע דרשנים..

5) א מעשה האט א ספעציעלע סגולה צו איינגעזאפט ווערן, ספעציעל ווען עס איז א חלק ניכר פון די דרשה. עס זענען דא ביכער פאר מעשיות צוטיילט אויף ענינים, א מעשה אויף למעשה וכדו'. אבער די בעסטע איז א היינטיגע זאפטיגע אדער דראמאטישע מעשה, און בעיקר גוט אראפגעלייגט. פאר די מוסר השכל אדער פאונט קען מען שוין מדמה זיין מילתא למילתא, מוז נישט האבן קיין עכטע דירעקטע שייכות, כח כחו איז אויך גוט.
די ערענסטערע עולם איז אויך אינטרעסירט אין א גוטע מעשה, משא"כ די אנדערע עולם איז נישט אינטרעסירט אין קיין גוטע דרשה..

6) א ליקוט ספר איז זייער גוט פאר א תורה'לע אדער געדאנק, למשל חיים שיש בהם, כמוצא שלל רב, מטעמי שולחן שבת וכדו' יעדער לויט זיין טעסט. פאר חסידישע ספרים קען מען צומאל טרעפן א גרינגע תורה נאכצוזאכן פון די קונטרס אוצר פניני חסידות וואס קומט ארויס וועכענטליך, ווי אויך איז דא דארט מעשיות וועכענטליך.

א ערענסטע תורה לאז פארן דיין צו רב צו זאגן.

דברי ישראל און קדושת ציון איז גוט פאר שיינע געדאנקן אויפן פרשה. פאר א ווערטל אויפן פרשה איז גן יוסף געוואלדיג, ווי אויך אין back די ווערטלעך צוטיילט אויף ענינים איז מורא'דיג. אויך גוטע ווערטלעך און מעשיות מיט וואס אנצוהייבן און ענדיגן. מען קען טרעפן שיינע עניינים עה"ת און ספר פלאות עדותיך און אוצר פלאות התורה. פאר מעשיות עה"ת איז דא אוצר סיפורי צדיקי וגאוני הדורות??

פאר א סיום מסכת, איז גוט צו נאכקוקן א אינטרעסאנטע מהרש"א אדער בניהו/בן יהוידע אויפן מסכת. אויך קען מען נאכקוקן אין די מתיבתא גמרא אין back פאר שיינע ענינים וליקוטים און חסידישע ספרים אויפן גמרא (איך מיין עס הייסט כפתור ופרח, נישט זיכער).

פאר סתם א מלוה מלכה קען מען רעדן פון סיי וועלכע ענין עס קען נאר אריינקומען, און ווי פארשטענדליך פון אחדות/אהבת חברים. כח הרבים. בעש"ט/חסידות. געלט. סתם סיפורי צדיקים. פאר א ביהמ"ד מלוה מלכה קען מען אויך מוסיף זיין עניני תפילה (תפילה בציבור). צדקה.

פאר א שמחה קען מען קוקען און ספרים עה"ת וחסידות אין די פרשה פון יענע ענין. (כגון פדיון הבן אין פרשת בא און אין פרשת ראה?)

7) נישט מאריך זיין פינטל! נישטא קיין כלל ביי דעם. אויב די עולם עסט די מעין קארס קען מען רעדן פאר לענגער ווי אויב מען האלט שוין נאכן אייס קריעם. פאר ר' אברהם מרדכי מלאך איז דרייסיג מינוט א קיצור משא"כ צו מיר אויסהערן איז 10 מינוט אן אריכות... פאר א אינטרעסאנטע מעשה איז 15 מינוט ok, פאר א חת"ס איז 5 מינוט צו לאנג.

8) עס זאל זיך הערן כסדר ווי מען ענדיגט שוין רעדן... מען הערט ענדערש אויס ווען מען מיינט אז עס גייט נאר נעמען 5 מינוט ווי ווען מען ווייסט לכתחילה אז עס וועט נעמען 20 מינוט. (אבער נישט זאגן ליגענט כסדר "און מיט דעם גיי איך מסיים זיין"...)

תן לחכם ויעכקאם עוד.

נישט פארגעסן צו טרינקען א גלזעזל יי״ש פארן רעדן.. און זאגן איננו שותה להנאת גופי כמנהג יארמע רב זז״ג.
גוטע נקודות הרב יי״ש.
גוטע עצה צו רעדן מיט א קול כמדבר איש אל רעהו נישט מיט א רעדנערישע שטימע וואס העלפט נאר פאר עכטע פראפעסינאלע רעדנער.
מיטגעהאלטן לעצטענס, א רב פון א שוהל פון איבער 300 מתפללים איז אפוועזנד געווען, און דער איידעם חדב״ן האט איבערגענומען די לייצעס ביי של״ס, ער האט אנגעהויבן זאגן דער ציבור האט שטיל געשמועסט, אזוי אינמיטן האט ער פארציילט א מעשה בענין, סאיז פלוצים געווארן שא שטיל...

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:19 am

אן איר אלטע עצה:
א גוטע אנפאנג, א גוטע ענדע, און זיי זאלן זיין נאנט איינס צו צווייטן...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 9:50 am

פאר איר שטעלט זיך אויף. מאכט ביי זיך קלאר. וואס איז מיין ראול מיט די דרשה.
1) בין איך א אינטעטעינער און איך דארף אונטערטעינען דעם עולם
2) דארף איך זאגען דברי התעוררות אויף א יו''ט אדער א נושא
3) אדער דברי הדרכה. א לעקשטער אראפצוגעבן א געוויסע מהלך
4) אדער סתם ארויסברענגען רגשי לבבו ביי א שמחה
די סטייל אין די מהלך איז געוואנדען לויט דיין פאזיציע און פארעם פון די דרשה.
דאס וועט דיר אויף געבן קלארקייט און מינימייזען סטעידש פרייד.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:08 am

געהערט פון א קליגע איד,

וואס געשעהט ווען איינער שלאפט צופרי איין שעה צו לאנג?

ער האט פארפאסט איין שעה פונעם טאג,

ווידעראום אויב איז ער געשלאפן איין שעה צו ווייניג?

האט ער פארפאסט דעם גאנצן טאג...

די זעלבע מיט א דרשה,

אויב האט איר גערעדט פינעף מינוט צו ווייניג,
האט איר אויסגעלאזט איין נקודה,

אויב האט איר גערעדט פינעף מינוט צו לאנג,
האט איר פארפאסט די גאנצע דרשה,
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:35 am

נאך עטליכע טיפס. וויפיל צייט כוועל יעצט האבען.
די ערשטע און וויכטיגסטע יסוד איז ''בלייב נאטורלעך''
ד''ה אז די שטעלסט זיך אויף רעדן. מיינט דאס לכאורה. אז דו האסט וואס צו פארקויפען.אדער אז צווישען חברים האסטו א גיטע שפראך וכדומ'. דער פראבלעם איז. ווען דו דארפט זאגען א דרשה.
איז פונקט ווי די קענסט רעדן פאר צוויי מענטשען באקוועם. דאס זעלבע קענסטו רעדן פאר 20 אדער 50 מענטשען. זאלסט נישט טוישען סטייל.
נאר זאלסט פשוט רעדן העכער אז יעדער סזאל זיך הערן.
אבער הייב נישט אן צו רעדן צו די וואנט מיט רעדנערישע פראזען. דאס טוט דיך דיסקאנקטען פונעם עולם.

דהיינו די דרשה זאל האבען די היימישקייט פון א שמועס דעמאלטס וועט דער עולם קאנעקטען צו דיר.
(דער כלל האט אמאל א יוצא מן הכלל. למשל ווען מדארף נוצען די ''עקטינג סקיללס'' אבער רוב עולם זענען נישט קיין עקטערס און רוב דרשות דארפט נישט קיין עקט. סדארף זיין נאטורלעך
נאך א כלל
shut up speak up stand up
שטעל דיך אויף גראד. דריי נישט די פיאות. לאן דיך נישט אן אויף קיין באטעל
מאך א לייכטע שמייכל. און רעד הויך און קלאר. נישט צו שטייט. נישט צו שנעל.
ברענג ארויס דיין פוינט באקוועם. און ענדיג דיין דרשה.
ווען איינער קומט צו.און זאגט דיר וואס האסטו אזוי שנעל גענעדיגט. דאס איז די בעסטע קאמפלימענט פאר א רעדנער.
די ''ענדינגס'' איז די וויכטיגסטע זאך פון די דרשה א שוואכע ענדיג קען אפהרגענען א גיטע דרשה.
המשך יבוא אי''ה
לעצט פאראכטן דורך סארקאזי אום מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:40 am

יידישע קהילות האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט א ליסטע פון ספרים:
1)
2)


חיים שיש בהם חלק א' http://hebrewbooks.org/55159
חיים שיש בהם חלק ב' http://hebrewbooks.org/55160
https://zbermanbooks.com/catalogsearch/ ... 7%95%D7%AA

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:33 pm

נפש׳ל האט געשריבן:געהערט פון א קליגע איד,

וואס געשעהט ווען איינער שלאפט צופרי איין שעה צו לאנג?

ער האט פארפאסט איין שעה פונעם טאג,

ווידעראום אויב איז ער געשלאפן איין שעה צו ווייניג?

האט ער פארפאסט דעם גאנצן טאג...

די זעלבע מיט א דרשה,

אויב האט איר גערעדט פינעף מינוט צו ווייניג,
האט איר אויסגעלאזט איין נקודה,

אויב האט איר גערעדט פינעף מינוט צו לאנג,
האט איר פארפאסט די גאנצע דרשה,

גענאגעלט!!

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 6:26 am

געהערט אמאל נאך זאגן פון ר יענקעלע פעשעווארסק זי"ע אז איינער האט אים געפרעגט אז ער דארף רעדן און ער ווייסט נישט אויב ער זאל רעדן לאנג אדער קורץ
האט ער אים גענטפערט אוודאי "קורץ"סשטייט און אבות רבי אומר איזוהי דרך ישרה שיבור לו האדם, כל שהיא תפארת לעושיה(ער דארף זיך נישט קיין סאך צוגרייטן)ותפארת לו מן האדם(זיי האבן נישט קיין געדולד צו הערן אזוי סאך)ודברי פי חכם(צדיק)חן
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:01 pm

לא לדרשה קאתינא
ארויסנעמען א צעטעל פון טאש און זאגן איך האב מיך נישט צוגעגרייט

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:25 am

דאס איז 1 זאך זיכער אז אנהייבען מיט די ווערטער 'לא איש דברים אנכי' איז שוין לאנג ארויס פון סטייל
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:35 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:דאס איז 1 זאך זיכער אז אנהייבען מיט די ווערטער 'לא איש דברים אנכי' איז שוין לאנג ארויס פון סטייל

ביי א שבע ברכות קענסטע אנהייבן אזוי מנהג ישראל תורה אז א בעל דרשן שטעלט זיך אויף רעדן זאגט ער לא איש דברים אנכי און נאכדעם גייט ער אויף די נערווען פאר 15 מינוט וואסע פשט? נאר מ׳זעהט אז סדר דברים הייסט משנה תורה ווייל סיז א קיצור פון די גאנצע תורה דאס זאגט דער רעדנער לא איש דברים אנכי איך רעד נישט בקיצור...
און מיט דעם קען מען פארשטיין די גמרא זאגט אגרא דבי הילולא מילי זאגט רש״י לשמח את החתן וויאזוי בדברים דורך רעדן בקיצור
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט