די נבילה וטריפה פרשה אין מאנסי לאור ההלכה והשקפה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

די נבילה וטריפה פרשה אין מאנסי לאור ההלכה והשקפה

תגובה דורך קרעמער »

עס קאכט זיך יעצט א קעסל ווי שוין לאנג נישט געווען אין דער אידישער געשיכטע, ווען עס איז באקאנט געווארן אז א געשעפט אין מאנסי, האט ליידער פארקויפט בשר נבילה וטריפה בשאט נפש אין לויף פון עטליכע אדער מערערע וואכן.

די שערוריא האט זיך קוים אנגעהויבן, און עס איז שווער פאראויסצוזאגן וואס עס וועט זיך דארט אויסקאכן, רבנים, דיינים, ביזנעסלייט, סתם עמך אידן, יעדער האט א דעה, א ווארט, א קלער, א דערהער, און מפי השמועה הערן מיר אז מאנסי פארט יעצט אויף אזעלכע רעדער וואס קענען איר אויפהייבן און אוועקטראגן פון ארט...

מיט רשות פון רוב פון די מנהלים עפן איך דא אן אשכול וואו דער חשוב'ער עולם זאל מיטטיילן זייערע דעות און השקפות אין די נושא, אזוי ווי שטענדיג פארלאזן מיר זיך אויף אייער שכל הישר נישט ארויסצוגיין פון די גבולי תקנות הקרעטשמע.

--------

פרייטאג צונאכטס אין שוהל האט א אינגערמאן אויפגעמערקט אן אינטערסאנטע נקודה, וואס מענטשן רעדן נישט דערפון: ער זאגט אז דער שייגעץ (אויב עס וועט נתברר ווערן אז ער האט טאקע במזיד מכשיל געווען אידן רח"ל) האט דא עובר געווען אויף די איסור פון גניבה וגזילה, מיטן אפפאפן אידן און נעמען פון זיי טייער געלט אויף טריפה פלייש וואס קאסט גאר ביליג, וואס דער איסור איז נאך אזוי הארב ווי מאכיל זיין אידן נבילות וטריפות.

וואס איז די איסור פון מאכיל זיין אנדערע אידן מיט נבילות וטריפות? "לפני עור לא תתן מכשול"! עס איז א לאו דאורייתא, אבער גארנישט הארבער ווי גניבה וגזילה!

איך קלער נאר יעצט, אז ביי גזילה איז נישט דא קיין מלקות, ווייל עס איז א לאו הניתק לעשה, ער קען מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובה דורך cano »

איך ווייס גאר ווייניג פרטים פון די מעשה אבער וואו איך האב געהערט האט דאס א גוי פארטוישט בזדון וואס דעיס אליין ווייזט אז דארט פלעגט אפט פאסירען בשר שנתעלם מן העין קערעקט מי איף איי העוו די סטארי ראונג
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובה דורך התאחדות »

קרעמער דאס איז נישט גערעכט, קודם דא רעדט מען דאך נישט פון די איסור וואס דער בעה"ב האט געטוהן, דער עיקר פראבלעם איז דא, אז אידן זענען נתפטם געווארן מיט נבילה, אלזא קען טאקע זיין אז די עבירה איז כמעט די זעלבע דא ווי דארט, אבער די ווייטאג ביים ציבור איז אז זיי זענען נתפטם געווארן יארן לאנג פון נבילה וטריפה רח"ל.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובה דורך צום זאך »

וואספארא גוט יאר האט מען אויפגעוועקט דעם אשכול איצטערט?..
ווער עסט דען טריפה פלייש אין די ניין טעג?...
לעצט פארראכטן דורך צום זאך אום זונטאג יולי 26, 2009 12:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: די נבילה וטריפה פרשה אין מאנסי לאור ההלכה והשקפה

תגובה דורך Zeltzer »

-2022-09-05-at-7.17.33-PM.jpeg
-2022-09-05-at-7.17.33-PM.jpeg (110.6 KiB) געזען 865 מאל
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: די נבילה וטריפה פרשה אין מאנסי לאור ההלכה והשקפה

תגובה דורך שירו לו »

ביידע מעשיות פאסירט אין חודש אלול
מ'דארף תשובה טון
פארשפארט

צוריק צו “כשרות המאכלים”