מעדנים לנפשך

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

מעדנים לנפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק רבי יחיאל ממוש זצ"ל (ער איז געווען א תלמיד פון הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זצ"ל) פלעגט זאגן:

"רבונו של עולם, זיי מבטל דעם יצר הרע פון די אידן, אפילו נאר איין נאכט,
וועסטו זעהן וואספארא טייערע לעכטיגע אידן זיי זענען!"

(תורת אבות)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זצ"ל האט געזאגט:

"רבונו של עולם, אזוי ווי מיר דינען דיר, אפילו מיר זעהן דיר נישט,
אזוי זאלסטו אויך טוהן אונזערע רצון, אפילו דו זעהסט אין אונז גארנישט!"

(בישישים חכמה)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

בשם אחד מהצדיקים:

אויב וועט מען אים פסקענען אין הימל אז ער דארף גיין אין גהינום,
וועט ער מאכן א ברכה 'אשר קדשנו במצוותיו וצונו לילך לגיהנום' - ווייל דאס איז רצון ה'

(ימות עולם)

איינער האט זיך אמאל אפגערעדט פאר הרה"ק רבי יוסף יצחק מליובאוויטש זצ"ל אויף געוואוסע זאכן פון זיינע התנהגות וואס טויגן נישט.
האט אים הריי"צ געזאגט:
"פארוואס טראכסטו אזוי פיל וועגן זיך? טראכט וועגן אויבערשטן!"

(וואס געדענקסטו, עמ' 44)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יישר כחכם. קיפ איט קאומינג.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הגה"ק מרן החתם סופר זצ"ל האט געזאגט אין זיינע עלטערע יארן פאר זיינע קרובים:

"איך פיל אז עס איז שוין געקומען דעם צייט וואס איך וועל גיין פון דער וועלט,
ווייל אלע מצוות וואס איך דארף טוהן, קומט מיר אן זייער גרינג, אן א פלאג!"

(ארחות הסופר)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גיי אן ווייטער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"צ רבי בער וואלף מיאקאטערינסלאוו זצ"ל (פון די חשובע חסידים פון... חב"ד) האט געזאגט:

"דער וועלט איז יעצט ביים סוף פון די בירורים, (אזוי ווי מיר ווייסן אז אינזער עבודה אויף דעם וועלט איז 'ארויסצוקלויבן' = מברר זיין, אלע הייליגע ניצוצות פון די קליפות) און וועגן דעם שטארקט'זיך די כח פון די קליפה מיטן גאנצע קנאק, אזוי ווי א משל ווען צוויי מענטשן שלאגן זיך, און איינער שטארקט'זיך און דערשלאגט דעם צווייטען צום טויט, זעהט מען אז יענער ווארפט זיך מיט אלע כוחות פאר ער גייט אויס, ער ניצט אויס אלע זיינע איבערגעבליבענע כוחות,
ווען מען זעהט היינט דעם שטארקן כח פינעם קליפה זעהט מען אז מע האלט שוין ביים סוף!"

(וואס געדענקסטו עמ' 95)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זצ"ל האט געזאגט:

"פאר משיח וועט קומען וועט זיין פאר א פשוטע מענטש גוט ברוחניות און בגשמיות, פאר א איידעלער איד (אדם חשוב) וועט זיין שווער ברוחניות און בגשמיות.
אינגעלייט וואס וועלן ווילן פילן א טעם אין אידישקייט, וועלן דארפן ראסן די האר פון קאפ, עס וועט זיין א גרויסע הסתר, מען וועט גארנישט פילן.

פארוואס זאג איך עס ענק? ווייל איך וויל מען זאל וויסן דערפון, און מען זאל נישט זיין געפאלן ביי זיך ווען מען קומט אן צו אזא מצב ח"ו"

(אוצר ישראל)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק רבי משה מקאברין זצ"ל האט געזאגט בשם צדיק אחד:

"מלאך'ל מלאך'ל א קונץ דו ביסט א מלאך",
"ווען דו זיצט אויבן אין הימל דארפסט נישט דארט עסן, נישט טרינקען, און נישט געבוירן קינדער און זיי מפרנס זיין.
נידער אראפ דא אויפן ערד, וועסט אויך דארפן עסן, טרינקען, און געבוירן קינדער, וועלן מיר זעהן אויב דו וועסט קענען זיין מלאך... אבער נישט ווען ביסט אויבן אין הימל."

(אמרות משה)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

א ש׳כח אייך... ס׳א געוואלדיגע ליקוט!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

לעכטל האט געשריבן:הרה"צ רבי בער וואלף מיאקאטערינסלאוו זצ"ל (פון די חשובע חסידים פון... חב"ד) האט געזאגט:
"דער וועלט איז יעצט ביים סוף פון די בירורים, (אזוי ווי מיר ווייסן אז אינזער עבודה אויף דעם וועלט איז 'ארויסצוקלויבן' = מברר זיין, אלע הייליגע ניצוצות פון די קליפות) און וועגן דעם שטארקט'זיך די כח פון די קליפה מיטן גאנצע קנאק, אזוי ווי א משל ווען צוויי מענטשן שלאגן זיך, און איינער שטארקט'זיך און דערשלאגט דעם צווייטען צום טויט, זעהט מען אז יענער ווארפט זיך מיט אלע כוחות פאר ער גייט אויס, ער ניצט אויס אלע זיינע איבערגעבליבענע כוחות,
ווען מען זעהט היינט דעם שטארקן כח פינעם קליפה זעהט מען אז מע האלט שוין ביים סוף!"

(וואס געדענקסטו עמ' 95)

מובא הרבה פעמים בדברי יואל עפ"י דברי המדרש שמואל בשם החסיד הובא דבריו בתוס' יו"ט אבות פ"ה מ"ה בביאורו על הנסים שנעשו לכה"ג ביום הכיפורים
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לעכטל האט געשריבן:בשם אחד מהצדיקים:

אויב וועט מען אים פסקענען אין הימל אז ער דארף גיין אין גהינום,
וועט ער מאכן א ברכה 'אשר קדשנו במצוותיו וצונו לילך לגיהנום' - ווייל דאס איז רצון ה'

(ימות עולם)

ובשם כמה צדיקי בית סלאנים: איך האב ניט מורא פארן גיהנום! וואס טוט מען דען אין גיהנום? מען זאגט אבל אנחנו חטאנו ואתה צדיק על כל הבא עלינו! נו, איז דען נאך פארהאן עפעס בעסערס ווי א קלארע הכרה בהנהגת השם?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

א געוואלדיגער אשכול דאס,

ש'כח פאר אלע מגיבים!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ח רבי דודי'א קמינצר ז"ל (פון די גרויסע חסידי סאדיגורא) האט אמאל געזאגט;

אז ער האט געהאט א חבר וואס האט נאך זוכה געווען צו זיין איינמאל ביי הרה"ק רבי ישראל מרוזין זצ"ל, און ער האט אים פארציילט אז ווען ער איז געשטאנען אריינצוגיין פאר א ברכה, האט ער געהערט ווי די רוזינער וואונשט איינעם,
"זאלסט האבן א סאך געלט און ווייניג ערליכקייט" און ווען איך האב עס געהערט האב איך געטראכט אז הלוואי זאל איך אויך באקומען אזא ברכה, און אזוי איז געווען, ביים אריבערגיין האט מיר די רבי געוואונטשן "זאלסט האבן א סאך געלט און ווייניג ערליכקייט", און האט געזאגט:
"יונגערמאן, ווייסטו וואס מיר מיינען, אז וויפיל געלט מען האט, זאל מען זאגן אז ס'איז א סאך, און וויפיל ערליכקייט מען האט זאל מען אלץ האלטען אז ס'איז ווייניג".

(עירין קדישין)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

Graphic24 האט געשריבן:א ש׳כח אייך... ס׳א געוואלדיגע ליקוט!

תודה פאר אלע חשובע אידן, פאר מגיב זיין!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

איימאל איז הרה"ק רבי משה מפשעווארסק זצ"ל געפארן מיט א פערד אויפן וועג, און ס'געווען א שטארקע שלאקס רעגן, די פערד איז אריינגעפאלן אין א גרוב און ער האט נישט געקענט ארויסגיין. האט רבי משה געזאגט:

"רבונו של עולם, איך ווייס אז די גאנצע מעשה דא איז געשעהן נאר ווייל דו ווילסט אז איך זאל תשובה טוהן, דא אין דע גרוב קען איך נישט תשובה טוהן;
"אנא הוציאנו מהבור, אז אעשה תשובה..."

(אוצר ישראל)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק רבי יחזקאל מקוזמיר זצ"ל האט געזאגט:

וואס איז די חילוק צווישן א חסיד און א מתנגד, א מתנגד איז אזוי ווי 'קאנדל צוקר' (זעהט מיר אויס עפעס אזוי ווי א קענדי...), וואס איז זייער זיס, אבער עס מאכט נישט זיס אנדערע. אבער א חסיד איז אזוי ווי 'געהעריגע צוקער' וואס קען יא זיס מאכן פאר אנדערע, אפילו ער צוגייט דערפאר...

"איך זאל צוגיין אבי צו יענעם זיס מאכן!"

(אוצר ישראל)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הגה"ח רבי זלמן בריזל (מיקירי ירושלים) זצ"ל פלעגט זאגן:

די גמרא זאגט (ברכות ד:) 'כל האומר תהלה לדוד שלש פעמים בכל יום, מובטח לו שהוא בן העולם הבא'.
נו, אויב א איד קען זאגן דריי מאל א טאג (דאס וואס מען זאגט סוף פונעם קאפיטל) "מעתה ועד עולם - א נייע זלמן", איז ער טאקע א בן עולם הבא!

(באר הפרשה)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הגה"ק רבי שמואל מסאלאנט זצ"ל האט אמאל שטארק מוחה געווען אנטקעגן א געוויסע סוחר אויף זיינע שלעכטע מעשים, און האט גע'אסרט צו קויפן אין יענע געשעפט, ביז יענער וועט זיך אפטוהן פון זיינע שלעכטע מעשים,
דער יענער איז געווארן זייער אויפגערעגט, און איז געקומען צו אים מיט קולות, זאגענדיג אז אויב וועט ער נישט צוריק-צוען פון זיין איסור, וועט ער צוברעכן אלע זיינע פענסטערס פון זיין הויז.
מיט סבלנות האט אים רבי שמואל גענטפערט:

"וואס מיינסטו, איך וועל שווייגן?!
איך וועל גלייך רופן א בעל מלאכה ער זאל לייגן נייע פענסטערס"!

(בטוב ירושלים)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק רבי מרדכי חיים מסלאנים זצ"ל פלעגט אסאך איבער'חזרן בשם הרה"ק רבי מענדלי מוויטעבסק זצ"ל:

איך טענה שטענדיג מיט די יונגעלייט פארוואס זענט איר נישט פריילעך?
טאמער וועט איר זאגן: עס פעלט אונז מצוות, עס פעלט אונז תורה,

חז"ל (עירובין עט.) זאגן אונז אבער אז 'פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון' אויב איז דא תורה און מצוות פארוואס ווערן זיי אנגערופן 'פושעים'?
"ווייל זיי מאכן די מצוות אן שמחה"

(מזקנים אתבונן)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק בעל האמרי חיים (מוויזניץ) זצ"ל האט אמאל געזאגט:

"ביי מיין הייליגען טאטן (בעל אהבת ישראל זצ"ל) אין שטוב, האבן מיר געלערנט, אז פון בייגן דעם קאפ האט מען נאך קיינמאל נישט דערלייגט!..."

(שרפי קודש)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הגה"ק מסאטמאר זצ"ל האט אמאל געזאגט:

"וואס א גוטע מדה ברענגט קען די גרעסטע מצוה נישט ברענגען,
וואס א שלעכטע מדה ברענגט, קען די גרעסטע עבירה נישט ברענגען".

נאך האט ער געזאגט:
"א מענטש קען אדורך לערנען גאנץ ש"ס, מיט אלע פוסקים, אבער מסכת מדות האט ער נאך נישט אנגעהויבן..."

(תפארת יואל)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

א הערליכע ליקוט! ישר כח לעכטל!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הרה"ק רבי לוי יצחק מברדישוב זי"ע האט געזאגט:

"הלואי וואלט איך געווען פרעה, און איך וואלט איינגעזונקען אין די ים, וואלט איך זוכה געווען עס זאל געהייליגט ווערן די נאמען פון באשעפער דורך מיר"

(בינת ישראל)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”