מעדנים לנפשך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 11:14 pm

הרה"ק רבי משה לייב סאסוב'ער זצ"ל האט געזאגט:

"צו יעדע אבר פון דעם מענטש האט דער אויבערשטער באשאפן א כוסוי (דעקל) די אויגן (Eyelids), די אויערן (Earlobe), פאר דעם מויל (lips),
פאר די מחשבה וואס איז אין די מח איז די דעקל 'די מדה פון שמחה'!"

(צוואת הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זצ"ל)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:42 am

Wow ביסטו לעכטיג
טעיק איט איזי

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:22 am

איינמאל איז איינער אריין צו הרה"ק מסאטמאר זצ"ל און האט אים געזאגט:
מיין רוחניות'דיגע חלק איז ב"ה פיין, אבער די גשמיות'דיגע חלק ברויך איך א בעסערונג...
האט אים די רבי געפרעגט: וואס מיינסטו צו זאגן די רוחניות'דיגע חלק?!
האט ער גע'ענטפערט: איך לערן א שיעור אין בהמ"ד יעדן טאג, וכו' וכו'
האט אים די רבי געזאגט:

"רוחניות איז דאס וואס דער מענטש טוט אין זיין צימער, ווען קיינער זעהט אין נישט"

(תפארת יואל)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:24 am

איינמאל איז אריינגעקומען צום בית המדרש פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע אן אלטען ספרדי, מען האט געזעהן אויף זיין פנים אז ער איז זייער טרויערדיג, האט אים רבי אברהם געפרעגט: פארוואס זענט איר אזוי טרויערדיג?
האט ער גע'ענטפערט: ווייל כ'ווייס נישט פארוואס כ'לעב, כ'טוה דאך גארנישט אויף...
האט אים רבי אברהם געענטפערט:

"ר' איד, עס איז כדי איר זאלט לעבן 80 יאר, נאר כדי צו לייגן 'איין מאל' תפילין, אפילו אזוי ווי דו לייגסט עס..."

(אוצר ישראל)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:25 am

הרה"ק רבי נח מלעכאוויטש זי"ע ווען ער האט גערעדט פון די פריעדיגע צדיקים פלעגט ער זאגן:

"באמת זעמער אפילו נישט ראוי צו דערמאנען זייערע הייליגע נעמען, אבער היינט זענען אונז מער פון זיי...
אמן יהא שמיה רבא, זאגן אונז...

(מאמר מרדכי)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט