היסטארישע קול קורא קעגן די שרעקליכע פּירצה פון "ביטול קידושין"

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

היסטארישע קול קורא קעגן די שרעקליכע פּירצה פון "ביטול קידושין"

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:32 pm

ב"ה
אַנערקענטסטע גדולי ומאורי ישראל שליט"א פון אַלע שיכטן און קרייזן פאַראייניגט אין הייליגע מערכה קעגן שרעקליכע פּירצה פון "ביטול קידושין"
קול קורא און מכתבי קודש פון רבנים הגאונים שליט"א קומען אַרויס בקול גדול מיט דעת תורה בהירה אַז "ביטול קידושין" האָט קיין שום תורה'דיגן האפט און קראַפט


ניו יאָרק. – אַריינטרעטנדיג אינעם יום טוב סוכות ווען אידן זענען אַרומגענומען מיט די הייליגע ווענט, צו זיין מופרש ומובדל פון דעם זרם העולם, טרעט כלל ישראל אַריין אינעם זמן שמחתינו מיט א ריכטיגן שמחת יום טוב, ווען עס רייסט זיך אַרויס פון טיפן האַרצן דער "ברוך שמסר עולמו לשומרים" נאָכדעם וואָס עס ערשיינט די טעג דער "קול קורא" אויף וואָס עס זענען אונטערגעשריבן די סאַמע גרעסטע גדולי דורינו שליט"א פון אַלע שיכטן און קרייזן, צו שטעלן א פעסטן ווידערשטאַנד קעגן די פּירצה נוראה פון "ביטול קידושין" איבער וואָס די גדולי ישראל זענען אַריינגעטון שוין חדשים לאַנג צו פאַרזיכערן אַז די פּירצה פאַרשפּרייט זיך נישט ווייטער בקרב עדת ישראל, און אַז כלל ישראל בלייבט הייליג און ריין, והי' מחנינו קדוש.
די פּירצה נוראה פון "ביטול קידושין" איז אין די לעצטע חדשים אויפגעקומען אויפ'ן אויבערפלאַך אויפ'ן טיש פון די גדולי ישראל שליט"א וועלכע האָבן דן געווען איבער דעם נושא, נאָך א שרעקליכן מכשול וואָס האָט פּאַסירט אין די לעצטע תקופה ווען די פּירצה האָט צום ערשטן מאָל פּאַסירט אין די היימישע ניו יאָרק, א מכשול נורא וואָס האָט אויפגעשוידערט יעדן איד, ובפרט די גדולי מאורי ישראל וועלכע האָבן גלייך פאַרשטאַנען דעם צו השעה איבער דעם נויט וואָס דאַרף אונטערגענומען ווערן תיכף ומיד אָפּצושטעלן די פּירצה בעוד מועד אַז עס זאָל חלילה זיך נישט ווייטער פאַרשפּרייטן. אַצינד איז ערשיינט דער קול קורא צוזאַמען מיט מכתבים פון נאָך גדולי ישראל, וועלכע שרייבן אַלע פה אחד אַז דער מעטאָד פון "הפקעת קידושין" איז מופרך מעיקרא, ולא תהא כזאת בישראל מתיר צו זיין ח"ו אן אשת איש אויף אַזאַ מפוקפק'דיגן און לעכערליכער סמך פון "הפקעת קידושין".

מכשול גדול

ווי שוין באַריכטעט מיט עטליכע חדשים צוריק, האָט דער מכשול פּאַסירט דורך דעם א. ג. בי"ד מיטן נאָמען "בי"ד בינלאומי לעניני אישות" ביי וועלכן קלי הדעת וואָס זייען אן חורבנות ביי כלל ישראל, פאַרשפּרייטן ליידער דעם א. ג. היתר פון הפקעת קידושין, אין פאַל עס מאַכט זיך ל"ע אַז א פרוי האָט שוועריגקייט צו באַקומען א גט, אָדער אין פאַל א מאַן האָט א שוועריגקייטן צו געבן א גט, קומט דער דערמאַנטער בי"ד אויף מיט לעכערליכע אויסריידן צו טרעפן עפּעס אן אתמלא צוליב וואָס די קידושין האָט כלומר'שט נישט חל געווען מתחלה אן, און אויף אַזעלכע אויסגעזויגענע און לעכערליכע התירים אָן קיין שום האפט, פאַרלאָזט מען זיך ליידער אויף אַזעלכע חמורות שבחמורות פון מתיר זיין אן אשת איש לעלמא.
ליידער האָט דער שרעקליכער מכשול געברענגט דערצו אַז אין איין פאַל האָט א פרוי אין די היימישע באָראָ פּאַרק, א ריכטיגע אשת איש שוין חתונה געהאַט אויפ'ן סמך פון אַזאַ גט, וואָס איז א מכשול נורא וואָס האָט שוין לאַנגע דורות נישט פּאַסירט ביי כלל ישראל.
די פּרטים פון דעם מכשול איז דאַן אָנגעקומען צום טיש פון די חבר הבד"ץ פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא, וועלכע זענען אויפגעשוידערט געוואָרן צו הערן אַז אַזאָנס האָט ליידער פּאַסירט ביי כלל ישראל, א מכשול נורא וואָס קען זיין א בכי' לדורות ממש. די גדולי הרבנים שליט"א האָבן שווער געקענט גלייבן אַז אין די היינטיגע תקופה ווען אַלעס איז אָפן פאַר יעדן, און ס'איז שוין נישט שייך זיך אויסצובאַהאַלטן און זיך צו פאַרשלייערן, זאָל נאָך קענען פּאַסירן אַזאַ שרעקליכער מכשול וואָס אויסער דעם עצם מכשול קען דאָס ברענגן א שרעקליכער בכי' לדורות ותוצאותיו מי ישורנה.
ביי דעם שרעקליכן פאַל, האָט מען אין די שטאָט באָראָ פּאַרק ליידער מתיר געווען א אשת איש לעלמא ר"ל, אויפ'ן סמך פון ביטול קידושין, דאָס הייסט אַז אַנשטאָט אויסוואַרטן ביז דער מאַן וועט זיך ברעכן און געבן א גט כדת וכדין, האָבן די א. ג. רבנים אויסגעטראָפן א היתר, דורכ'ן טרעפן א לעכערליכע אתמלא צוליב וועלכן די קידושין פון דעם מאַן מיט די פרוי האָט קיינמאָל נישט געהעריג חל געווען, און אויף אַזאַ זינלאָזער סמך האָט מען זיך פאַרלאָזט ביי די חמורות שבחמורות וואָס איז פאַרהאַן ביי כלל ישראל, מתיר צו זיין אן אשת איש נאָכאַמאָל חתונה צו האָבן ר"ל.

אסיפות הרבנים איבער די וועלט

עס איז דאַן אָפּגעהאַלטן געוואָרן א שטורמישע אסיפה אין צענטראַלן לשכת הבד"ץ פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאַנאַדא בראשות פונעם ראש בית דין הגאון הגדול מגדולי עמודי הוראה רבי מנחם זכרי' זילבער שליט"א גאב"ד פריימאן ובעל מאזני צדק, ביי וועלכן די רבנים הגאונים שליט"א האָבן געהערט די גביית עדות איבער דעם מכשול נורא – ווי שוין לענגער באַריכטעט בשעתו אין אונזער צייטונג – וואָס האָט נאָכגעפאָלגט מיט עטליכע שטורמישע אסיפות הרבנים אין אַלע חדרי'שע געגענטער, אין ניו יאָרק בארא פארק, וויליאמסבורג מאנסי און לעיקוואד, ביי וועלכן די רבנים פון אַלע קרייזן האָבן געהערט די שרעקליכע פּרטים איבער דעם מכשול נורא, און איבער די דרכי הפעולות וואָס דאַרף אונטערגענומען ווערן אָפּצושטעלן דעם מכשול בעוד מועד, כדי אַז עס זאָל ח"ו זיך נישט ווייטער צושפּרייטן אין אַנדערע מקומות.
אין די זעלבע צייט איז דער שטורעם אָנגעקומען איבער דער גאָרער וועלט, ובכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע זענען די רבנים הגאונים יושבים על מדין אויפגעציטערט געוואָרן צו הערן איבער די פּירצה נוראה וואָס האָט געשאַפן אַזאַ שרעקליכן שפּאַלט אינעם חומת הקדושה פון דאָס יהדות החרדית אין ניו יאָרק.
באַזונדער איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן א זיצונג דורכ'ן בית הגדול שבירושלים שליט"א, די שרי התורה חברי הבד"ץ פון די העדה החרדית, וועלכע האָבן נושא ונותן געווען איבער דעם שרעקליכן מכשול, און זענען ערשיטערט געוואָרן הערענדיג אַז אַזאָנס האָט ליידער פּאַסירט ביי א היימישע משפּחה אין ניו יאָרק.
דאָס זעלבע זענען פאָרגעקומען זיצונגען אין די בתי דינים פון אַנדערע גרעסערע מקומות איבער די וועלט, אין לאָנדאָן בראשות הגאון גאב"ד לאָנדאָן שליט"א, אַנטווערפּן בראשות הגאון גאב"ד אַנטווערפּן שליט"א, מאַנטשעסטער און נאָך, וואו די אָרטיגע רבנים האָבן זיך צוזאמגענמען דן צו זיין איבער די פּירצה, וויאַזוי מונע צו זיין בעתיד אַז עס זאָל נישט אָנקומען אַהין, און כולם פה אחד פון די סאַמע גרעסטע רבנים האָבן אַלע געשטורעמט קעגן די פּירצה נוראה, און זענען אַלע געווען פאַראייניגט אַז מ'מוז וואָס פריער אויסשרייען דעם וויי-געשריי קעגן דעם מכשול איידער עס פאַרשפּרייט זיך ווייטער.
דאָס זעלבע האָבן געקאָכט איבער די פּירצה די רבנים הגאונים פון די ליטווישע קרייזן, ווי הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ר"י זכרון משה, סאַוט פאָלסבורג, הגאון רבי שלמה מיללער שליט"א גאב"ד טאָראָנטאָ און נאָך וועלכע האָבן זיך אַריינגעלייגט מיט קאָך און ברען לוחם צו זיין קעגן די פּירצה.

דער שטורמישער קול קורא

אַזוי האָבן די רבנים הגאונים שליט"א פון אַלע שיכטן באַשטימט אַרויסצוקומען מיט א פאַראייניגטן כח, אָפּצושרייען בעוד מועד די שרעקליכע פּירצה און עס איז באַשטימט געוואָרן אַז די מערכה וואָס דאַרף אונטערגענומען ווערן איז נישט בלויז קעגן דעם איינעם מכשול, נאָר קעגן די עצם פּירצה פון הפקעת קידושין, אַזוי צו פאַרזיכערן אַז די פּירצה ווערט ח"ו נישט נאָכגעטון ביי אַנדערע פעלער . אין די לעצטע וואָכן האָבן די רבנים הגאונים שליט"א פון אַלע שיכטן און פון איבער דער גאָרער וועלט, אונטערגעשריבן דעם קול קורא אין וועלכן עס ווערט אַרויסגעברענגט דער שרעקליכער מכשול וואָס האָט פּאַסירט, און ווי שטאַרק מ'דאַרף שטיין ווייט פון אַזעלכע מפוקפק'דיגע התירים וואָס פירט צו שרעקליכע מכשולות ביסור קדושתן וטהרתן של ישראל.
אין דעם קול קורא שרייבן די רבנים הגאונים שליט"א מיט גרויס ווייטאָג: לא עת לחשות כאשר נבלה נעשתה בישראל, שיצאו אנשי בליעל לפרוק עול התורה מעל צווארי בני ובנות ישראל, ולהשחית כרם בית ישראל, להתיר לשוק נשים נשואות טרם ניתן להם גט מבעליהם, ולהרבות ממזרים בישראל, ואיככה נוכל לעמוד מנגד ולראות כבלע הקודש. אוי לנו שכך עלתה בימינו, לייסד בית דין [בית דין בינלאומי לעניני אישות] להתיר נשים נשואות לשוק, וכמוהם הלבלרים היוצאים בקולמוסם לכתוב מאמרים בהלכה להתיר כזאת, דבר שמעולם לא עלה על דעת רב ומורה בקהלות ישראל להתיר עגונות לעלמא טרם שקיבלו גט מבעליהן, רק פנו לגדולי הדור להורות המותר והאסור, ועתה קופצים בראש הדיוטים, ובעזות וחוצפא נוטלים עטרה לעצמם לפרסם שהם מתירי עגונות לכל דורש ומבקש, עפרא לפומייהו.
די רבנים ברענגן אַרויס ווי דער גאַנצער א. ג. היתר האָט נישט קיין שום האפט, און שרייבן גאָר קלאָר: על כן מצינו עצמינו מחוייבים לפרסם בשער בת רבים חוות דעת תורה הקדושה, א) שאסור לשום אדם, רב או מורה, להתיר לשוק אשה נשואה בלא גט כשר מטעם קידושי טעות או מטעם אחר, יהיה מי שיהיה המתיר, ב) אסור לשום רב לסדר קידושין לאשה שנישאה טרם קיבלה גט כשר מבעלה, ג) מי שסומך על היתרים כאלו, בין הבעל בין האשה בין הרבנים המעורבים בזה שיחטאו למעול מעל בה' אשמם בראשם, ומצוה לפרסם שמם ברבים כדי לבזותם ולרחקם מקהל ועדה, ד) הבנים ובנות שנולדו מנישואין בהיתרים כאלו הם בחזקת ממזרים, וחובה לפרסם שמם ברבים כדי שלא יתערבו בבני ישראל הכשרים.
אינעם קול קורא ווערט צוגעברענגט עטליכע לשונות פון די גדולי הדורות איבער ענליכע מכשולות, און די רבנים הגאונים פירן אויס מיט א האַרציגן רוף צו כלל ישראל, אַז מ'זאָל נישט צולאָזן אַזעלכע שרעקליכע פּירצות זיך איינצורייסן ביי כלל ישראל, ווי זיי שרייבן: ולנשים עגומות ועגונות שלא ישמעו לקול שועלים קטנים מחבלים כרם ה' צבאות, ויתנהגו כדין תורה אעפ"י שיש בזה מסירת נפש, תערב מלתינו שבזכות זה יזכו לכל הטוב אשר צפון לבנות ישראל הכשרות ולצדקניות, וה' הטוב ברוב רחמיו וחסדיו יגן עליהם לטוב להם כל הימים.
דער קול קורא איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורך די רבנים הגאונים שליט"א פון אַלע שיכטן און קרייזן און פון די רבנים יושבים על מדון פון איבער דער גאָרער וועלט, וועלכע זענען אַלע פאַראייניגט בכח תורתם צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די שרעקליכע פּירצה, אַזוי צו פאַרזיכערן אַז עס פאַרשפּרייט זיך נישט ווייטער בקרב בתי בני ישראל.
אין די טעג ווערט דער קול קורא צושפּרייט איבער די וועלט, און עס רופט אַרויס אן התרגשות ביי יעדן איינעם ביים זען דעם היסטאָרישער מכתב וואָס איז אונטערגעשריבן דורך די סאַמע גרעסטע גדולים, און דורך רבנים הגאונים שליט"א פון אַלע מקומות איבער די וועלט, פון ניו יאָרק, ניו דזשורזי, באָלטימאָר, מאָנטרעאַל, טאָראָנטאָ, ירושלים, בני ברק, לאָנדאָן, מאַנטשעסטער, אַנטווערפּן, און נאָך, און דערצו ממש אַלע רבנים פון אַלע שיכטן און קרייזן, חסיד'ישע און ליטווישע צוגלייך, אַלע זענען אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא, וואָס צייגט אויף דעם חומר הענין, ווי שטאַרק די פּירצה איז נוגע בציפור נפשה פונעם יהדות החרדית, וואָס דעריבער ווערט דאָס אַזוי שטאַרק פאַרדאַמט דורך ממש אַלע גרעסטע רבנים פון אומעטום.
עקסטער זענען אַרויסגעקומען גאָר שאַרפע מכתבים דורך פּערמענאַנטע רבנים הגאונים שליט"א, גדולי הרבנים והאדמורי"ם, ווי אויך דורך פאַרשידענע רב'ישע קערפּערשאַפטן פון איבער דער גאָרער וועלט, וועלכע שרייבן אַליינס מכתבים נלהבים, איבער דעם חיוב וואָס עס ליגט אויף יעדן איינעם צו שטיין על המשמר קעגן די פּירצה נוראה, שלא יבא המשחית בקרב עדת ישראל.
עס איז מערקווערדיג ווי די פּירצה האָט באַרירט א גאָר האַקעלן נערוו ביי ממש אַלע רבני'ישע קרייזן, און אפילו די מער-מאָדערנע קרייזן זענען אַרויסגעקומען מיט שאַרפע בריוון קעגן דעם א. ג. בית דין בנלאומי מיט זייער מפוקפק'דיגן היתר אויף אַזאַ מכשול נורא פון הפקעת קידושין.

פּרסום הקול קורא

דער קול קורא ערשיינט אין די טעג און שטורעמט אויף די אידישע גאַס, וואָס ווי דערמאַנט ברענגט עס אַרויס קעגנזייטיגע געפילן ביי אידן איבער די וועלט, ווען פון איין זייט ווייטאָגט דאָס האַרץ מיטצוהאַלטן ווי עס טרעפט זיך נאָך היינט אַזעלכע קלי הדעת וואָס זענען גרייט זיך פאַרלאָזן ביי די יסודות הקדושה פון כלל ישראל מיט אַזעלכע לעכערליכע היתרים, אָבער אין די זעלבע צייט רייסט זיך אַרויס א דאַנק צום אויבערשטן, ברוך שמסר עולמו לשומרים, און די רבנים הגאונים שליט"א שטייען על המשמר נישט צוצולאָזן אַזעלכע שרעקליכע פּירצות.

עס איז זיכער אַז דער שטאַנדהאַפטער כח וואָס די רבנים הגאונים שליט"א האָבן אַראָפּגעשטעלט מיט א כח הרבים, וועט האָבן די ריכטיגע השפּעה, גענצליך עוקר צו זיין די שרעקליכע פּירצה, וואָס וועט זיך נישט ווייטער צושפּרייטן, און כלל ישראל וועט בלייבן הייליג און ריין, והי' מחנינו קדוש.
צוגעלייגטע
קול קורא_ביטול קידושין.jpg
קול קורא_ביטול קידושין.jpg (624.44 KiB) געזעהן 1456 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:32 pm

מחאה מכ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
צוגעלייגטע
מחאה מונקאטש.jpg
מחאה מונקאטש.jpg (137.42 KiB) געזעהן 1449 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:34 pm

מחאה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
צוגעלייגטע
מחאה אדמור מסאטמאר.jpg
מחאה אדמור מסאטמאר.jpg (192.43 KiB) געזעהן 1440 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:35 pm

מחאה בד"צ עדה החרדית ובראשם כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א
צוגעלייגטע
מחאה עדה החרדית.jpg
מחאה עדה החרדית.jpg (180.67 KiB) געזעהן 1434 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:36 pm

כ"ק הגאון האדיר הראב"ד שליט"א
צוגעלייגטע
מחאה ראבד.jpg
מחאה ראבד.jpg (187.12 KiB) געזעהן 1426 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:37 pm

בד"צ בני ברק בראשות הגאון ר' שריאל ראזנבערג שליט"א
צוגעלייגטע
מחאה בב.jpg
מחאה בב.jpg (193.18 KiB) געזעהן 1423 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:39 pm

ר"י YU ובי"ד של RCA
צוגעלייגטע
מחאה RCA.jpg
מחאה RCA.jpg (311.04 KiB) געזעהן 1415 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:42 pm

הגאון הגדול רבי ישראל צבי ברודא שליט"א רב דקהל שערי אורה
צוגעלייגטע
הרב ברודא_ביטול קידושין.jpg
הרב ברודא_ביטול קידושין.jpg (438.09 KiB) געזעהן 1400 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:42 pm

הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א
צוגעלייגטע
הגאון חידא ווייס מחאה על היתר אשת איש.jpg
הגאון חידא ווייס מחאה על היתר אשת איש.jpg (118.72 KiB) געזעהן 1394 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:45 pm

מחאה מבי"ד דמאנטריאל שליט"א
צוגעלייגטע
ביד מאנטריאל.jpg
ביד מאנטריאל.jpg (653.38 KiB) געזעהן 1348 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:51 pm

הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א
צוגעלייגטע
מכתב על התרת עגונה שלא כדין_Page_1.jpg
מכתב על התרת עגונה שלא כדין_Page_1.jpg (341.55 KiB) געזעהן 1340 מאל
מכתב על התרת עגונה שלא כדין_Page_2.jpg
מכתב על התרת עגונה שלא כדין_Page_2.jpg (214.8 KiB) געזעהן 1340 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:51 pm

עדה החרדית
צוגעלייגטע
מכתב להתאחדה''ר בענין מכשול א''א, טבת ע''ט  .jpg
מכתב להתאחדה''ר בענין מכשול א''א, טבת ע''ט .jpg (283.39 KiB) געזעהן 1336 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:53 pm

התאחדות הרבנים
צוגעלייגטע
פסק התחאדות הרבנים.jpg
פסק התחאדות הרבנים.jpg (704.37 KiB) געזעהן 1332 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:54 pm

אבני שיש פאלטישאן
צוגעלייגטע
כרוז ביטול קידושין -בי''ד הגר''נ קרליץ ובי''ד פאלטישאן.jpg
כרוז ביטול קידושין -בי''ד הגר''נ קרליץ ובי''ד פאלטישאן.jpg (605.73 KiB) געזעהן 1330 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:54 pm

עזר המשפט
צוגעלייגטע
בית דין עזר משפט_ראבינאוויץ.jpg
בית דין עזר משפט_ראבינאוויץ.jpg (279.18 KiB) געזעהן 1329 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:56 pm

בי"ד כולל אבן העזר לעיקוואד
צוגעלייגטע
Scan0020.jpg
Scan0020.jpg (437.22 KiB) געזעהן 1318 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:59 pm

עס איז פארגעקומען פארשידענע אסיפות הרבנים הגאונים אין פארשידענע שטעט

אסיפת הרבנים בלעיקוואד
http://theahblick.com/?p=181356

אסיפת הרבנים במאנסי
http://theahblick.com/?p=183797

אסיפת הרבנים בבארא פארק
http://theahblick.com/?p=180931

אסיפת הרבנים בוויליאמסבורג
http://theahblick.com/?p=183264

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:04 pm

אסיפה אין התאחדות הרבנים, פון רעכטס צו לינקס, אב"ד פאיע, אב"ד באלחוב, אב"ד יאוואזנא, אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, אב"ד מגד יהודה וחבר הבד"ץ, אב"ד וויען, אב"ד פריימאן ראב"ד התאחדות הרבנים, אב"ד סערדהעלי חבר הבד"ץ, אב"ד גאלאנטא חבר הבד"ץ, אב"ד סאטמאר ירושלים, אב"ד סענדשארש, אב"ד איבראן, אב"ד גמזו חבר הבד"ץ, דומ"ץ סאטמאר ס. 8
צוגעלייגטע
די אסיפה11.jpg
די אסיפה11.jpg (303.19 KiB) געזעהן 1274 מאל

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:07 pm

עפעס פריש יעצט פאסירט?
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:09 pm

די אנדערע זייט, פון ר. צו לינקס ר' יוחנן טווערסקי, ר' פירטה, רבי דוד לייב פישער מו"ץ פאפא, רבי פר"מ מו"ץ פאפא, דומ"ץ באבוב, דומ"ץ סקווירא, אב"ד קלעסן, רבי זלמן לייב פילאפ חבר בד"ץ סאטמאר, אב"ד קאשוי, דומ"ץ צעהלים, דומ"ץ פאפא, דומ"ץ וויזניץ, דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה, דומץ ביהמ"ד ישמח משה
ועוד
IMG_0128_1111111.jpg
IMG_0128_1111111.jpg (127.58 KiB) געזעהן 1239 מאל


נאך די אסיפה
0H8A1355.jpg
0H8A1355.jpg (151.29 KiB) געזעהן 1169 מאל
לעצט פאראכטן דורך רבותי אום מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:15 pm

אסיפה בלעיקוואד פארופן דורך הגאון ר' שלמה מילער פון טראנטא
צוגעלייגטע
אסיפה לעיקוואד.jpg
אסיפה לעיקוואד.jpg (362.29 KiB) געזעהן 1218 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:16 pm

משה צימערינג האט געשריבן:עפעס פריש יעצט פאסירט?

ניין, ס'איז יעצט ארויסגעקומען די היסטארישע קול קורא, ס'דארף ווערן אראפגעשריבן למען יעמדו ימים רבים אז גדולי ישראל פון אלע שיכטן אין קרייזן האבן געפירט א מלחמה כבידה קעגן די פירצה פון ביטול קידושין
לעצט פאראכטן דורך רבותי אום מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:25 pm

אסיפה במאנסי
צוגעלייגטע
אסיפה מאנסי.jpg
אסיפה מאנסי.jpg (225.45 KiB) געזעהן 1183 מאל

רבותי
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

תגובהדורך רבותי » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:28 pm

ערשטע אסיפה אין בארא פארק אין פריימאן בית המדרש
צוגעלייגטע
פריימאן אסיפה.jpg
פריימאן אסיפה.jpg (136.44 KiB) געזעהן 1180 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 6:28 pm

ווי קומט ר׳ קלמן הלברשטאם אריין אינעם בילד?
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט