איז דא א ענין פון מאכען א סיום?

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איין זאך וואס קיינער האט נאכנישט דערמאנט, אז עס ווענדט זיך אסאך ווי א גרויסע שמחה עס איז, איינער וואס איז מסיים מסכתות יעדן צווייטן טאג מאכט נישט אזא גרויסע עסק דערפון, אבער עס איז קלאר אז א זאך וואס איז נישט אפט מאכט מען א גרעסערע עסק, כי הוה מסיים מסכתא אין גמרא מיינט אודאי נישט אז ער אהיימשפאצירט פון ביהמ"ד און ער האט איבערגע'חזר'ט אויפן וועג ח"י פרקים משניות (פארגעס נישט אז בזמן הש"ס איז נישט געווען קיין גמרא נאר משניות, און סיום מסכת האט געמיינט א מסכתא משניות). עס מיינט אז אין ביהמ"ד האט מען אדורכגעלערנט א מסכתא בכל פרטיה ודקדוקיה און דורכגעקנעטן דעם ענין ווי דער שטייגער איז געווען, דאן אז מען האט געענדיגט די מסכתא איז עס געווען א גרויסע שמחה. והוא הדין היינט, יעדער איינער א זאך וואס איז ביי אים א יחוס - א אויפטוה - ער איז אנגעקומען צו עפעס, ער האט מסיים געווען א מסכתא וכדו' וואס איז פאר אים געווען אן "עסק" - אן ערנסטע לימוד, דארף מען מאכן א סיום, עס איז א גרויסע מצוה, און ווען די "גדולי ישראל" וואלטן זיך נישט אזוי געפירט, וואלט עס אויך נישט געווען איינגעפירט אין אלע חדרים צו מאכן מיט די קינדער פון פיצלווייז אן א סיום אויף יעדע זאך וואס מען ענדיגט. פאר א סיבה איז מען מחנך די קינדער פון קליינווייז אן אז ווען מען ענדיגט א מסכתא משניות די ערשטע מאל אין חדר און דערנאך א פרק גמרא און שפעטער א מסכתא מאכט מען א גרויסע סיום, אויך אין אלע ישיבות איז דאכט זיך מיר איינגעפירט צו מאכן אן עסק ווען מען איז מסיים א מסכתא - אפשר נישט איבעראל מאכט מען א גרויסע סעודה, אבער עפעס מאכט מען.

בכל אופן איז נישט קיין ספק אז דאס איז בכלל סעודת מצוה, און אז מען קען מאכן א סעודת מצוה פארוואס זאל מען עס נישט טון? בפרט אז דאס קען געבן א שטארקע חיזוק פאר זיך אליינס און פאר די משפחה אזוי ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

"ויבא ירושלים ויעמוד לפני ארון ברית ה' ויעל עולות ויעש שלמים ויעש משתה לכל עבדיו". אמר רבי אלעזר מכאן שעושין סעודה, לגמרה של תורה. (שיר השירים רבה א,ט קהלת רבה א,א)

לויט דעם קען זיין, אז דאס וואס מ'מאכט א סעודה ווען מ'ענדיגט א מסכתא איז געווען א פשוטע זאך, נאר אביי האט זיך אויפגעטון אז אפילו ווען ער האט געזען א צווייטער ענדיגן א מסכתא האט ער אויך געמאכט א סעודה.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פאר די וואס זאגען אז אייוועלט איז נישט ווי אמאל, ווייזט אים צו די אשכול, א דאנק יעדן איינעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איז דא א ענין פון מאכען א סיום?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סקעזשועל פון סיומים פאר די ניין טעג
אטעטשמענטס
Polish_20200722_163618192.png
Polish_20200722_163618192.png (537.4 KiB) געזען 512 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”