"מערכה על הדרוש" - מקור ומשמעות הביטוי

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

"מערכה על הדרוש" - מקור ומשמעות הביטוי

תגובהדורך מיגו » דינסטאג מארטש 05, 2019 3:42 pm

מערכה על הדרוש

אין איינע פון די מפרשי השו"ע (לבושי שרד אדער יד אפרים) האב איך געזען דעם אויסדרוק, פונעם המשך האב איך פארשטאנען אז דאס איז אן אויסדרוק וואס מ'נוצט ווען ווען איינער וויל מוכיח זיין עפעס מיט די זאך אליין אויף וואס מ'איז דן.

פון וואנעט קומט דער אויסדרוק, דער מקור און דער פירוש פון דעם ביטוי?

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:16 pm

א זוכעניש אין אוצר החכמה גיבט מיר 244 ספרים, צווישן זיי 'אבקת רוכל' פונעם בית יוסף

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 12, 2019 6:09 pm

דו האסט עס געזען אין לבושי שרד סי' תרפ"ז.
זעט אויס אז עס שטאמט פון ר' חסדאי קרקש http://www.daat.ac.il/DAAT/mahshevt/hareshut/b3-2.htm
מיינט - "Circular reasoning"
ווערט גענוצט גאנץ אפט אויך בתשובות חתם סופר ותלמידיו.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:30 pm

א צייט צוריק האב איך געפרעגט פשט אויף דעם אויסדרוק

לעצטענס איז מיר נתחדש געווארען בדרך אפשר אז מ'זאגט נישט דְרוּש ווי אין פשט רמז און דרוש, נאר דאס דארף זיך ליינען דָּרוּשׁ, דהיינו דער געזוכטער זאך.

מערכה על הַדָּרוּשׁ - א געביידע וואס איז געבויעט אויף די זאך אליין וואס איך זוך

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:38 pm

דאס ווארט "דרוש" (מיט א שוא) איז גענוצט געווארן בלשון חכמי ימי הביניים נישט ווי א קאנטראסט צו פשט און רמז, נאר ענליך צו "שקלא וטריא" אדער אפילו "וויכוח"
מערכה על הדרוש טייטשט בויען עפעס אויף דאס וואס מען טענה'ט זיך.

אמנם לא יבוא הכי נמי מסתברא, כשהראיה היא מן הדרוש בעצמו שהן חולקים שאם כן יהיה מערכה על הדרוש וביאור הדבר בעצמו והיינו דאמרינן הכי נמי מסתברא מדקתני וכו'.


https://he.wikisource.org/wiki/%D7%93%D ... %A7_%D7%95
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:20 pm

Yang2020 האט געשריבן:דאס ווארט "דרוש" (מיט א שוא) איז גענוצט געווארן בלשון חכמי ימי הביניים נישט ווי א קאנטראסט צו פשט און רמז, נאר ענליך צו "שקלא וטריא" אדער אפילו "וויכוח"


נישט געוויסט. שיינע ידיעה.
א דאנק פאר דעם און פאר דער מ"מ אין דרכי התלמוד.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט