איך וויל נישט (און קען נישט) זיין פארנומען מיט יחידים דורך אימעיל, שרייב איך דא עיקרי הדברים וישמע חכם ויוסף לקח.
1. צייל אן, לויט די ליסטע
דא וויפיל בלעטער דו דארפסט נאך האבן אויף משלים צו זיין.
2. נעם די ערשטע בלאט פון איינע פון די נייע מסכתות, און לערן עס אדורך. זעה ווילאנג עס האט דיר גענומען.
3. אויב נעמט עס דיר מער פון א שעה, דאן בין איך מייעץ אז דו זאלסט קויפן ארטסקרול/מתיבתא, אדער א רעקארדירטע שיעור.
4. נעם די סכום פון די בלעטער און צוטייל עס ביי 300, (דאס מיינט בערך א יאר, היות עס זענען דא שבת יו"ט שמחות וכו'.)
5. זיי מייחד א זמן קבוע יעדן טאג צו לערנען לויט #2.
6. רעכן אויס בערך ווען דו וועסט ענדיגן ש"ס, (מ'קען זיך אויך ארויספרינטן א לוח, פון די בלעטער לויט די טעג, ווען גיי איך אנהייבן יענע מסכת וכדומה)
7. זיי מודיע פאר דיינע נאנטע מענטשן, פאר דיין בני בית, פאר דיינע עלטערן אז אי"ה אין יענעם דאטום האפסטו צו ענדיגן ש"ס און צו מאכן א גרויסע סעודת סיום.
8. נאך יעדע 10% אדער 20% זעה צו דו האלסט דיך מיטן פלאן.
9. עס איז כדאי זיך צו געבן נאר 6 בלאט (אדער עמודים וכדומה) פער וואך, אזוי האט מען אלעמאל שבת און מוצ"ש אויף השלמה. אויב דארף מען נישט די השלמה, קען מען חזר'ן.
10. נאך יעדע מסכת ביים סיום, מאכט מען א קליינע סעודה'לע. עס איז א מצוה און אויך א מאטיוואציע אויף גיין ווייטער.
אי"ה בשם ה' נעשה ונצליח!!!