כ'האב אמאל געהערט אז ס'איז א פראבלעם פאר כהנים דורכצוגיין/דורכצופארן נעבן דעם בית הקברות אויף מקדאנעלד און פארט-העמילטאן (גרינוואוד סעמעטערי), וועגן די ביימער וואס בייגן זיך איבער פונעם בית הקברות צום גאס (מעגליך זענען אידן דארט באגראבן, און אפילו אויב נישט דארף מען אויך מחמיר זיין).
ווייסט איינער מער וועגן דעם?
זענען כהנים טאקע נזהר/מחמיר?
איז געווען א קול קורא דערוועגן?
האבן עסקנים עפעס געטון וועגן דעם פראבלעם?
טומאת הכהנים אויף מקדאנעלד עוועניו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
טומאת הכהנים אויף מקדאנעלד עוועניו
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
א ריזן דאנק אייך, געשיקטער. הערליך.
ווייסט איינער פון נאך עפעס איבער דעם? איך זוך בעיקר בילדער פון קול-קורא'ס וכדומה.
אזוי אויך, צי איז הלכה'דיג דא א היתר אויף וואס זיך צו פארלאזן?
ווייסט איינער פון נאך עפעס איבער דעם? איך זוך בעיקר בילדער פון קול-קורא'ס וכדומה.
אזוי אויך, צי איז הלכה'דיג דא א היתר אויף וואס זיך צו פארלאזן?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
- משה כהן
- שר חמש מאות
- תגובות: 919
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
- לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז ס'איז א פראבלעם פאר כהנים דורכצוגיין/דורכצופארן נעבן דעם בית הקברות אויף מקדאנעלד און פארט-העמילטאן (גרינוואוד סעמעטערי), וועגן די ביימער וואס בייגן זיך איבער פונעם בית הקברות צום גאס (מעגליך זענען אידן דארט באגראבן, און אפילו אויב נישט דארף מען אויך מחמיר זיין).
ווייסט איינער מער וועגן דעם?
די נושא האט מען שוין דורכגעטון מיט עטליכע יארן צוריק, טייל פון די דייני העיר ובראשם הגאון רבי יחזקאל רוטה שליט"א זענען זיך דארט צוזאמגעקומען און דן געווען דערוועגן.
דאס איז זיכער אז עס ליגן דארטן אידן באגראבן, און די בוים איז נאר מאהיל אויפן ליניע (לעי"ן) וואס איז נעבן דעם צוים פונעם בית הקברות, דעריבער אויס פארט מען אויפן אנדערן לעי"ן, איז נישטא קיין פראבלעם פאר כהנים.
זענען כהנים טאקע נזהר/מחמיר?
כנ"ל, שאם נוסעים על הכביש שאינו ליד הגדר ממש אין למה לחשוש.
האבן עסקנים עפעס געטון וועגן דעם פראבלעם?
כנ"ל, שכבר התאספו ודנו בענין.
דממה האקט
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
יישר כוחכם דממה און כהן פאר די צופרידנשטעלנדע ענטפערס.
אגב, איינער האט אמאל דערמאנט ענליך צו דעם, בנוגע דעם גוי'אישן בית הקברות אויף רוט 306 אין מאנסי, זע דא.