סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א גוטן מועד!
דער בעל תפלה ענדיגט מיט זיינע נענועים, הייבט אן יאמר נא ישראל כל"ח, דער ציבור ענטפער הודו לה' כי טוב כל"ח, און איז ממשיך מיט "יאמרו נא בית אהרן כי לעולם חסדו" אאז"וו.
ליידער, כאפן זיך אסאך מענטשן נישט אז זיי האבן אויסגעלאזט יאמר נא ישראל כל"ח.
אויב איינער לאזט אויס א זאץ אינמיטן הלל - האט ער נישט יוצא געווען מצוות הלל! (ועיין משנה ברורה שעה"צ תפ"ח ס"ק ב')
א מצוה גמורה דרבנן!!!

די בעלי תפילה ווערן געבעטן אויסצולאזן הויעך בקול רם "חסדו", כדי דער עולם זאל קענען ממשיך זיין מיט "יאמר נא ישראל..."
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

ייש"כ פאר מעורר זיין.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך וועל מוסיף זיין נאך א הערה.
בחורים וואס האבן נישט קיין ד' מינים זאלן נישט פארגעסן צו זאגן "אנא ה' הושיעה נא"
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איין מינוט ביטע, דאס אז דער עולם זאגט אויך יאמר נא וכו' איז נישט מעיקרא דדינא, דאס געהערט באמת בלויז פארן בעל תפילה, דער ציבור ענטפערט הויך "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו" נאר אויף למעשה ברענגט דער מג"א אז ס'איז בעסער אז דער ציבור זאל זאגן אויך וואס ס'איז שייך צום בעל תפילה.

עכ"פ יוצא געווען האט מען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:איין מינוט ביטע, דאס אז דער עולם זאגט אויך יאמר נא וכו' איז נישט מעיקרא דדינא, דאס געהערט באמת בלויז פארן בעל תפילה, דער ציבור ענטפערט הויך "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו" נאר אויף למעשה ברענגט דער מג"א אז ס'איז בעסער אז דער ציבור זאל זאגן אויך וואס ס'איז שייך צום בעל תפילה.

עכ"פ יוצא געווען האט מען.

גערעכט. אבער דווקא אויב מ'ערט יעדע ווארט, נישט נאר דעם ניגון און דעם צווייטן "חסדו".
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

מענין לענין, די גמרא זאגט אז הודו להשם וכו׳ קומט צו זאגן חזן וקהל (עונים אחריו) איז פארוואס ביי די נענועים זאגט עס דער קהל צוזאמען מיטן חזן? כמעט איבעראל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מענין לענין האב איך פונקט געזען אין איינע פון די פוסקים אז די בעל תפילה זאל מאכן נענועים ביי יאמר נא ישראל, נאר די בעל תפילה נישט די ציבור.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מענין לענין האב איך פונקט געזען אין איינע פון די פוסקים אז די בעל תפילה זאל מאכן נענועים ביי יאמר נא ישראל, נאר די בעל תפילה נישט די ציבור.

אזוי שטייט אין רמ״א. און אזוי איז מנהג אשכנז
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

היינט באטראכט אז אין מיין בהמ"ד לייענט מען נישט אייוועלט...
אשריכם ישראל!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

יידישע קהילות האט געשריבן:היינט באטראכט אז אין מיין בהמ"ד לייענט מען נישט אייוועלט...
אשריכם ישראל!

ווי אזוי האסטו דאס געזעהן? דער עולם האט נישט געזאגט יאמר נא ישראל?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

חמרא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:היינט באטראכט אז אין מיין בהמ"ד לייענט מען נישט אייוועלט...
אשריכם ישראל!

ווי אזוי האסטו דאס געזעהן? דער עולם האט נישט געזאגט יאמר נא ישראל?

;l;p-
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

יידישע קהילות האט געשריבן:א גוטן מועד!
דער בעל תפלה ענדיגט מיט זיינע נענועים, הייבט אן יאמר נא ישראל כל"ח, דער ציבור ענטפער הודו לה' כי טוב כל"ח, און איז ממשיך מיט "יאמרו נא בית אהרן כי לעולם חסדו" אאז"וו.
ליידער, כאפן זיך אסאך מענטשן נישט אז זיי האבן אויסגעלאזט יאמר נא ישראל כל"ח.
אויב איינער לאזט אויס א זאץ אינמיטן הלל - האט ער נישט יוצא געווען מצוות הלל! (ועיין משנה ברורה שעה"צ תפ"ח ס"ק ב')
א מצוה גמורה דרבנן!!!

די בעלי תפילה ווערן געבעטן אויסצולאזן הויעך בקול רם "חסדו", כדי דער עולם זאל קענען ממשיך זיין מיט "יאמר נא ישראל..."

היינט געדאווענט פארן עמוד. אויסגעלאזט חסדו און געווארט א פאר סעקונדעס דערנאך געזאגט יאמר נא ישראל און באקומען 2 שכוח׳ס דערפאר נאכ׳ן דאווענען
ר׳ יידישע הכל בזכותך
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

משה צימערינג האט געשריבן:

וועלכע ניגון האסטע געזינגען? אפשר האב איך מיטגעדאוונט מיט דייין מנין? :roll:
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דערמאנונג!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

יא יא
כ׳בין געווען בעל תפילה היינט און זיכער געמאכט
יודישער שכרך הרבה מאוד
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

משה צימערינג האט געשריבן:יא יא
כ׳בין געווען בעל תפילה היינט און זיכער געמאכט
יודישער שכרך הרבה מאוד

דו ביסט דער וואס גיייט צו יעדן חול המועד אין מיין מנין???
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

שטארק מעגליך
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

היינט באמערקט ווי כמה אנשים האבן ליידער אויסגעלאזט "יאמר נא ישראל"!
האבן זיי יוצא געווען הלל :? :?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער קעפל האט מיר געצויגן פאר א מאדנע פארקערטע סיבה. אין מיין מנין האט דער בעל תפלה גאר פארגעסן יאמר נא ישראל, פארוואס ווייס איך נישט אבער נאך די נענועים האט ער נאר געזינגען נאך 2 מאל, יאמרו נא בית אהרן און יאמרו נא יראי ה', פרעג איך איהם נאכן דאווענען מאי האי, פארוואס האסטו נישט געזינגען יאמר נא ישראל? זאגט ער מיר ער האט געדענקט אז מ'זינגט נאר 2 מאל און ער כאפט זיך ער האט עס אינגאנצן נישט געזאגט...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער קעפל האט מיר געצויגן פאר א מאדנע פארקערטע סיבה. אין מיין מנין האט דער בעל תפלה גאר פארגעסן יאמר נא ישראל, פארוואס ווייס איך נישט אבער נאך די נענועים האט ער נאר געזינגען נאך 2 מאל, יאמרו נא בית אהרן און יאמרו נא יראי ה', פרעג איך איהם נאכן דאווענען מאי האי, פארוואס האסטו נישט געזינגען יאמר נא ישראל? זאגט ער מיר ער האט געדענקט אז מ'זינגט נאר 2 מאל און ער כאפט זיך ער האט עס אינגאנצן נישט געזאגט...

מסתם ווייל געווענטליך "דערמאנט" דער עולם דעם בעל תפילה צו זאגן יאמר נא ישראל. אבער אז דרעולם זאגט נישט...
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

פיר מיר זיך טאקע צו געבן א שריי 'יאמר נא ישראל' נאך די נענועים
(גראדע שריי איך נישט [אייביג] יעלה ויבוא אדער ותן ברכה...)
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

זאג א גוטס האט געשריבן:פיר מיר זיך טאקע צו געבן א שריי 'יאמר נא ישראל' נאך די נענועים
(גראדע שריי איך נישט [אייביג] יעלה ויבוא אדער ותן ברכה...)

ממש פירוש המילות...!!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וויבאלד איך האב באטראכט עטליכע מנינים היי-יאר און געזען ווי פארשפרייט דער פראבלעם איז, וויל איך בל"נ אויף נעקסטע יאר זאל זיין א בלעטל וואס מ'וועט קענען אויפהענגען אויף די וואנט, לייגן אין די גליונות און פארשפרייטן אין בתי מדרשים איבער דער וועלט.
ווער עס קען מאכן אזא מודעה וועט האבן א גרויסע זכות.
קען זיין אז די זכות פון נעקסט-יעריגע הלל וועט שוין ביישטיין...
תזכו למצוות.
איר קענט עס ארויפלייגן דא, אדער מיר שיקן אין אימעיל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יידישע קהילות האט געשריבן:וויבאלד איך האב באטראכט עטליכע מנינים היי-יאר און געזען ווי פארשפרייט דער פראבלעם איז, וויל איך בל"נ אויף נעקסטע יאר זאל זיין א בלעטל וואס מ'וועט קענען אויפהענגען אויף די וואנט, לייגן אין די גליונות און פארשפרייטן אין בתי מדרשים איבער דער וועלט.
ווער עס קען מאכן אזא מודעה וועט האבן א גרויסע זכות.
קען זיין אז די זכות פון נעקסט-יעריגע הלל וועט שוין ביישטיין...
תזכו למצוות.
איר קענט עס ארויפלייגן דא, אדער מיר שיקן אין אימעיל.

ווער עס קען אריינשיקן עפעס א נוסח צו די טעגליכע אויסגאבעס, אדער די צייטונגען וואס קומען נאך ארויס פאר יו"ט ווערט געבעטן דאס צו טוהן.
תזכו למצוות!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

PDF להדפסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ביטע פרינט ארויס פאר יום טוב מאכט אפאר קאפיעס און פארשפרייט אין אייער בית המדרש.
אדער פרינט איין גרויסער בלעטל און הענגט עס אויף אין אייער בית המדרש.
דאונלאוד עס און שיקט עס פאר אייערע באקאנטע אויף אימעיל.
אטעטשמענטס
מצוה דרבנן גירסא ב.pdf
(52.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 100 מאל
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”