א קיטל מיט דעזיינס

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וואס איז פשט אז פסח וואס מען דארף זיצען ווי א מלך זיצט מען גאר אין פשתן און נישט אין זיידן? וואלט נישט געדארפט זיין פארקערט אז ליל הסדר זאל מען גיין א ווייסע קאפטן פון זיידן, און ימים נוראים א ווייסע קיטל פון פשתן?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

בס"ד
אלס איינער וואס האט די זכיה צו עוסק זיין בחסד של אמת וויל איך דא ארויסברענגען אפאר ענינים ומנהגים וואס וועט געבען א קלארקייט ארום דעם נושא פון קיטלעך.

תכריכים ווערט געמאכט פון ריין לינען דאס מיינט אז אפילו די צפירען מיט וואס מען איז מחבר איין חלק צום אנדערען ווערט אויך גענייט מיט לינען פאדעם, אזוי אז די גאנצע בגד איז כולו פשתן. עס שטייט עטליכע טעמים איבער די מעלות פון פשתן. רבינו בחיי ברענגט אז עס טיט מבריח זיין די מקטריגים און ווי אויך עס איז א מעלה פאר די הרכבת הגוף אבער ער פירט אויס מיט דעם לשון "ואפילו חוט אחד מעכב", דאס מיינט אז די סגולה ארבעט נאר אויב עס איז כולו פשתן.

די תכריכים בגדים זענען מצנפת, כתונת, מכנסיים, און איבער אלעם טיט מען אן א קיטל. דער קיטל איז געמאכט אזוי ווי די כתונת פון א כהן דהיינו עס איז מחובר פון די צוויי זייטן און אביסעל אפען פון אויבען צו קענען אריינשטעקן די קאפ און נישט מער.

עס איז אבער אן ענין צו נקבר ווערן מיט די קיטל וואס מען האט געניצט בחיים פאר אזוי פיל מצוות און מעשים טובים, דעריבער האבען ערליכע אידען מקפיד געווען צי ניצען א פשתן קיטל בחיים כדאי עס זאל זיין ראוי צו געניצט ווערן פאר די קבורה.

מען דארף אבער וויסען אז אפילו א פשתן קיטל האט נישט די מעלה פון כולו פשתן, ווייל אפילו די עצם סחורה איז פשתן, זענען אבער נישט די פעדעמער פון די סימס מחובר מיט פשתן פאדעם, און אוודאי זענען נישט די דיזייננס פון די לעיס געמאכט געווארן פון פשתן. פון דעסטוועגען פירן מיר זיך אז אויב איינער האט געהאט א פשתן קיטל טוט מען עס יא אהן, וויבאלד דער קיטל ווערט במילא נישט אנגעטוהן אויפן גוף זעלבסט נאר איבער די אנדערע בגדים, איז מען נישט אזוי שטארק מקפיד אז עס זאל זיין כולו פשתן. עס איז דא וואס זענען דירעקט מקפיד נישט צו ניצען קיין פשתן קיטל אבער מען ניצט דאס טאקע נישט ביי די קבורה. אין ארץ ישראל פירט מען זיך אז מען איז נישט מקבר מיט קיין קיטל און פארדעם גייען דארט רוב אידען מיט ווייסע קאפענעס און נישט מיט קיין פשתן קיטלען.

בנוגע דאס וואס דאס קיטל זאל זיין פארמאכט פון אויבען אדער אפען אזוי ווי א רעקל, קען איך זאגען פאר זיכער אז דאס איז א נייע מאדערענע זאך, דאס איז נישט קיין בגד של מתים. פאר פערציג יאר צוריק האט מען נישט געזעהן אזא קיטל אין ביהמ"ד. איך געדענק ווען אמאל האט אן עלטערע איד געזעהן א אינגערמאן מיט אן אפענעם קיטל האט ער זיך אנגעריפן "אינגערמאן דאס איז נישט קיין קיטל, דאס איז א דאקטאר מאנטעל" עס איז געמאכט געווארן פאר באקוועמליכקייט אז מען זאל נישט דארפן אריינקריכען אינעם קיטל אבער דאס איז נישט וואס מען האט אמאל גרופען קיטל.

בדרך אגב מען קען זעהן פון די בגדי כהונה און פון די בגדי כהנים הדיוטים אז אמאל איז מען בכלל נישט געגאנגען מיט קיין רעקלעך, מען איז געגאנגען מיט א לאנגען העמד. אזוי ווי מען זעהט נאך היינט ביי די תימנע אידען (למשל ר' אמנון יצחק) אדער נאך ביי די טרדיצינאלע אראבערס. אן אפענעם רעקל איז געניצט געווארען אלס א מאנטל אבער אן אויבער ראק.

היוצא לנו מזה אז עס איז אן ענין אז מען זאל ניצען א פשתן קיטל פסח און יוה"ק כדאי עס זאל קענען געניצט ווערן ליום שכולו טוב. עס איז אמת אז א סדענדערט קיטל קומט אפען אבער מען קען היינט באשטעלען סיי ביי פארקאש און אויך ביי מארקאוויטש אין מאנסי א פארמאכטע קיטל. ווי אויך נעמען זיין אן צו נייען קיטלען מיט פשתן פאדעם.
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

SPUSMN האט געשריבן:וואס איז פשט אז פסח וואס מען דארף זיצען ווי א מלך זיצט מען גאר אין פשתן און נישט אין זיידן? וואלט נישט געדארפט זיין פארקערט אז ליל הסדר זאל מען גיין א ווייסע קאפטן פון זיידן, און ימים נוראים א ווייסע קיטל פון פשתן?


אויב איז די טעם אלץ בני מלכים ביזטו גערעכט, אבער ס'ווערט דאך געברענגט נאך א טעם אלץ הכנעת הלב ווען מ'זיצט ווי בני חורין.
לגבי ימים נוראים ברענגט ר' מרדכי גנוט אין "דבר בעתו" אז אין די פריעריגע יארן פלעגן בני ירושלים גיין א זיידענע קאפטן ראש השנה מיט הושע"ר (אין די טעג וואס רוב חסידים גייען בכלל נישט אנגעטוהן ווייס) און יוה"ק איז מען געגאנגען א קאפטן פון פשתן, און כידוע איז הגרי"צ דושינסקיא זי"ע גאב"ד י-ם אזוי טאקע געגאנגען אז יוה"ק האט ער געהאט א באזונדערע קאפטן פון פשתן וואס ס'איז געווען מיט די שניט פון א קאפטן (כ"ו חלקים) אבער נישט געשטרייפט.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

ביידעלע האט געשריבן:.

ייש"כ פארן קלארן הסבר!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

בדרך אגב מען קען זעהן פון די בגדי כהונה און פון די בגדי כהנים הדיוטים אז אמאל איז מען בכלל נישט געגאנגען מיט קיין רעקלעך, מען איז געגאנגען מיט א לאנגען העמד. אזוי ווי מען זעהט נאך היינט ביי די תימנע אידען, אדער נאך ביי די טרדיצינאלע אראבערס. להבדיל אלף אלפי הבדלות...

הערליך ארויסגעברענגט!!!
אבער ווי שטעלסטו צו די "הונט'ן" (בלשון נקי') צו הייליגע אידן?!
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ביידעלע האט געשריבן:בס"ד
אלס איינער וואס האט די זכיה צו עוסק זיין בחסד של אמת וויל איך דא ארויסברענגען אפאר ענינים ומנהגים וואס וועט געבען א קלארקייט ארום דעם נושא פון קיטלעך.



ישר כח פאר די אינפארמאציע, זייער קלאר
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

blue moon האט געשריבן:
אסאך "אמאליגע" רבי'ס האבן אויך געהאט זילבער.
מיר האבן אמאל פארמאגט א קיטל פונעם סאקמער רב, עס האט געהאט זילבער.


איז עס געווען אפען ווי א רעקל אדער פארמאכט ווי ביידעלע האט געשריבן?
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

טיכטיגער האט געשריבן:בדרך אגב מען קען זעהן פון די בגדי כהונה און פון די בגדי כהנים הדיוטים אז אמאל איז מען בכלל נישט געגאנגען מיט קיין רעקלעך, מען איז געגאנגען מיט א לאנגען העמד. אזוי ווי מען זעהט נאך היינט ביי די תימנע אידען, אדער נאך ביי די טרדיצינאלע אראבערס. להבדיל אלף אלפי הבדלות...

הערליך ארויסגעברענגט!!!
אבער ווי שטעלסטו צו די "הונט'ן" (בלשון נקי') צו הייליגע אידן?!


איך האב נישט חלילה געמיינט צופארגלייכען די מהות פון הייליגע אידען צו די קליקע, איך האב זיי נאר ערווענט וועגן זייערע טראדיניציאלע זאכען. עס איז ידוע אז הרה"ק ר' אלעזר מענדל לעלובער זצ"ל וואס ער האט האט אהערגעשטעלט די ירושלימער קאפטען האט גענימען געוויסע זאכען פון זיי, אויב איך בין זיך נישט טועה האט מען פון זיי נאכגעמאכט די שטרייפן אויפן קאפטן זאגענדיג אז זיי האבען נישט משנה געווען די לבוש פון אברהם אבינו. עס איז אויך באקאנט אז דער הייליגער דברי יחזקאל זי"ע און אויך דער מנחת אלעזר זי"ע ווען זיי זענען געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געגאנגען קוקען ווי אזוי זיי וויקעלען ארום זייערע קעפ כדאי צו וויסען ווי אזוי מען מאכט אן עטיפת ישמעלים. די זעלבע בחינה האב איך געמיינט אז מען קען פון זיי זעהן ווי אזוי מען איז געגאנגען אנגעטוהן פאר מער פון טויזענט יאר צוריק.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

א גרויסן יישר כח אייך הרב 'ביידעלע'
האמיר שוין אין איינוועגס מקיים געווען דעם 'יזכיר לו וכו'' לכבוד ר"ח אלול הבעל"ט,
חכם צבי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם צבי »

ביי א חתן גייענדינג צום חופה איז מען מער מקפיד אויף פשתן ?
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

יוד אלף האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
אסאך "אמאליגע" רבי'ס האבן אויך געהאט זילבער.
מיר האבן אמאל פארמאגט א קיטל פונעם סאקמער רב, עס האט געהאט זילבער.


איז עס געווען אפען ווי א רעקל אדער פארמאכט ווי ביידעלע האט געשריבן?


פארמאכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”