ווער ווייסט וויפיל מרגלים האט משה געשיקט?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יאיר גאלד האט געשריבן:כ'האב געוואלט מאכן א סוירטש, אבער דאס ווארט מרגלים שטייט ניטאמאל אין פסוק לגבי די 12 מרגלים...


בראשית ברא האט געשריבן:אין דברים שטייט נאר שנים עשר אנשים איש אחד לשבט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

צום קעפל

ס׳דא וואס זאגן אז איש אחד איש אחד למטה, מיינט אז ס׳איז געווען 24 מרגלים, און אגב, איז דא א זוהר וואס זאגט, אז איש אחד איש אחד מיינט, אז די שבטי קה זענען מיט געקומען יעדער איינער מיט זיין שבט, און דאס איז לויט דעם פשט אז יוסף האט געזאגט פאר זיינע ברידער און מצרים מרגלים אתם, על שם העתיד, און ראובן איז מיט געגאנגען מיט זיין נשיא און שמעון מיט זיין נשיא און אזוי ווייטער, לויט דעם זוהר איז נאר געווען 12 מרגלים.


עכ״פ לויט די ערשטע פשט און איש אחד איש אחד, מיינט אז משה האט געשיקט 24 מרגלים. אזוי ווי די באשעפער האט איהם געהייסן, לויט די ערשטע פשט.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך יוני 20, 2018 4:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

כווייס נישט וויאזוי כהאב אריינגעוואנדערט אין די אשכול
אבער כהאב הנאה געהאט צו זעהן אז די עולם קאכט זיך אין תורה אנשטאט אין די אנדערע נערישע פוליטיק אשכולות

אשריך ישראל
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:צום קעפל

ס׳דא וואס זאגן אז איש אחד איש אחד למטה, מיינט אז ס׳איז געווען 24 מרגלים, און אגב, איז דא א זוהר וואס זאגט, אז איש אחד איש אחד מיינט, אז די שבטי כה זענען מיט געקומען יעדער איינער מיט זיין שבט, און דאס איז לויט דעם פשט אז יוסף האט געזאגט פאר זיינע ברידער און מצרים מרגלים אתם, על שם העתיד, און ראובן איז מיט געגאנגען מיט זיין נשיא און שמעון מיט זיין נשיא און אזוי ווייטער, לויט דעם זוהר איז נאר געווען 12 מרגלים.


אכ״פ לויט די ערשטע פשט און איש אחד איש אחד, מיינט אז משה האט געשיקט 24 מרגלים. אזוי ווי די באשעפער האט איהם געהייסן, לויט די ערשטע פשט.

ע סשטייט אז זיי זענען געווען א גילגל פון די שבטים.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

האב איך שבת געבראכן קאפ וואס עס קען זיין ביז כהאב מיך געכאפט א פסוק פון פרשת חוקת וואס למעלה משבעים האט געברענגט וואס דאס מיינט אודאי די פותח האשכול..
יאפ געשיקט נאך מרגלים...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

יא, למעלה משבעים און נודה לך, האבן צוגעטראפן.
דאס מיינט אז 14 זיכער, מיעוט רבים שנים. (עס קען זיין אז טאקע נאר צוויי, אזוי ווי עס שטייט אז יהושע האט געשיקט צוויי מרגלים קיין יריחו ווייל מען האט געזען פון די מרגלים אין פרשת שלח אז צוויי האלטן זיך, לפ"ז קען זיין האט משה רבינו אויך נאכדעם געשיקט נאר 2. אבער עכ"פ מיעוט רבים שנים, איז משה רבינו האט געשיקט 14 מרגלים זיכער).
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וישלח משה לרגל את יעזר קען מיינען איין מענטש אויך.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

משהזוךמיר האט געשריבן:וישלח משה לרגל את יעזר קען מיינען איין מענטש אויך.

וועלכע חדר אינגעל ווייסט דען נישט אז דאס איז געווען כלב און פנחס,

סא איז געווען ס"ה 13 אירע [אויב ביי די מרגלים איז געווען 12]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

במחכ''ת מישט איר. כלב און פנחס זענען געווען די מרגלים וואס יהושע האט געשיקט קיין יריחו.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

ישר כח גדול פאר דער שואל און פאר די עונים.
איך האב זייער הנאה גיהאט.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

משהזוךמיר האט געשריבן:וישלח משה לרגל את יעזר קען מיינען איין מענטש אויך.

קוק אין רש"י שטייט א לשון רבים
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

משהזוךמיר האט געשריבן:במחכ''ת מישט איר. כלב און פנחס זענען געווען די מרגלים וואס יהושע האט געשיקט קיין יריחו.

איבערגעשיקט, קוק און תרגום יונתן וְשָׁדַר משֶׁה יַת כָּלֵב וְיַת פִּנְחָס לְאַלָלָא יַת מַכְבַּר וּכְבָשׁוּ כּוּפְרָנָהָא וְשֵׁיצוּן יַת אֱמוֹרָאֵי דְתַמָן.
און יריחו איז א מדרש תנחומה אז עס איז געווען כלב און פנחס
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

וועגן "רבים", עס שטייט דאך אין פסוק "וילכדו", נישט "וילכוד" (עיין במפרשים).
----
ב"ה, געוואלדיג הרב סאדאם כוסעין.
אויב אזוי, וועלן מיר גיין ווייטער.
בייגעלייגט, זעט וואס מיינט רוח הקודש, און תורת אמת. (זעט אויס אין די מינוט איז געווען פאר אים פארהוילן דעם תרגום יונתן).

4-CHIKAS-043.GIF
4-CHIKAS-043.GIF (129.6 KiB) געזען 1674 מאל
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער ווייסט וויפיל מרגלים האט משה געשיקט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

עס איז א מחלוקה אין ירושלמי (סוטה פ“ז ה')
לויט ר' ישמעאל איז געווען 12 און איש אחד איש אחד דברה תורה כלשון בני אדם
און לויט ר' עקיבא איז געווען 24 2 פון יעדע שבט
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

ירושליימער ייד האט געשריבן:ישר כח גדול פאר דער שואל און פאר די עונים.
איך האב זייער הנאה גיהאט.

גאמ
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”