מקורות פאר סגולות פון כולל חצות-מהרח"ו-תהלים כולל

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

מקורות פאר סגולות פון כולל חצות-מהרח"ו-תהלים כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

עס איז דא אסאך מאל אדווערטייזט פון כולל חצות אדער אנדערע כוללים, ווי חבורות מהרח"ו, תהלים כולל, פארשידענע סגולות בשם ספרי קודש.

אסאך מאל ברענגען זיי מקורות צו פארשידענע סגולות בשם ספרי קודש, למעשה קען מען אסאך מאל דעבאטירן צו אין די ספרים שטייט טאקע די סגולה אדער נישט, דעריבער מאך איך דא אויף א אשכול צו דעבאטירן און ברענגען מקורות צו זייערע סגולות וואס ווערט אדווערטייזט.

יעצט האט כולל חצות אדווערטייזט איבער די סגולה פונעם חתם סופר אז ווער עס לערנט תורה בין מגילה למגילה איז "פארזיכערט צו געהאלפן ווערן מיט ישועות און הצלחות" בערך דאס איז געווען די נוסח פון די אדווערטייזמענט.

למעשה שטייט דאס נישט אין ערגעץ, ונעתיק כאן לשון קדשו של החתם סופר בדרושים ואגדות דף רמ"ה "קבלתי מרבי הרב מהו' מענדלי ליליג זצ"ל שהיה רב בבה"מ דק"ק פפד"מ שקבל מהגאון בעל שב יעקב זצ"ל שכל העוסק בתורה בין מגילה דלילה למגילה דיומא מובטח לו שהוא בן עולם הבא, כך קבלתי סתם וטעמא לא ידענא אבל אני אודין ואבין כי ידוע וכו"

דאס איז די לשון וואס ער שרייבט דארט, און אפילו פון די טעם וואס דער חתם סופר זאגט אויף דעים, קומט נישט אויס בכלל אז עס איז דא עפעס א מקור אז עס איז מסוגל לישועות ולהצלחות, עס שטייט נאר אז דער וואס טוט אזוי איז א בן עולם הבא
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

א גרויסן שכוח פאר די אשכול
נישט איינמאל באמערקט "אומפינקטליכקייטען" אין זייערע עדס
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שטארקע אשכול
ממיילא ווען ארגוני צדקה זאגן צו סגולות און זיי טוען עס האלבוועגס מהיכא תיתא
סוכ״ס גייט די געלט פאר צדקה און די סגולה איז דאך נאר א מתנה ( כדוגמת ארגון קופת העיר, יד לאחים ועוד)

משא״כ די חברה פארקויפן סערוויסעס און סגולות- ד.ה. ווען איינער געבט פאר תהילים כולל מיינט ער נישט צו שטיצן די ארג. , ער וויל ליבערשט נהנה זיין פון די סגולה פון אמירת תהילים באיזה שעה ובאיזה מקום וממיילא מיזן זיי זיכער מאכן אז די סגולה איז אקוראט
אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

ווער סגעט געלט פאר די אלע זאל אינזין האבן אז ער וויל מקיים זיין א מצוה פון שטיצן זייער דיזיינער און זייער בעה"ב וכו', ס'איז זייער א גרויסע מצוה, אבער ווער געט זיי די רעכט פון צוזאגן זיווגים מיט זש"ק און נחת וכו'???? זיי זענען עפעס און הימל?????

און נאך א חצפה וואס זיי טוען, איז אז פאר $72 קען מען זיך איינשרייבן און תיקון פלוני אלמוני און זיי לייזן אייך אויס פון אלע אייערע חטאים!! wow! באלד וועט נאך זיין א תיקון אויף להבא אז פאר $500 קענט איר רואיג זינדיגן די נעקסטע יאר unlimited!!! ווי האט מען געהערט אזא זאך אז מקען צאלן געלט איינער זאל תשובה טון פאר דיר.

ודי בזה! fake news! its all a scam
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

ר' יענקי האט געשריבן:ווער סגעט געלט פאר די אלע זאל אינזין האבן אז ער וויל מקיים זיין א מצוה פון שטיצן זייער דיזיינער און זייער בעה"ב וכו', ס'איז זייער א גרויסע מצוה, אבער ווער געט זיי די רעכט פון צוזאגן זיווגים מיט זש"ק און נחת וכו'???? זיי זענען עפעס און הימל?????

און נאך א חצפה וואס זיי טוען, איז אז פאר $72 קען מען זיך איינשרייבן און תיקון פלוני אלמוני און זיי לייזן אייך אויס פון אלע אייערע חטאים!! wow! באלד וועט נאך זיין א תיקון אויף להבא אז פאר $500 קענט איר רואיג זינדיגן די נעקסטע יאר unlimited!!! ווי האט מען געהערט אזא זאך אז מקען צאלן געלט איינער זאל תשובה טון פאר דיר.

ודי בזה! fake news! its all a scam

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

וואשינגטאן האט געשריבן:
ר' יענקי האט געשריבן:ווער סגעט געלט פאר די אלע זאל אינזין האבן אז ער וויל מקיים זיין א מצוה פון שטיצן זייער דיזיינער און זייער בעה"ב וכו', ס'איז זייער א גרויסע מצוה, אבער ווער געט זיי די רעכט פון צוזאגן זיווגים מיט זש"ק און נחת וכו'???? זיי זענען עפעס און הימל?????

און נאך א חצפה וואס זיי טוען, איז אז פאר $72 קען מען זיך איינשרייבן און תיקון פלוני אלמוני און זיי לייזן אייך אויס פון אלע אייערע חטאים!! wow! באלד וועט נאך זיין א תיקון אויף להבא אז פאר $500 קענט איר רואיג זינדיגן די נעקסטע יאר unlimited!!! ווי האט מען געהערט אזא זאך אז מקען צאלן געלט איינער זאל תשובה טון פאר דיר.

ודי בזה! fake news! its all a scam

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-



גא"ם לדברי ר' יענקי
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

און בעצם לאזט זיך דעבאטירן אין די כוונה פון חתם סופר, בפשטות איז נישט זיין כונה אז מען זאל לערנען "רצופות" בין מגילה למגילה, נאר אפילו א מינוט תורה בין מגילה למגילה האט א חשיבות פון א בן עולם הבא
וכבר אמרו חז"ל אויף זאגן תהלה לדוד דריי מאל א טאג אז מען איז א בן עולם הבא, וכמו כן השונה הלכות בכל יום וכדו'
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

ווי האט איינער געזאגט, איך ווארט איינע פון די ארגענזאציעס זאל האבן די מעגליכקייט צו פאסטן אנשטאט מיר...
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

נאך א סגולה וואס איז געווען פארשפרייט בימי השובבי"ם בשם רבינו חיים ויטאל "מען האט דאס שוין אויספרובירט טויזענטער מאל, עס האט אלעמאל געהאלפן" עפעס א פדיון נפש וואס שטייט אין די ספרי קודש, אבער ווי שטייט די לשון אז מען האט דאס שוין אויספרובירט טויזענטער מאל און עס האט אלעמאל געהאלפן. עס שטייט ערגעץ?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

סידיראם האט געשריבן:נאך א סגולה וואס איז געווען פארשפרייט בימי השובבי"ם בשם רבינו חיים ויטאל "מען האט דאס שוין אויספרובירט טויזענטער מאל, עס האט אלעמאל געהאלפן" עפעס א פדיון נפש וואס שטייט אין די ספרי קודש, אבער ווי שטייט די לשון אז מען האט דאס שוין אויספרובירט טויזענטער מאל און עס האט אלעמאל געהאלפן. עס שטייט ערגעץ?

בספר קול מבשר ערך 1 1 3
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די מקור איז זייער פשוט: עמך ישראל צריכין פרנסה...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:און בעצם לאזט זיך דעבאטירן אין די כוונה פון חתם סופר, בפשטות איז נישט זיין כונה אז מען זאל לערנען "רצופות" בין מגילה למגילה, נאר אפילו א מינוט תורה בין מגילה למגילה האט א חשיבות פון א בן עולם הבא
וכבר אמרו חז"ל אויף זאגן תהלה לדוד דריי מאל א טאג אז מען איז א בן עולם הבא, וכמו כן השונה הלכות בכל יום וכדו'

און וואו אין חת''ס שטייט אז א צווייטער קען לערנען פאר דיר?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

אה, דאס איז נישט קיין קשיא, אויף דעם איז דא די באקאנטע ווארט פון חתם סופר וואס ער האט געזאגט פאר א תלמיד: קענסט נעמען מיינע חידושי תורה און זאגן אז ס'איז דיינס, אבער נישט אויף דיינע און זאג אז ס'איז מיינ'ס
און פון דעם קען מען זיך ארויסלערנען אז ה"ה סתם לימוד התורה קען מען נעמען א צווייטנ'ס לערנען און זאגן אז ס'איז מיינס...
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”