בלאט 22 פון 34

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 10:18 pm
דורך שמחהלע
פעלעד האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
yesdov האט געשריבן:עוד שיעור בענין מהרה"ג רבי יואל גוטמאן שליט"א
https://drive.google.com/open?id=1-fBqY ... m_WcOg5VzF

די לעצטע 15 מינוט רעדט ער וועגן די נייע הכשר פין הרה"ג ר אשר עקשטיין אין וועגן די קול קורא פין די ק"י בית הוראה.

אפשר בקיצור וואס זאגט ער איבער די נייע הכשר?

ער האט פערזענליך גערעדט מיט הרב עקשטיין, אין ער האט אים געזאגט אז ער איז איפגעקומען מיט א מהלך וויאזוי מקען זיך סומך זיין אויף א געוויסע מארקעט אין טשיינע, אז סקומט פין לאקאלע מענטשען, אין ער האט נאר געמאכט 500 שייטלעך, ביזדערווייל האט ער נאר פארקויפט אפאר שטיק ער ווארט דר'עולם זאל קויפן מער.
לגבי די קו"ק פין ק"י בית הוראה, איז ער געווען אינוואלד, מהאט גערעדט מיטן רבי'ן אין הגאון ר' געציל, אין ביידע האבן געזאגט אז די קו"ק איז נאר אז די מציאות האט זיך נישט געטוישט פין 14 יאר צירוק, נישט קיין פרישע פראבלעם, במילא פעלט נישט אויס קיין חתימות.
בכלל רעדט ער זייער אינטערעסאנט מיט אסאך ידיעות, קוקט אויס ווי ער האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה נאכציגיין אלע אינפארמעישאן.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2019 11:14 am
דורך אלט מאנרא
סאטמאר: ביים שבת שובה דרשה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) מעורר געוועהן איבער די נייע פירצה פון די 'יומען העיר שייטלעך' וועלכע קומען פון אינדיע און האבן ערענסטע חששות פון 'תקרובת עבודה זרה'. דער רבי האט געזאגט אז ער קומט נישט 'אסר'ן' שייטלעך, ער וויל אבער מודיע זיין אז עס האט זיך געעפענט א פאבריק אין ניו יורק וועלכע פארמאגט א 'הכשר' אויף אירע שייטלעך, נאכדעם וואס זיי ווערן פאברעצירט אין טשיינע וועלכע פארמאגט נישט די אלע חששות. דער רבי האט אויפגעפאדערט אז די אלע וואס גייען מיט שייטלעך זאלן נאר קויפן די שייטלעך וואס האבן א 'הכשר'.
RDN

געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2019 11:30 am
דורך עפל קאמפאוט
שמחהלע האט געשריבן:אין ער האט נאר געמאכט 500 שייטלעך, ביזדערווייל האט ער נאר פארקויפט אפאר שטיק ער ווארט דר'עולם זאל קויפן מער.

פארוואס נאר געמאכט אזוי ווייניג? איז דאס בלויז א טרייאוט אדער איז פשוט נישט דא גענוג שייטלעך פון די מארקעט

געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2019 12:13 pm
דורך בן ישי
אלט מאנרא האט געשריבן:סאטמאר: ביים שבת שובה דרשה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) מעורר געוועהן איבער די נייע פירצה פון די 'יומען העיר שייטלעך' וועלכע קומען פון אינדיע און האבן ערענסטע חששות פון 'תקרובת עבודה זרה'. דער רבי האט געזאגט אז ער קומט נישט 'אסר'ן' שייטלעך, ער וויל אבער מודיע זיין אז עס האט זיך געעפענט א פאבריק אין ניו יורק וועלכע פארמאגט א 'הכשר' אויף אירע שייטלעך, נאכדעם וואס זיי ווערן פאברעצירט אין טשיינע וועלכע פארמאגט נישט די אלע חששות. דער רבי האט אויפגעפאדערט אז די אלע וואס גייען מיט שייטלעך זאלן נאר קויפן די שייטלעך וואס האבן א 'הכשר'.
RDN

Could someone come in more clearly what exactly he said ly?
וויא איך פארשטיי האט ער אויך נישט געוואלט מתיר זײן שײטלעך אזוי האב איך פארשטאנען פון דע אלטע קו"ק

געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2019 11:47 pm
דורך סאדאם חוסעין
בן ישי האט געשריבן:

איך גלייב נישט אז אלט מאנרא איז געווען ביי די דרשה,
וועל איך נעמען די ווארט.

ער האט געזאגט אז ער וויל נישט רעדן פון די נושא פון צניעות, וואס אינזערע רביס האבן גערעדט בכלל קעגן שייטלעך נאר ער רעדט צו די וואס וואס זענען זיך יא מתיר צו אנטוען שייטלעך,

וויל ער זאגן אז עס האט זיך גארנישט געטוישט און ווען איינער קויפט א שייטל וואס איז נישט יומען הער איז זיכער גוט,

אבער א יומען הער שייטל קומט פון אינדיע וואס איז עבודה זרה, און יעדע רגע וואס מען האט עס אן, איז מען עובר א איסור דאורייתא פון תקריבת עבודה זרה וואס לויט רוב פוסקים איז עס אן איסור דאורייתא,

האט ער געזאגט ער איז נישט געקומען אויסשמיעסן די איסור וואס איז זייער קלאר, נאר ער קומט זאגן די היתר אז מען זאל וויסען עס איז דא צובאקומען שייטלעך מיט א גוטע הכשר (הרב ר' אשר עקשטיין).

די רבי האט קלאר געזאגט עס איז א איסור דאורייתא לויט רוב ראשונים און עכ"פ מדרבנן איז עס זיכער אסור, נאר ער קומט נישט איבער חזרן די איסור וואס איז א פשטות,

ווי מען קען מיט אפאר ווערטער טוישן די גאנצע מיינונג.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:01 pm
דורך פיין מסכים
Capture.PNG
Capture.PNG (180.15 KiB) געזען 4264 מאל

קובץ עץ חיים

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:08 pm
דורך הצעיר באלפי
אין קובץ עץ חיים וואס איז יעצט ערשינען לכבוד ימי תשרי ש.ז איז דא צוויי הערליכע בירורים מיט די מציאות זייער קלאר אויסגעשמועסט, אין זיי קומען אויס קלאר להיתר !!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 12:02 am
דורך עפל קאמפאוט
בירורים פון וועם?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 1:56 am
דורך פעלעד
הצעיר באלפי האט געשריבן:אין קובץ עץ חיים וואס איז יעצט ערשינען לכבוד ימי תשרי ש.ז איז דא צוויי הערליכע בירורים מיט די מציאות זייער קלאר אויסגעשמועסט, אין זיי קומען אויס קלאר להיתר !!

כלל גדול, נישט יעדע בירור וואס איז שיין מוז זיין אמת, אזא שווערע נושא דארף מען האבן קלאר פאר די אויגן ביידע צדדים להיתר ולאיסור און דעמאלס פאסקענען, איינער ווואס זעצט זיך שרייבן א בירור להיתר םירט דאך די גאנצע שמועס מיט זיינע קוועטשען וואס ער וויל קוועטשן להיתר.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 9:26 am
דורך סאדאם חוסעין
מי זה, עץ חיים?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 9:30 am
דורך סאדאם חוסעין
דדרשת כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א

אויך וויל איך רעדן פון דעם ענין פון די שייטלען, די שייטלען פון מענטשליכע האר וואס מ'רופט עס "יומען העיר", איך רעד נישט פון די חלק הפריצות, וואס איז אסור צוליב צניעות, נאר אפילו אן דעם איז עס אסור להלכה, א איסור דאורייתא! פון תקרובת עבודה זרה.

פון ווי קומען די האר-שייטלען? עס קומט פון אינדיע, דארט זענען דא גויים ריכטיגע עובדי עבודה זרה, נאך היינט זענען דא מענטשן וואס דינען עבודה זרה ממש, ס'קומען זיך צוזאם שווערע טויזענטער מענטשן, מ'לאזט זיך וואקסן די האר, נאכדעם גייט מען אהין, מ'לאזט זיך דאס אפשערן פאר די עבודה זרה, און זיי פרעפלען דערביי, און מ'גייט אהיים, תקרובת עבודה זרה ממש!. פון דארט קומען עפי"ר די שייטלען. די איסור פון תקרובת עבודה זרה איז לויט רוב ראשונים אסור בהנאה מדאורייתא!. דאס מיינט אז יעדעס מאל וואס מ'טוט דאס אן, מ'האט הנאה דערפון, ובפרט ביי א אשה איז דאס א גרויסע הנאה, איז מען יעדעס מאל עובר א איסור דאורייתא ממש רח"ל.
ס'איז געווען שוין מיט צען-פופצן יאר צוריק, איז מען נתעורר געווארן דערוועגן, און מ'האט דעמאלטס געמאכט א פייער, מ'האט זיי פארברענט, א ביעור עבודה זרה דא פארנט פון בית המדרש, ס'איז געווען א ריח ניחוח לה'.
ס'איז דורך א שטיק צייט, און מ'דארף ליידער ווייטער רעדן פון דעם, וויל איך נאכאמאל זאגן,
מ'רעדט דא פון א איסור דאורייתא! כ'וויל נישט דא רעדן פונעם חלק האיסור פונעם שייטל לגבי צניעות, נאר לגבי דעם איסור פון עבודה זרה,

דארף מען וויסן אז ס'איז דא אין נוא יארק א פאבריק מיט א הכשר, וואס רבנים האבן מסדר געווען, זיי לאזן מאכן די שייטלען אין טשיינע, מיט א הכשר און זיי זאגן אז זיי האבן משגיחים תמידים, און עס האט נישט דעם איסור פון עבודה זרה.
במילא, די וואס ביי זיי גייט מען יא מיט שייטלען, זאלן כאטש נישט גיין מיט יענע פון אינדיע וואס זענען אויך אסור אלס עבודה זרה וואס דאס איז א איסור דאורייתא! דאס איז אזויווי "עד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר", אז מ'גייט סייווי, זאלן זיי נעמען די מיט'ן הכשר. יעדער טאטע זאל זיך אומקוקן אויף זיינע פארהייראטע טעכטער...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 10:27 am
דורך הצעיר באלפי
סאדאם חוסעין האט געשריבן:מי זה, עץ חיים?

קובץ תורני שיו"ל ע"י חסידי באבוב 45 פעמיים בשנה

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 1:51 pm
דורך סאדאם חוסעין
אפשר ברענגסטו אראפ די תשובה?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:47 pm
דורך סאדאם חוסעין
הער איך אז עק קומט א פאנעל איבער די נושא,

אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פון אפאר דיינים.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 12:28 pm
דורך שמחהלע
סאדאם חוסעין האט געשריבן:הער איך אז עק קומט א פאנעל איבער די נושא,

אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פון אפאר דיינים.

די דייני קהילת מהרא אין וומסב"ג רעדן אויך דערפון?

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 3:32 pm
דורך סאדאם חוסעין
איך האב נאך נישט געהערט זייערע שיעורים,
אבער איך גלייב אז נישט ווייל מען מאכט נישט צוויי מאל די זעלבע זאך אין די זעלבע חול המועד.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:01 pm
דורך פיין מסכים
שיעור שייטלעך.PNG
שיעור שייטלעך.PNG (412.04 KiB) געזען 3652 מאל

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:26 pm
דורך Don't worry
סאדאם חוסעין האט געשריבן:דדרשת כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א

אויך וויל איך רעדן פון דעם ענין פון די שייטלען, די שייטלען פון מענטשליכע האר וואס מ'רופט עס "יומען העיר", איך רעד נישט פון די חלק הפריצות, וואס איז אסור צוליב צניעות, נאר אפילו אן דעם איז עס אסור להלכה, א איסור דאורייתא! פון תקרובת עבודה זרה.

פון ווי קומען די האר-שייטלען? עס קומט פון אינדיע, דארט זענען דא גויים ריכטיגע עובדי עבודה זרה, נאך היינט זענען דא מענטשן וואס דינען עבודה זרה ממש, ס'קומען זיך צוזאם שווערע טויזענטער מענטשן, מ'לאזט זיך וואקסן די האר, נאכדעם גייט מען אהין, מ'לאזט זיך דאס אפשערן פאר די עבודה זרה, און זיי פרעפלען דערביי, און מ'גייט אהיים, תקרובת עבודה זרה ממש!. פון דארט קומען עפי"ר די שייטלען. די איסור פון תקרובת עבודה זרה איז לויט רוב ראשונים אסור בהנאה מדאורייתא!. דאס מיינט אז יעדעס מאל וואס מ'טוט דאס אן, מ'האט הנאה דערפון, ובפרט ביי א אשה איז דאס א גרויסע הנאה, איז מען יעדעס מאל עובר א איסור דאורייתא ממש רח"ל.
ס'איז געווען שוין מיט צען-פופצן יאר צוריק, איז מען נתעורר געווארן דערוועגן, און מ'האט דעמאלטס געמאכט א פייער, מ'האט זיי פארברענט, א ביעור עבודה זרה דא פארנט פון בית המדרש, ס'איז געווען א ריח ניחוח לה'.
ס'איז דורך א שטיק צייט, און מ'דארף ליידער ווייטער רעדן פון דעם, וויל איך נאכאמאל זאגן,
מ'רעדט דא פון א איסור דאורייתא! כ'וויל נישט דא רעדן פונעם חלק האיסור פונעם שייטל לגבי צניעות, נאר לגבי דעם איסור פון עבודה זרה,

דארף מען וויסן אז ס'איז דא אין נוא יארק א פאבריק מיט א הכשר, וואס רבנים האבן מסדר געווען, זיי לאזן מאכן די שייטלען אין טשיינע, מיט א הכשר און זיי זאגן אז זיי האבן משגיחים תמידים, און עס האט נישט דעם איסור פון עבודה זרה.
במילא, די וואס ביי זיי גייט מען יא מיט שייטלען, זאלן כאטש נישט גיין מיט יענע פון אינדיע וואס זענען אויך אסור אלס עבודה זרה וואס דאס איז א איסור דאורייתא! דאס איז אזויווי "עד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר", אז מ'גייט סייווי, זאלן זיי נעמען די מיט'ן הכשר. יעדער טאטע זאל זיך אומקוקן אויף זיינע פארהייראטע טעכטער...

נישט דאס האט די רבי געזאגט. עס וואלט געווען א גלייכע ווען עס קומט ווען ארויס ווארט ביי ווארט וואס די רבי האט געזאגט.

תשובות ובירורים להלכה

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:54 pm
דורך הצעיר באלפי
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אפשר ברענגסטו אראפ די תשובה?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 5:54 pm
דורך סאדאם חוסעין
מתוך דרשת הרב הגאון ר' יוסף משה שטויבער שליט"א:
עס ווערט געברענגט אין חמדה גנוזה: כידוע בימיו פונעם דברי חיים האט זיך געמאכט א זמן וואס איז נפרץ געווארן די ענין פון שייטעלן וואס ווי אונז האבן מיר פריער געשמיעסט אז דעמאלטס איז נאך כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט דעם, עס האט זיך דאן אנגעהויבן אריינכאפן אביסל, די הייליגע דברי חיים האט געטוען פעלות עס צו מונע זיין, בתוך הדברים האט ער געזאגט אזוי די גמרא זאגט אז די דרך פון די יצר הרע איז היום אומר לו עשה כך, ומחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו לך עבוד עבודה זרה, והולך ועובד, וועגן דעם מיז איך מוחא זיין בכל תוקף,

חז"ל זאגן לך עבוד עבודה זרה איינער האט שוין געהערט אזא זאך אז א איד זאל גיין דינען היינטיגע צייטן עבודה זרה? מען האט אזאנס נאך נישט געהערט מיין איך, אבער לענינינו קען מען זאגן רוח הקודש הופיע מבית מדרשו (אז 99% היומען הער שייטלען קומען פון אינדיע) עס דארף נישט קיין באורים,

מען קען מוסף זיין אז די יצר הרע אסאך מאל איז מסכים לייג אוועק די ע"ז די עיקר זאלסט בלייבן ביים אלטען, ער ווייסט מען וועט מוחא זיין אויף די ע"ז און מען וועט זאגן מען מעג נעמען נאר מיט א גוטע הכשר,

וועט אויסקומען אז מיט א הכשר איז יא מותר, דארף מען זיך יעצט צוזאמען נעמען פינקט פארקערט מען דארף זעהן אז די ייצר הרע זאל נישט פארדינען פון דעם פירצה, די אלע אסורים וואס איז געווען ביז היינט זאל נישט אפגעקולט ווערן, נאר פינקט פארקערט, די אלע גיום זענען גרייט זיך צו אפשערן זייער האר פאר דעם טמא'נעם ע"ז, דארף מער אונז להבדיל זיכער גרייט, זיין זיך אויסצוטון די האר פארן אייבערשטען, און נישט ח"ו וואס זיי האבן אויסגעטוען זאלן מיר אונז אנטוען

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 7:07 pm
דורך פעלעד
סאדאם חוסעין האט געשריבן:מתוך דרשת הרב הגאון ר' יוסף משה שטויבער שליט"א:

במחילת כבוד תורתו, די לעצטע שטיקל איז היפש נאריש גערעדט, ער איז נישט קליגער פון חז"ל וואס זאגן אז כשם שמצוה כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע, ווייל תפסת מרובה לא תפסת כלום...
בזמנינו וואס רוב עוילם גייט שייטלעך איז נישט צום זאך רעדן אזוי, פארקערט גאר, מיטן נעמען דעם עקסטרים וועט מען שוין נישט צוהערן וואס ער רעדט לענין ע"ז ונמצא ברצונו להועיל רק מקלקל יותר.
על זה נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 7:16 pm
דורך שרייזשע

זייער גערעכט.
און אן אנדער אשכול האט איינער צוגעברענגט אז סאטמאר רבי זצ"ל האט אין די שטאט סאטמאר געהאלטן 2 דרשות, און איין בהמ"ד האט ער מעורר געווען אז מען זאל אנטון שייטלעך... און די אנדערע האט ער גערעדט אז מען זאל אויסטון... איך מיין אז היינט וואלט ער גערעדט אז די שייטלעך זאלען זיין אויסגעהאלטן, קארץ, פשוט וכו' אין נישט אז מען זאל אויסטון...
עס האט נישט קיין שום פשט צו פארלאנגען אויסצוטון די שייטלעך היינט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 7:54 pm
דורך לב בשר
וואס כ׳האב געשריבן אין אנדערען אשכול:
אמת, ס׳וואלט נישט געווען קיין איין שייטל אין סאטמאר. אבער נישט ווייל ער האט געהאלטן אז ס׳איז א איסור גמור צוגיין מיט א שייטל, נאר ער וואלט מחזיר געווען עטרה ליושנה פונקט וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען...
איך קום נישט זאגן אז ער האט גיהאלטן אז שייטלען זענען מותר, אבער דורכזוכטיגע שטרימפ אדער ביי האר וואס איז אסור, האט ער מוחה געווען בכל התוקף, געוויינט ביי כל נדרי... משא״כ פאה נכרית האט ער בכלל נישט גערעדט!
בין והתבונן.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 10:12 pm
דורך שמחהלע
ווינער רב שליט"א האט גערעדט זייער שטארק ביי כל נדרי וועגן גיין מיט היומען העיר וואס איז תקרובת ע"ז.
איינער האט די פינקטליכע ווערטער וואס ער האט גערעדט?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 10:29 pm
דורך מי יודע
פעלעד האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:מתוך דרשת הרב הגאון ר' יוסף משה שטויבער שליט"א:
עס ווערט געברענגט אין חמדה גנוזה: כידוע בימיו פונעם דברי חיים האט זיך געמאכט א זמן וואס איז נפרץ געווארן די ענין פון שייטעלן וואס ווי אונז האבן מיר פריער געשמיעסט אז דעמאלטס איז נאך כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט דעם, עס האט זיך דאן אנגעהויבן אריינכאפן אביסל, די הייליגע דברי חיים האט געטוען פעלות עס צו מונע זיין, בתוך הדברים האט ער געזאגט אזוי די גמרא זאגט אז די דרך פון די יצר הרע איז היום אומר לו עשה כך, ומחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו לך עבוד עבודה זרה, והולך ועובד, וועגן דעם מיז איך מוחא זיין בכל תוקף,

חז"ל זאגן לך עבוד עבודה זרה איינער האט שוין געהערט אזא זאך אז א איד זאל גיין דינען היינטיגע צייטן עבודה זרה? מען האט אזאנס נאך נישט געהערט מיין איך, אבער לענינינו קען מען זאגן רוח הקודש הופיע מבית מדרשו (אז 99% היומען הער שייטלען קומען פון אינדיע) עס דארף נישט קיין באורים,

מען קען מוסף זיין אז די יצר הרע אסאך מאל איז מסכים לייג אוועק די ע"ז די עיקר זאלסט בלייבן ביים אלטען, ער ווייסט מען וועט מוחא זיין אויף די ע"ז און מען וועט זאגן מען מעג נעמען נאר מיט א גוטע הכשר,

וועט אויסקומען אז מיט א הכשר איז יא מותר, דארף מען זיך יעצט צוזאמען נעמען פינקט פארקערט מען דארף זעהן אז די ייצר הרע זאל נישט פארדינען פון דעם פירצה, די אלע אסורים וואס איז געווען ביז היינט זאל נישט אפגעקולט ווערן, נאר פינקט פארקערט, די אלע גיום זענען גרייט זיך צו אפשערן זייער האר פאר דעם טמא'נעם ע"ז, דארף מער אונז להבדיל זיכער גרייט, זיין זיך אויסצוטון די האר פארן אייבערשטען, און נישט ח"ו וואס זיי האבן אויסגעטוען זאלן מיר אונז אנטוען

במחילת כבוד תורתו, די לעצטע שטיקל איז היפש נאריש גערעדט, ער איז נישט קליגער פון חז"ל וואס זאגן אז כשם שמצוה כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע, ווייל תפסת מרובה לא תפסת כלום...
בזמנינו וואס רוב עוילם גייט שייטלעך איז נישט צום זאך רעדן אזוי, פארקערט גאר, מיטן נעמען דעם עקסטרים וועט מען שוין נישט צוהערן וואס ער רעדט לענין ע"ז ונמצא ברצונו להועיל רק מקלקל יותר.
על זה נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!

איך נעם נישט קיין שטעלונג וואס ער וואלט יא געברויכט רעדן אדער נישט, אבער למודעי צריכנא, ער האט גערעדט אין קרית יואל, און כהיום אין קרית יואל איז דא מער ווי 50 פראצענט וואס גייען נישט מיט קיין שייטלען