פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

דאס הייסט אז די גאנצע זאך האט באקומען הענט און פיס שפעטער, עס איז ביאורים וואס איז ארויסגעוואקסן נאכן תופעה פונעם שערן, וואס האט זיך אנגעפאנגען אז מזאל נישט אריינקומען אין טעמפל, לאחר המעשה זאגן שוין די גלחים גאנצעטע תורות און סאיז דא וואס נוצן די שפראך קרבן, אבער די המון עם ווייסט נאר אז זיי קומען מקיים זיין א נדר.
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

ישרן האט געשריבן:
מה אנו האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
מה אנו האט געשריבן:דער פשוט'ער פאקט איז אז די עבודת הגילוח ווערט נתייחס צום מתגלח און נישט צום מגלח. בשלמא אויב וואלט ווען געווען ביי זיי עפעס א ענין צו "שניידן" די האר, אזוי ווי להבדיל שחיטת קרבן, דעמאלטס זענט איר גערעכט. אבער למעשה איז דער עיקר עבודה נישט "שניידן" נאר "ווערן אפגעשניטן", וואס דאס איז לגמרי עוקר דעם שם עבודה פונעם מגלח.

דאס איז טאקע מיין חקירה.

א) עס איז נישט מבואר אין קיין איינע פון די הינדו רעליגיע ביכער אז עס איז דא עפעס ענין אינעם עצם שניידן.
ב) קיין איינער פון די מתגלחים איז נישט מהדר אליין אפצושניידן כאטש א חלק פון זיין האר.
ג) די מגלחים זענען נישט ספעציעל ממונה צו שערן פאר'ן געטשקע, נאר זיי זענען די אלגעמיינע בארבער'ס פון אינדיע, וועלכע ווערן פאררעכנט צו זיין איינע פון די נידריגסטע שבטים, און מ'וואלט זיי אודאי נישט איבערגעגעבן קיין עבודה חשובה.
ד) מצד זייער רעליגיע קענען זיי זיך שערן אפילו ביי איינער וואס גלייבט נישט אין זייער דת, אזוי ווי זיי טוען טאקע אין אנדערע פלעצער אין די וועלט. ביי שחיטת קרבן איז פשוט אז אזא זאך קומט נישט אין באטראכט.
ה) זיל בתר טעמא, אויב דער ענין פון זיך שערן איז לשם הכנעה איז פשוט אז דער מגלח טוט נישט קיין שום עבודה מיטן מכניע זיין זיין חבר, אדרבה ער פארדינט גאר געלט אויפן געשעפט. ווייטער אויב דער ענין איז צו געבן די האר פאר די געטשקע איז מסתבר אז דער עיקר איז די געטשקע זאל באקומען די האר, שניידן מאן דכר שמי'?

ווי עס קומט מיר אויס נישטערנדיג אין די וועבסייט פונעם טעמפל האט זיך דער גאנצער שערן אנגעפאנגען אז מזאל נישט אריינקומען אין טעמפל מיט די האר. פארדעם איז מובן אלע תופעות וואס דו שרייבסט. אבער מיט די צייט איז עס געווארן א נדר אז מגייט אפשערן די האר און מקומט מקיים זיין די נדר. דאס איז וואס זיי ווייסן אז מאיז מקיים א נדר. זיי גייען נישט אריין אין די לומדות צו סאיז השפלת הגאוה אדער א קרבן.

וואו שטייט אז דער נדר איז צו שניידן, אפשר איז דער נדר זיך צו לאזן אפשניידן, וכדמוכח מהראיות שהבאתי במציאות הדברים.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

איך דינג מיך נישט מיט דיר. קוק איבער וואס כהאב געשריבן.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אויף ביידע זייטן זענען דא שרייבערלעך מיט נגיעות און זיופים, און אויף ביידע זייטן זענען דא ערנסטע רבנים וואס האבן דן געווען בכובד ראש און מכריע געווען לאיסור און להיתר.

אבער איך מוז זאגן, דער מאס חוצפה און אומאיינגעהאלטנקייט וואס איז דא ביי די כותבי קונטרסים שבצד האוסרים, כאילו יעדער רב המתיר איז עפעס א חדר יונגל וואס לאכט זיך אויס פון דאס הארבסטע, דאס האב איך נישט געטראפן אויף די צווייטע זייט.

ווי למשל דאס וואס זיי שרייבן אויף הגאון הגדול ר' חי"ד ווייס שליט"א:
עזות.png
עזות.png (82.34 KiB) געזען 3929 מאל


אפילו אויב וואלט די טענה געווען א ריכטיגע, איז עס נישט קיין זאך וואס מען קען שרייבן ברבים אויף איינע פון די גדולי הרבנים, זיכער נישט אויף אזא וועג. און נאך אלעם איז ער דאך נישט דער איינציגסטער רב המתיר, און מיט דעם וואס זיי וועלן אים אפפרעגן וועלן די וואס נוצן די שייטלען נאכנישט טוישן, איז וואו דא דער תועלת?

אבער עס גייט אסאך ווייטער:
א. קורבה און נגיעה פסל'ן נישט ביי איסור והיתר שאלות, און עס איז באוואוסט די גאר שארפע ווערטער פון חזון איש קעגן די וואס נוצן אזעלכע דיבורים. ובתוך דבריו:
חזוא.png
חזוא.png (53.44 KiB) געזען 3929 מאל

ב. די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן. נישט זיין קרוב האנדלט מיט שייטלען נאר זיין קרוב'ס קרוב. א טשוואק'ס א טשוועקל. און יענער איז נאכנישט אזא מולטי-מיליאנער אז הגרחי"ד ווייס זאל עפעס פארדינען פון אים...
ג. און דער עיקר, ווייסט איר ווער איז יא א נענטערער קרוב? ראש האוסרים ר' משה שטערנבוך שליט"א. יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז וואו א קרוב איז פסול איז ער אויך פסול לחובה. פארוואס שרייבן נישט די כותבי קונטרסים להיתר אז הגר"מ שטערנבוך קען נישט פסק'ענען?

(פאר דער וואס דארף וויכטיג וויסן, ביי מיין שטוב גייט מען נישט מיט יומען העיר)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

"הרב יענג" (אז מ'לעבט דערלעבט מען...) האסט מיר אויפגערעגט!
נישט אויף דיר רעג איך זיך, נאר אויף די זעלבע חברה וועמען דו צילסט.

איך לייען שוין לאנג ניש וואס זיי שרייבן, ווייל כ'טראסט זיי נישט.
זיי וועלן אלעס-אין-די-וועלט טון, כדי צו שטופן זייער אגענדע, אויסצופארעמען אידישקייט אויפן מהלך פון my way or the highway...
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

Yang2020 האט געשריבן:אויף ביידע זייטן זענען דא שרייבערלעך מיט נגיעות און זיופים, און אויף ביידע זייטן זענען דא ערנסטע רבנים וואס האבן דן געווען בכובד ראש און מכריע געווען לאיסור און להיתר.

סאו פאר האב איך נאך בכלל נישט געזען קיין קונטרסים פון די צד המתירים, סאו כ'ווייס נישט וויפיל מ'קען זיי באשולדיגן אין זיופים...
מצד די רבנים, כנראה אז רוב רבנים האוסרים האבן קיינמאל בכלל נישט דורכגעטוהן די מציאות הדברים געהעריג, די איינציגסטע וואס האבן אליין גובה עדות געווען זענען געווען הרב אלישיב הרב וואזנער און הרב ניסים קרליץ, וואס זיי זענען געפיטערט געווארן מיט טאטאל פאלשע אינפארמאציע, ווי למשל דאס וואס אמיר דרומי האט מעיד געווען אז דער הונדי פון די האר איז א כלי קיבול פונעם אליל, און דאס וואס הרב דונר האט געהאקט אין קאפ אז די בארבער'ס זעען אין זייער ארבעט א מעשה עבודה פונקט ווי שחיטת קרבן, וכדו'. און רוב איבריגע רבנים האבן זיך פשוט סומך געווען אויף דעם.
הרב וואזנער האט טאקע חושש געווען אז די מציאות הדברים איז נישט פונקט ווי מ'האט עס אים אראפגעלייגט, אזוי ווי ער ערווענט אינעם בריוו צו הרב הערבסט.
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

כ'האב פארגעסן פון ר' משה שטרנבוך, אבער ער האט א מחודש'דיגער צוגאנג צו די גאנצע נושא, ואכמ"ל.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

עטס הערטס אויף!
כ'רוף באלד 'פעלעד' צו ענק....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וואסאיז מעציווארפט דיין גאנצע בנין?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

shimon7323 האט געשריבן:וואסאיז מעציווארפט דיין גאנצע בנין?

וועכע בנין?, כ'בין נישט אין קאנסטראקשן
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

Yang2020 האט געשריבן:אויף ביידע זייטן זענען דא שרייבערלעך מיט נגיעות און זיופים, און אויף ביידע זייטן זענען דא ערנסטע רבנים וואס האבן דן געווען בכובד ראש און מכריע געווען לאיסור און להיתר.

אבער איך מוז זאגן, דער מאס חוצפה און אומאיינגעהאלטנקייט וואס איז דא ביי די כותבי קונטרסים שבצד האוסרים, כאילו יעדער רב המתיר איז עפעס א חדר יונגל וואס לאכט זיך אויס פון דאס הארבסטע, דאס האב איך נישט געטראפן אויף די צווייטע זייט.

ווי למשל דאס וואס זיי שרייבן אויף הגאון הגדול ר' חי"ד ווייס שליט"א:
עזות.png
[/size]

וואו קען מען לעזען דיעזע דיבורים?
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קונטרס פאת קדמה חלק ב' (פארשידענע ווערסיעס דערפון דרייען זיך אויפן אינטערנעט).
בכלל איז דער קונטרס פול מיט טעותים (אדער סילופים) בגמרא ובסברא (און צום גלייבן אז אויך אין מציאות הדברים), און די גאנצע וועג וויאזוי ער לייגט אראפ שיטת הגרחי"ד ווייס (כדי צו קענען שרייבן אז באמת איז ער אויך מודה אז עס איז אסור :roll: ) איז איין גרויסע שקר. דאס וואס איך האב געברענגט איז נאר דער שפיץ.

(איך בין נישט קיין רב אדער פוסק און איך האב זיך נישט אריינגעלייגט אין מציאות הדברים, נאר אביסל געלערנט די סוגיות)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

בראזיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אפשר שוין אויסגעשמועסט אבער ס'שווער צו זוכן.
ווייסט איינער במציאות אויב איז דא א חשש אינדיען ווען מ'קויפט (אנליין למשל) און ס'שטייט דערויף "בראזיליען האר" (למשל) ?
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז עס דא א חילוק פון די בלאנדע ביז די טינקעלע האר.

אז די בלאנדע קומען נישט פון יענע געגענטער . יש דברים בגו?


אכן יש דברים בגו
וויבאלד אפילו אז מען קען פארבען האר, אבער די אינדיאנער האר איז גאר שטארק טינקעל אין עס איז גאר שווער צו מאכען פון דעים עכט בלאדע שייטלעך, ולכן אע"פ אז יש טוענים אז מען קען יא, אבער כו"ע מודי אז עס איז א גרויסע הוצאה אין געלט אין טירחה יתירה, ולכן אין חוששין לזה.

ראה כאן http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... 8&start=80 יש תמונה של כרוז מבי"ד הגר"נ קרליץ זצ"ל וואס זיי מערקן אהן די נקודה סוף פון די בריוו בקיצור ע"ש.


זאגסט וואס דו ווייסט אדער וואס דו טראכסט?
ניין נישט ריכטיג, די מציאות איז להיפך יעדע האר איז בלאנד, שווארץ איז א קאלער וואס קומט אראפ מט קעמעקעלס.

רובא דרובא בלאנדע שייטלעך קומען פון אינדיע

אין אינדיע איז נישט דא קיין בלאנדע האר (קענסט א בלאנדע אינדיאנער,אראבער,)
די בלאנדע קומט פון יוראפ די ארימע לענדער באלטישע לענדער
היות ספארקויפט זיך פאר גוט געלט זאגט קיינער פון די סוחרים נישט זייער פינקטליכע מקום
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

rutledge האט געשריבן:.

און וואס איז מיט טונקעלע אדער שווארצע? איז דא א חשש אז זיי זאגן אויף אינדיען אז ס'קומט פון ערגעץ אנדערש? מה לו לשקר? אינדיע איז ווייניגער חשוב?
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

להודות האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:.

און וואס איז מיט טונקעלע אדער שווארצע? איז דא א חשש אז זיי זאגן אויף אינדיען אז ס'קומט פון ערגעץ אנדערש? מה לו לשקר? אינדיע איז ווייניגער חשוב?

מער חשש אבער ס׳איז זיכער אז אסאך האר קומען באמת פון בארזיל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

להודות האט געשריבן:אפשר שוין אויסגעשמועסט אבער ס'שווער צו זוכן.
ווייסט איינער במציאות אויב איז דא א חשש אינדיען ווען מ'קויפט (אנליין למשל) און ס'שטייט דערויף "בראזיליען האר" (למשל) ?

נעמען פון מדינות זאגט נישט גארניש, ריזיגע פראצענט פון בראזיל האר קומען בכלל נישט פון בראזיל, אינדיע און נאך פארקויפן פאר פאשידענע לענדער וואס מיט קליינע שינויים טוישן זיי די נאמען.
אונליין איז די גרעסטע חשש עבודה זרה ווייל דארט וויסטי נישט וואס טוט זיך, דער מוכר קען שרייבן וואס ער וויל.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

rutledge האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז עס דא א חילוק פון די בלאנדע ביז די טינקעלע האר.

אז די בלאנדע קומען נישט פון יענע געגענטער . יש דברים בגו?


אכן יש דברים בגו
וויבאלד אפילו אז מען קען פארבען האר, אבער די אינדיאנער האר איז גאר שטארק טינקעל אין עס איז גאר שווער צו מאכען פון דעים עכט בלאדע שייטלעך, ולכן אע"פ אז יש טוענים אז מען קען יא, אבער כו"ע מודי אז עס איז א גרויסע הוצאה אין געלט אין טירחה יתירה, ולכן אין חוששין לזה.

ראה כאן http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... 8&start=80 יש תמונה של כרוז מבי"ד הגר"נ קרליץ זצ"ל וואס זיי מערקן אהן די נקודה סוף פון די בריוו בקיצור ע"ש.


זאגסט וואס דו ווייסט אדער וואס דו טראכסט?
ניין נישט ריכטיג, די מציאות איז להיפך יעדע האר איז בלאנד, שווארץ איז א קאלער וואס קומט אראפ מט קעמעקעלס.

רובא דרובא בלאנדע שייטלעך קומען פון אינדיע

אין אינדיע איז נישט דא קיין בלאנדע האר (קענסט א בלאנדע אינדיאנער,אראבער,)
די בלאנדע קומט פון יוראפ די ארימע לענדער באלטישע לענדער
היות ספארקויפט זיך פאר גוט געלט זאגט קיינער פון די סוחרים נישט זייער פינקטליכע מקום

ליין איבער וואס עס שטייט דא, א האר ארגענעל איז בלאנד, און שווארץ איז קאלער וואס קומט אראפ מיט קאמעקאלן, און 99% בלאנדע שייטלען קומען פון אינדיע.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

rutledge האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:.

און וואס איז מיט טונקעלע אדער שווארצע? איז דא א חשש אז זיי זאגן אויף אינדיען אז ס'קומט פון ערגעץ אנדערש? מה לו לשקר? אינדיע איז ווייניגער חשוב?

מער חשש אבער ס׳איז זיכער אז אסאך האר קומען באמת פון בארזיל

עס מאכט גאר ווייניג סענס אז עס קומט פון בראזיל, ווייל פאר וואס זאל מען זיך לאזן שניידן אין בראזיל ווען מען קען האבן פאר פעניס אין אינדיע,

מה לו לשקר, איז זייער פשוט ווייל רוב גלויבן'ס לאזן נישט נעמען פון אינדיע , נישט די נוצרישע גלויבן און נישט די מוסלעמענע גלויבן, און אויך נישט להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה, ממילא טרייען זיי ארום צו חוש'ן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:.

און וואס איז מיט טונקעלע אדער שווארצע? איז דא א חשש אז זיי זאגן אויף אינדיען אז ס'קומט פון ערגעץ אנדערש? מה לו לשקר? אינדיע איז ווייניגער חשוב?

מער חשש אבער ס׳איז זיכער אז אסאך האר קומען באמת פון בארזיל

עס מאכט גאר ווייניג סענס אז עס קומט פון בראזיל, ווייל פאר וואס זאל מען זיך לאזן שניידן אין בראזיל ווען מען קען האבן פאר פעניס אין אינדיע,

מה לו לשקר, איז זייער פשוט ווייל רוב גלויבן'ס לאזן נישט נעמען פון אינדיע , נישט די נוצרישע גלויבן און נישט די מוסלעמענע גלויבן, און אויך נישט להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה, ממילא טרייען זיי ארום צו חוש'ן

אין די ארימע אמעריקאנע לענדער איז עס די זעלבע ביליג
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אפשר טרעפסטו מיר ווי אין דרום אמעריקא מען שנייד האר בכלל?

זיכער איז עס די זעלבע ביליג ווייל עס איז געשנידן אין אינדיע, מאך א קליינע גוגל סערטש,

טרעף מיר איין פלאץ ווי מען שנייד ריעל ברעזיליען האר.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

Is Brazilian hair really from Brazil?
WARNING: There's No Such Thing As Brazilian Hair!
If you think your hair is from Brazil, think again. Though hair companies would like for you to believe that they offer the best hair from around the world, the truth is it all comes from one place…India


דאס איז וואס גוגל ענטפערט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

להודות האט געשריבן:אפשר שוין אויסגעשמועסט אבער ס'שווער צו זוכן.
ווייסט איינער במציאות אויב איז דא א חשש אינדיען ווען מ'קויפט (אנליין למשל) און ס'שטייט דערויף "בראזיליען האר" (למשל) ?

דאס איז ואוס גוגל ענטערפט
There's No Such Thing As Brazilian Hair!
If you think your hair is from Brazil, think again. Though hair companies would like for you to believe that they offer the best hair from around the world, the truth is it all comes from one place…India
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

Capture.PNG
Capture.PNG (246.14 KiB) געזען 3949 מאל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

דעי בריוו האט גארניש אנגעלייקט מיט דעם אשכול, ער רעדט דא איבער צניעות און נישט איבער חשש ע"ז.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”