פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

בכל לשון של בקשה ביטע נישט אריין מישן דעם נושא פון היתר ואיסור צו גיין א שייטל בכלל, עס זענען דא באזינדערע אשכולות פאר דעם.

מיר אלע געדענקן נאך די שייטלעך סקאנדאל שנת תשס"ד ווען פיל ערליכע יידן האבן אנגענומען דעם פסק פון מרן בעל 'שבט הלוי' און הגרי"ש אלישיב מיט יבלחט"א הגר"מ שטרנבוך ראב"ד ירושלים און הג"ר קרליץ שליט"א ודעימיה, אז האר געשניטן אין אינדיע בבתי ע"ז האט דין תקרובת ע"ז שאינו בטל, ווען הרב אלישיב מיט די ראב"ד און נאך האלטן אז סאיז א דאורייתא גמור און די האר מיז מען פארברענען, און הרב וואזנער האט מיקל געווען אז סאיז נישט קיין דאו' דערפאר איז גענוג נישט ניצן אבער מען דארף נישט פארברענן.
רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט בזמנו אנגענומען די פסקים פון רוב גדולי ישראל.

בזמנו זענען ארויף געקומען 2 גרויסע השגחות אויף שייטלעך, 1 פון שארית ישראל, זיי האבן פארמאכט די השגחה א קורצע צייט דערנאך זענדיג אז נישט מעגליך אמת'דיג משגיח זיין, און דער צווייטער השגחת הג"ר מרדכי גראס שליט"א גאב"ד חניכי הישיבות אין ב"ב, וואס כיום הזה די שייטלעך מיט א הכשר זענען אונטער זיין השגחה.

לעצטענס זיינען ארויס עוררים אויף די השגחה, און בראשם דער ראב"ד הגר"מ שטרנבוך וואס שרייבט שוין אין א תשובה (תשובות והנהגות ח"ה סי' רס"א, מצורף כאן) אז דער רב המכשיר (הרב גראס) האלט אז בעצם איז עס מותר, כדעת היחידים המתירים, דערפאר איז זיין גאנצע השגחה געבויט לקולא מתוך אומדנא וכדו' און נישט מיט א רעכטע השגחה אזוי ווי ביי עסן, ממילא קומט אויס אז די מצב השייטלעך כהיום הזה איז פונקט ווי תשס"ד, און ווער עס וויל זיך פירן כפסק גדולי ישראל (רב וואזנער, רב אלישיב, ר"נ קרליץ, ר"מ שטרנבוך און נאך) קען נישט ניצן די היינטיגע שייטלעך אפילו מיט א השגחה.

יינגעלייט האבן מברר געווען די מציאות און געברענגט בפני רבני בני ברק, זיי האבן אויפגעוויזן אז די אומדנ'ס להיתר זענען נישט ריכטיג, די אומדנא איז אז האר פון א געוויסע קאליר אדער אינטער 3500 שקל איז זיכער נישט פון אינדיע, אבער די לאבאטארי האט געוויזן אז די האר וואס קומט אן צו די דעסטריבריטארס איז שוין איבער געארבעט און בכלל נישט די מקורית'דיגע קאליר, וכן לענין הממון איז די מציאות נישט ריכטיג, און די רבנים האבן מפרסם געווען א בריוו (מצורף בזה).

היינט דאנערשטיג כ' חשון האט דער ראב"ד אויך ארויס געגעבן א בריוו ווי ער צייכנט צי צו זיינע תשובות (מצורף בזה).

אין ב"ב טוט זיך יעצט צווישן די רבנים, זיי האלטן אינמיטןם דורכטון די זאך, און נאך זייער פסק וועט רבי חיים קנייבסקי לכאו' ארויס געבן א בריוו צו פארברענען די שייטלעך אפילו מיט א השגחה. (דאס האט דערציילט א ייד וואס איז געווען בשעת מעשה ביי הגרח"ק, און בני ביתו פון רבי חיים האבן געבעטן ווארטן מיט די בריוו ביז נאך אלע בירורים פון די אנדערע רבנים).

לעת עתה, די עצה איז אדער ביי די שייטלעך מאכער'ס יחידים (עכ"פ לפי הידוע לי אין א"י) וואס פארן אליין אראפ צו געוויסע מדינות נעמען האר און דאס איז מער מוחזק אין כשרות.
אדער איז דא 'אמשינובע שייטלעך' כהוראת כ"ק אמשינובער רבי שליט"א פאר זיינע חסידים צו ניצן נאר האר וואס איז געשניטן געווארן אין א"י פון יידישע מיידלעך אדער פרויען, א שייטעל ביי זיי (לפי ידיעתי איז עס נאר אין א"י) קאסט 6000 שקל.
אטעטשמענטס
מכתב חדש מהראב''ד על פיאה נכרית.jpg
מכתב חדש מהראב''ד על פיאה נכרית.jpg (382.73 KiB) געזען 14136 מאל
קול קורא ע''ז בפיאה נכרית קיץ תשע''ז.JPG
קול קורא ע''ז בפיאה נכרית קיץ תשע''ז.JPG (119.55 KiB) געזען 14136 מאל
לעצט פארראכטן דורך פעלעד אום דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

תשובות והנהגות ח"ה סי' רס"א
וועגן די היינטיגע השגחה אויף שייטלעך
אטעטשמענטס
תשובות והנהגות ח''ה רס''א_עמוד_1.jpg
תשובות והנהגות ח''ה רס''א_עמוד_1.jpg (166.15 KiB) געזען 14133 מאל
תשובות והנהגות ח''ה רס''א_עמוד_2.jpg
תשובות והנהגות ח''ה רס''א_עמוד_2.jpg (163 KiB) געזען 14133 מאל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

תשובות והנהגות ח"ה סי' ר"ס
די פסק פון ראב"ד ירושלים וועגן די שייטלעך פון אינדיע
אטעטשמענטס
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_1.jpg
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_1.jpg (153.25 KiB) געזען 14121 מאל
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_2.jpg
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_2.jpg (170.48 KiB) געזען 14121 מאל
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_3.jpg
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_3.jpg (168.45 KiB) געזען 14121 מאל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

המשך התשובה סי' ר"ס
אטעטשמענטס
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_4.jpg
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_4.jpg (169.26 KiB) געזען 14117 מאל
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_5.jpg
תשובות והנהגות ח''ה ר''ס_עמוד_5.jpg (166.15 KiB) געזען 14117 מאל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך וויל פאלגן די בקשה פונעם פותח האשכול, אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, ס'איז א פחד צו זען די ווערטער וואס דער ראב"ד שליט"א אויף די עצם לאנגע שייטלעך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מי יודע האט געשריבן:איך וויל פאלגן די בקשה פונעם פותח האשכול, אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, ס'איז א פחד צו זען די ווערטער וואס דער ראב"ד שליט"א אויף די עצם לאנגע שייטלעך

קוקט אויס פון די תשובה אז דאס איז זיין עיקר נימוק אויפן אוועקמאכן דעם הכשר.
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

געפעלט מיר די געדאנק ׳אמשינאוו שייטל׳

טאקע א פלא פארוואס איז נאך נישט דא קיין לאקאל האר פון היימישע מיידלעך. מקען ווען באצאלן פאר יעדע מיידל וואס שערט זיך נאך די חתונה (סאיז דא קנע״ה אסאך חתונות) אפאר טאלער צו מנדב זיין איר האר פאר עהרליכע פרויען.
יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

איז קען דאך דאך שוין יעדער גיין מיט די אייגענע אפגעשוירענע האר. (ועי' בעט"ז או"ח סי' ע"ה)
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

Does it really make sense what they write in kinterus that even the synthetic ones have sometimes mixed in from human hair?
Its something a lab can easily determine. Anyone if it's a meeyut ha'mutzee?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

וואס טוט זיך מיט די שייטלען וואס פארמאגן א לייכטע קאליר (בלאנד וכדו')? שווער צו זאגן אז די טונקעלע אינדיאנער גיבן ארויס בלאנדע האר. חוץ אז מ'וועט זאגן אז דאזיגע שייטלען זענען איבערגעפארבט געווארן פון טונקל צו ליכטיג.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 11:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

מונאוויטש האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די שייטלען וואס פארמאגן א לייכטע קאליר (בלאנד וכדו')? שווער צו זאגן אז די טונקעלע אינדיאנער גיבן ארויס בלאנדע האר. חוץ אז מ'וועט זאגן אז דאזיגע שייטלען זענען איבערגעפארבט געווארן פון טונקל צו ליכטיג.

פעלעד האט געשריבן:


יינגעלייט האבן מברר געווען די מציאות און געברענגט בפני רבני בני ברק, זיי האבן אויפגעוויזן אז די אומדנ'ס להיתר זענען נישט ריכטיג, די אומדנא איז אז האר פון א געוויסע קאליר אדער אינטער 3500 שקל איז זיכער נישט פון אינדיע, אבער די לאבאטארי האט געוויזן אז די האר וואס קומט אן צו די דעסטריבריטארס איז שוין איבער געארבעט און בכלל נישט די מקורית'דיגע קאליר
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלבאטיש »

איך ווייס פאר א פאקט פונדערנאנט אז די נייע סענטעטיק שייטעל קאמפאני שטייט אינטער די גאנצע פרישע מערכה

איז זאג נישט אז עס קען נישט זיין אמת

אבער ווער עס פארשטייט פארשטייט

און די נייע סענטעטיק קאמפאני שייטלעך זאכט מען איז מער ווייניגער געמישט מיט יומען נאר עס קומט פון ערגעץ אנדערש

למעשה זאגט מען אז אלע יומען קומט פון זעלבען פלאץ ,די טשיינע חברה קויפן אויך פון אינדיע

בקיצור המעשה

איך האב גארנישט געזאגט איבערן דיון
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

They claim that all synthetic have the same problem!
What and where is the new synthetic company?
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

הייסט דאס, אז סאיז נישט קיין שום חילוק צווישן סענטעטישע שייטל און יומען הער?
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:Does it really make sense what they write in kinterus that even the synthetic ones have sometimes mixed in from human hair?
Its something a lab can easily determine. Anyone if it's a meeyut ha'mutzee?


מאכט נישט קיין סענס. נישט די פרייז און נישט די סחורה.
במציאות איז געווארן ב״ה א שטארקע התעוררות ביי גאר אסאך נשים צדקניות זייט דעמאלץ צו גיין נאר אין סינטעטישע שייטלן וואס איז געווען א היבש שטיקל מסי״נ און ס׳איז א אחריות להוציא לעז עליהם.
אשלג
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשלג »

רחש לבי האט געשריבן:מאכט נישט קיין סענס. נישט די פרייז און נישט די סחורה.
במציאות איז געווארן ב״ה א שטארקע התעוררות ביי גאר אסאך נשים צדקניות זייט דעמאלץ צו גיין נאר אין סינטעטישע שייטלן וואס איז געווען א היבש שטיקל מסי״נ און ס׳איז א אחריות להוציא לעז עליהם.

די זעלבע אחריות איז צו גיין מוציא לעז אויף נשים צדקניות וואס האבן זיך אפגעשניטן די האר וואס איז אויך היבש מסי"נ און אנגעטוהן יומען שייטלעך אויך...
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

מען שטייט שוין ימות המשיח, כמעט אלע משפחות יראים ושלמים פון כלל ישראל גייען דורך יעצט א שווערן נסיון פון תקרובת ע"ז - מען קען זיין א ירא ושלם אבער האבן אן געטשקעלע-ע"ז אינדערהיים - נישט געחלום'ט אז מיר וועלן דארפן אדורכשוויטצען א נסיון פון ע"ז.

עפ"י הלכה העלפט נישט קיין ביטול פאר תקריבות ע"ז - די שייטלן דארף מען פארברענן לויט רוב פוסקים.
לאמיר האפן אז עס וועט זיין צובאקומען סינטעטישע שייטלען מיר אן השגחה מעולה בקרוב
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?


די ניסח גייט בערך אזוי: וואס די פרעגסט וועגן די שייטלעך דאס איז דאך שוין א אלטע שאלה פון תשס"ד.......

(בערך אזווי גייט זיין ווען די שאלה פון די הינער גייט זיך אויפוועקן און א 10 יאר פון יעצט, כאילו מען האט שוין מסדר געווען די פראבלעם דערפון)
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

בעלבאטיש האט געשריבן:איך ווייס פאר א פאקט פונדערנאנט אז די נייע סענטעטיק שייטעל קאמפאני שטייט אינטער די גאנצע פרישע מערכה

איז זאג נישט אז עס קען נישט זיין אמת

אבער ווער עס פארשטייט פארשטייט

און די נייע סענטעטיק קאמפאני שייטלעך זאכט מען איז מער ווייניגער געמישט מיט יומען נאר עס קומט פון ערגעץ אנדערש

למעשה זאגט מען אז אלע יומען קומט פון זעלבען פלאץ ,די טשיינע חברה קויפן אויך פון אינדיע

בקיצור המעשה

איך האב גארנישט געזאגט איבערן דיון



יעדע מערכה קאסט געלט, און דער קאמפעטישן איז עס גרייט אויסצוצאלן נעמט עס נישט אוועק פונעם פראבלעם.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

לייפציק האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:איך ווייס פאר א פאקט פונדערנאנט אז די נייע סענטעטיק שייטעל קאמפאני שטייט אינטער די גאנצע פרישע מערכה

איז זאג נישט אז עס קען נישט זיין אמת

אבער ווער עס פארשטייט פארשטייט

און די נייע סענטעטיק קאמפאני שייטלעך זאכט מען איז מער ווייניגער געמישט מיט יומען נאר עס קומט פון ערגעץ אנדערש

למעשה זאגט מען אז אלע יומען קומט פון זעלבען פלאץ ,די טשיינע חברה קויפן אויך פון אינדיע

בקיצור המעשה

איך האב גארנישט געזאגט איבערן דיון



יעדע מערכה קאסט געלט, און דער קאמפעטישן איז עס גרייט אויסצוצאלן נעמט עס נישט אוועק פונעם פראבלעם.

אמת.
אבער דאס אז ס'איז געספאנסערט דורך מענטשען מיט ביזנעס אינטערעסן איז א שרעקליכע הירוס, ס'נעמט אוועק יעדע שמץ נאמנות פונעם קאמפיין.


לעצם הענין, איז עס באמת די זעלבע שאלה ווי תשס"ד נישט קיין 'פרישער' חשש ווי דער קעפל לויטעט, סך הכל איז מען געוואויר געווארן אז די סחורה וואס מ'האט 'געמיינט' אז ס'איז נישט תלוי אין דעם תשס"ד דיון, איז יא נכלל אין יענע מחלוקה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אלט מאנרא האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?


די ניסח גייט בערך אזוי: וואס די פרעגסט וועגן די שייטלעך דאס איז דאך שוין א אלטע שאלה פון תשס"ד.......

(בערך אזווי גייט זיין ווען די שאלה פון די הינער גייט זיך אויפוועקן און א 10 יאר פון יעצט, כאילו מען האט שוין מסדר געווען די פראבלעם דערפון)

און?

בקאיס דאך למעשה די זעלבע אלטע דיון ונושא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

די סינטעטיק שייטלעך (נישט די בלענד) האט עפעס א חשש?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?


כהאב געהערט פון אפאר לאקלאלע רבנים אז עס איז בכלל נישט קיין שאלה, די צוויי וואס לאזען איבערזאגען בשמם, איז הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב.פ., און הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א אב"ד ומח"ס נטעי גבריאל, אויכעט האט רבי מיכל שטיימעץ געזאגט אז ער האט גערעדט מיט הג"ר משה שאול קליין שליט"א פון בני ברק אין ער זאגט אויך אז עס איז בסדר אין מען דארף נישט מחמיר זיין.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?


כהאב געהערט פון אפאר לאקלאלע רבנים אז עס איז בכלל נישט קיין שאלה, די צוויי וואס לאזען איבערזאגען בשמם, איז הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב.פ., און הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א אב"ד ומח"ס נטעי גבריאל, אויכעט האט רבי מיכל שטיימעץ געזאגט אז ער האט גערעדט מיט הג"ר משה שאול קליין שליט"א פון בני ברק אין ער זאגט אויך אז עס איז בסדר אין מען דארף נישט מחמיר זיין.

גוט צו הערן, ווייסט אפשר מער פרטים פארוואס זיי האבן אזוי געפסקנט?
דו האסט אליינס אנגעפרעגט אדער זיי האבן געשריבן זייער פסק?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”