פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

Car Rental Expert האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:די רבנים זענען שטיל ווייל א גרויסע פראצענט גייט אויפהערן שערן די האר (געהערט בשם א גרויסע דיין אין וויליאמסבורג, איינער וואס באלאנגט צו די מער עקסטרעמע חדר).

במילא פארלאזט מען זיך אויף שיטת המתירים (כמדומה לי הרב מיכל שטיינמעץ און הרב ציננער) וואס האבן געהאלטן אז די גאנצע אינדיע איז נישט אזא פראבלעם

וואס איז א נפק"מ צי מען גייט מיט הוימען אדער סינטעטיש לגבי זיך שערן די האר?

איך האב פארשטאנען אז אפי' אין די סינטעטישע איז אויך עפעס אריינגעמישט, ניין?

אלנפאלס צוליב פראקטישע סיבות זוכן נישט די - אפי' עקסטרעמע- רבנים צו מחמיר זיין, אזוי ווי ביי די ווערים אין די וואסער פרשה.

איך האב גערעדט מיט איינעם וואס איז אין די שייטעל ביזנעס האט ער מיך געזאגט צוויי סברות פארוואס עס איז נישט אמת
1 עכטע האר האט אין די פאבריקן א טייערע ווערד יעדע דינע האר ארבעט מען אויס ער זאגט וועסט נישט טרעפן קיין איין הארל אויף די פלאר
2 אז עס איז צוויי עקסטערע ליינס סינטעטישע אין עכטע, אין נארמאל א פאבריק וואס מאכט סינטעטישע מאכט נישט קיין עכטע אין אזוי אויך פארקערט סאיז נישט דא וויאזוי עס זאל ווערן אויסגעמישט,
אין פארוואס זאל ער דיך טרייען אויסצינארען אין אריינמישען עכטע עס קאסט עם מער,

זיי טענה'ן אז אין טשיינע איז יא דא פאבריקן וואס מאכן ביידע,
אין הוימען האר פין אינדיע איז בכלל נישט טייער, ס'איז גאר ביליג, אין ס'איז דא א איבערפלוס אין די מארקעט, די היימישע שייטעל קאמפאניס לייגן ארויף זייער א גרויסע מארק אפ.
בד"וו אויף אלי עקספרעס ווערט פארקויפט איוראפיען הוימען העיר שייטלעך פאר אפאר הונדערט דאלער...
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

הרה''ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט''א אב''ד פאיע וחבר הבד''צ ד'סאטמר טרעט ארויס שארף אין ביהמ''ד הג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

דער רב שליט''א וואס איז דאס יאר נתכבד געווארן צו זאגן די שבת שובה דרשה אין ביהמ''ד הגדול דקיט''ל ד'סאטמאר -וומס''ב (ראדני) האט גאר שטארק גערעדט וועגן דעם נושא.
כ'וועל פרובירן שרייבן בערך זיין לשון מתוך זכרוני:

(נאכן רעדן וועגן עבודה זרה, האט דער רב געזאגט:)
"ליידער איז עדיין השטן פון עבודה זרה נאך מרקד בינינו

"ס'איז קלאר נתברר געווארן אז ס'איז נישט במציאות צו געבן א הכשר.

..מ'דארף וויסן אז פאר א פרוי צו טוישן פון א יומען האר שייטעל אפילו צו א סינטעטישע, איז גאר גאר א שווערע זאך.. כ'האב אליין מיטגעהאלטן אפאר שטובער ואס האבן געטוישט.. ..מ'קען זאגן א פרוי וואס טוט דאס ברענגט א קרבן פארן באשעפער. ס'איז א מסירת נפש.

און ס'לאזט זיך גארנישט זאגן וואספארא זכות דא איז פאר פרוי וואס טוישט.. ס'אי משפיע פאר ארומיגע.. פאר שכנים.. א פרוי וואס טוישט דאס אויף ברענגט אויף זיך אלע השפעות טובות..." עכ''ל בערך

ווער ס'איז דארט געווען קען מוסיף זיין וואס כ'האב פארגעסן צווישן די שירות מיינע
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

עמי מאגאזין אןיף סוכות האט א פרישער ארטיקל אויף דעם נושא, בקיצור וואס שטייט דארט: איינער ר גרשון וועסט האט זיך אריינגעלייגט דורך ציטוהן די פרישע חששות אויפן בקשה פין הרהג חיד"ו ווייס וואס האט עס מתיר געווען 14 יאר צירוק, ער איז פערזענליך אראפגעפארן קיין אינדיע, אין גערעדט מיט צענדליגע מענטשן וואס האבן זיך געשוירן אויך מיט איינע פין די הויפט גלחים, ער האט אלעס רעקארדעט, נאכן צירוקימען האט ער איבערגיגעבען אלע אינפארמעישאן פאר הרב ווייס אין נאך רבנים, איז הרב ווייס איז געבליבן מיטן היתר, נאכדעם האט הגרמ שטרנבוך אראפגעשיקט זיין אייגענע שליח א בעל תשובה איינער אמיר דרומי, וואס אגב איז אויך געווען זיין שליח 14 יאר צירוק, נאכן צירוקומען מיט זיין אינפארמעישן, איז הרב שטערנבוך געבליבן מיטן איסור.
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

שמחהלע האט געשריבן:עמי מאגאזין אןיף סוכות האט א פרישער ארטיקל אויף דעם נושא, בקיצור וואס שטייט דארט: איינער ר גרשון וועסט האט זיך אריינגעלייגט דורך ציטוהן די פרישע חששות אויפן בקשה פין הרהג חיד"ו ווייס וואס האט עס מתיר געווען 14 יאר צירוק, ער איז פערזענליך אראפגעפארן קיין אינדיע, אין גערעדט מיט צענדליגע מענטשן וואס האבן זיך געשוירן אויך מיט איינע פין די הויפט גלחים, ער האט אלעס רעקארדעט, נאכן צירוקימען האט ער איבערגיגעבען אלע אינפארמעישאן פאר הרב ווייס אין נאך רבנים, איז הרב ווייס איז געבליבן מיטן היתר, נאכדעם האט הגרמ שטרנבוך אראפגעשיקט זיין אייגענע שליח א בעל תשובה איינער אמיר דרומי, וואס אגב איז אויך געווען זיין שליח 14 יאר צירוק, נאכן צירוקומען מיט זיין אינפארמעישן, איז הרב שטערנבוך געבליבן מיטן איסור.

פון פארום אוצר החכמה:
אב בבינה האט געשריבן:
זאב ערבות האט געשריבן:הנה עבר כבר חודש מאז שפורסמה איזו הודעה באשכול ארוך זה והנה סיפור השגחה. בערב יו"ט קבלתי הודעה מידיד האם ראיתי כתבה מסויימת שכתב בשבועון ami היוצא לאור מדי שבוע בארה"ב. זה עתון חרדי מתחרה למשפחה שעורכו היה פעם אחד מעורכי משפחה. עניתי לאותו ידיד שאיני קונה שבועון זה מטעמים שונים (ומטעמים אחרים אף לא את משפחה ויתד והמודיע ואין זה מענין האשכול). אך מתוך סקרנות ממש כמה שעות ערב החג קניתי את הגליון והנה יש שם בחלק המיועד לנשים מאמר ארוך באנגלית על פולמוס הפאות מהודו. כעת הבנתי שזו הסיבה לקניית השבועון. המאמר במלואו מופיע בקובץ המצורף, ובקיצור מדובר בו שאחד בשם רב גרשון ווסט נסע למנזר בהודו בעת האחרון לברר בעצמו מה קורה שם וכן לברר את האגדה החדשה של neela devi שהיתה לכאורה קוצצת את שערה לשם תקרובת. הוא נסע לשם לבקשת הרב הדיין חיים יוסף דוד ווייס מאנטוורפן שפסק בזמנו שהפאות מותרות ומסקנת הביקור שהאגדה ההיא אין לה שחר ובסיס ושדבר לא השתנה והפאות מותרות כיוון שהנשים לא מקריבות את שערן.
לעומת זאת הם מביאים עדות של אחד בשם עמיר דורי שאף הוא נסע להודו ומעיד שהנשים אכן מקריבות את שערן והגיש את ממצאיו לרב שטרנבוך ועקב זאת דבק בפסק שלו שהפאות אסורות מדין תקרובת.
עד כאן ממש תמצית שבתמצית של הכתבה, והדבר ממש מפליא כיצד יתכן שיש עדויות (של עד אחד) סותרות, ממש דבר והיפוכו, ודבר זה לכשלעצמו צריך לעורר תהיה, הלא אין ספק שצד אחד משקר וצריך לברר מי השקרן ומה האינטרס שלו.

אכן כך כתוב בעיתון כאילו יש סתירה בין דברי גרשון וועסט ואמיר דרומי.

אבל ביררתי הדבר לעצמי עוד לפני כמה חדשים, וישבתי ודיברתי עם הרב גרשון וועסט (שאגב גר במונסי, אבל היה בארץ אחרי שבועות לכמה ימים) יותר מ3 שעות לברר העובדות על דיוקם, וגם דיברתי בהרחבה עם אמיר דרומי, ובאמת שניהם אומרים בדיוק אותן העובדות, וכן שניהם הסריטו כל השיחות שלהם בהודו, וראיתי אותן, והם ממש אותן הדברים ואין שום סתירה כלל.

אחרי ששלחו לי מה שכתב בעיתון הזה, שוב ביררתי אצל ר' גרשון, ואכן הוא דיבר עם העיתון אבל כשדיבר עמם הוא לא רצה להכניס לעובדות למה מתגלחים (ולכן לא אמר להם ששמע ויכוח בין הספרים איזה אליל מקבל השיער, האשה או בעל הקרחה, ועוד כמה דברים חשובים), אלא רק דיבר באופן כללי על הנסיעה שלו להודו, מי היה המתרגם שלו כו' וענה על השאלות ששאלו לו. הוא מאוד כועס על העיתון הזה שהוציאו את דבריו מהקשרם.

לא כתוב שם כלל שהאגדה הזאת אין לו שחר, רק כתוב שזה דבר חדש ולא ידעו על זה בתשס"ד. זה נכון, לא ידעו על זה (אף שיש לי תחת ידי העתק מספריהם שהדפיסו בשנות ה90 ושם כבר כתוב האגדה הזאת), והרב חי"ד וייס סבר שהדבר צריך עוד עיון לאור האגדה הזאת. ולכן שלח לשם הרב וועסט, והרב וועסט סובר שהאגדה אינו עיקר הטעם של הגילוח, אבל הוא לא חולק על שום עובדות של אמיר דרומי, רק יש לו פרשנות שונה. [ולא ירדתי לסוף דעתו שסובר שעל אף שמאמינים באגדה וגם שמע את זה מהכומר הגדול שם, מכל מקום אין זה עיקר הטעם, הלא מספיק אם זה חלק מאומנתם להוכיח שהם מאמינים שהאליל מקבל השיער להחשב תקרובת, אף אם יש להם עוד טעמים, והרחבתי בזה במקום אחר].

הוא כתב עדותו עלי כתב, והנה הוא:
הגדת עדות (1).pdf
(130.78 KiB) געווארן דאונלאודעד 132 מאל

הרואה יראה שהוא מסכים לגמרי עם כל המציאות של הרב דונר של תשס"ד, וכך הוא אמר לי בע"פ כמה פעמים, ואין שום שאלה במציאות. יש רק נידון בהלכה לאור עובדות אלו מה הדין, שלדעת הגרי"ש שע"פ עובדות אלו השער הוא תקרובת, ולדעת הרב חי"ד וייס לא.

לא באתי כאן להכניס לא לסוגיא ולא למציאות, אין לי כח לזה. רק באתי להעמיד הדברים על דיוקם, שמה שהביא הרב זאב ערבות מהעיתון אינו מדיוק. אבל על השאר אינני מתערב, ויבוא עובר ושב, ויעתיק וידבק מגילות ארוכות עד שייבלו שפותיכם מלומר די.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

סאיז פארגעקומען אן אסיפת רבנים אין וויליאמסבורג איבער דעם נושא דאנערשטאג וישלת, איינער מיט מער דיטעלס?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ווינער רב שליט"א רעדט יעצט זייער שארף איבער די שייטלעך.

ער ברענגט ארויס אז יעדע מאל מ'גייט מיט שייטלעך וואס האט אין זיך אפילו איין האר פון אינדיע איז מען עובר אויף צוויי לאוין.

ער זאגט אז מעגליך דאס איז איינע פון די סיבות וואס מ'הערט ליידער אזויפיל אפגעפארנע קינדער, וויבאלד ס'דא אין אידישע שטובער תקרובת ע"ז, און ס'קען נישט זיין דארט קיין השראת השכינה.

ווי אויך האט ער זייער שטארק ארויסגעברענגט די איסור פון גיין מיט "לאנגע" שייטלעך, און שייטלעך וואס האבן סטיילס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

פארוואס מישט מען עבודה זרה מיט צניעות?

אלא מאי
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

משהלע האט געשריבן:פארוואס מישט מען עבודה זרה מיט צניעות?

אלא מאי

ער האט גערעדט איבער די ענין פון "צניעות" בכלליות און שייטלעך בפרטיות. און בשעת ער האט גערעדט פון די צניעות פראבלעם פון שייטלעך האט ער געשפירט אז ער מוז אויך ערווענען די הארבע איסור פון תקרובת ע"ז.

און בד"וו כ'מיין אז ווינער רב שליט"א דארף נישט "משהלע"'ס עצות וויאזוי און וואס צו רעדן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

יישר כח פארן ברענגען קאנטעקסט.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

געווען אויך א אסיפת רבנים אין ב"פ מיט אסאך רבנים, איינער ווייסט וואס איז געבליבן דארט ביי די אסיפה?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

פעלעד האט געשריבן:געווען אויך א אסיפת רבנים אין ב"פ מיט אסאך רבנים, איינער ווייסט וואס איז געבליבן דארט ביי די אסיפה?

היינט איז געווען נאך אן אסיפה אין בורשטין זאהל בראשית צענדליגע רבנים, אין עס איז געווען אן ערנסטע טעהנעריי לכאן ולכאן !
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

וואר זענען די צווי מחנות החולקים?
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

נא_שכל האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:פארוואס מישט מען עבודה זרה מיט צניעות?

אלא מאי

ער האט גערעדט איבער די ענין פון "צניעות" בכלליות און שייטלעך בפרטיות. און בשעת ער האט גערעדט פון די צניעות פראבלעם פון שייטלעך האט ער געשפירט אז ער מוז אויך ערווענען די הארבע איסור פון תקרובת ע"ז.

און בד"וו כ'מיין אז ווינער רב שליט"א דארף נישט "משהלע"'ס עצות וויאזוי און וואס צו רעדן.

ווי קען מען הערן די דרשה?
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:געווען אויך א אסיפת רבנים אין ב"פ מיט אסאך רבנים, איינער ווייסט וואס איז געבליבן דארט ביי די אסיפה?

היינט איז געווען נאך אן אסיפה אין בורשטין זאהל בראשית צענדליגע רבנים, אין עס איז געווען אן ערנסטע טעהנעריי לכאן ולכאן !

אין דער איד איז געווען בילדער פין א אסיפה אין ביהמ"ד אייזענשטאט מיט צענדליגע רבנים, ס'איז געווען 2 אסיפות?
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

געווען צוויי, ביים צווייטן איז געווען ר' גרשון וועסט וואס איז געווען אין אינדיע אין חוקר געווען די גאנצע זאך אין ער האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, ממילא איז געווען דארט א שטארקע טענה'ריי
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

מחזור האט געשריבן:געווען צוויי, ביים צווייטן איז געווען ר' גרשון וועסט וואס איז געווען אין אינדיע אין חוקר געווען די גאנצע זאך אין ער האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, ממילא איז געווען דארט א שטארקע טענה'ריי

למעשה וואס איזה געבליבן?
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

איינער ווייסט וואו מען קען באקומען שייטלעך וואס זענען 100% נישט פון אינדיע?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

שמחהלע האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:געווען צוויי, ביים צווייטן איז געווען ר' גרשון וועסט וואס איז געווען אין אינדיע אין חוקר געווען די גאנצע זאך אין ער האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, ממילא איז געווען דארט א שטארקע טענה'ריי

למעשה וואס איזה געבליבן?

א טייל האבען געהאלטען אז מען דארף אסערען כל זמן עס איז נישט קלאר וואס טוט זיך, א טייל האבען געטהנעט אז עס איז קלאר מותר גמור !, אין א טייל האבען געזאגט איסור גמור !
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

איז עס געבליבן ביי די אלטע צדדים פון הרב שטיינמעץ/ציננער שליט"א מיט די אנדערע?
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

איז נישט ר' גרשון בעסט בעד אז ס'איז יא תקרובת עבודה זרה?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

El Rushbo האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:געווען צוויי, ביים צווייטן איז געווען ר' גרשון וועסט וואס איז געווען אין אינדיע אין חוקר געווען די גאנצע זאך אין ער האלט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, ממילא איז געווען דארט א שטארקע טענה'ריי

למעשה וואס איזה געבליבן?

א טייל האבען געהאלטען אז מען דארף אסערען כל זמן עס איז נישט קלאר וואס טוט זיך, א טייל האבען געטהנעט אז עס איז קלאר מותר גמור !, אין א טייל האבען געזאגט איסור גמור !

איז עס געבליבן ביי די אלטע צדדים פון הרב שטיינמעץ/ציננער שליט"א מיט די אנדערע?

הרב ציננער איז נישט געווען דארט הרב מ.מ. וייס , דומ'ץ פאפא-סאטמאר לאנדאן איז שטארק מתיר.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

משהלע האט געשריבן:פארוואס מישט מען עבודה זרה מיט צניעות?

אלא מאי

נו פיר אויס וואס...

גראדע ווערט שוין דארמאנט אין די גמרא א שייכות פון ע"ז מיט צניעות, סנהדרין סג: אמר רב יהודה אמר רב: יודעין היו ישראל בעבודה זרה שאין בה ממש, ולא עבדו עבודה זרה אלא להתיר להם עריות בפרהסיא"
'ומאתים לנוטרים את פריו'
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

לעכטיגער האט געשריבן:איז נישט ר' גרשון בעסט בעד אז ס'איז יא תקרובת עבודה זרה?

עדות מהרב וועסט
אטעטשמענטס
הגדת עדות (1).pdf
(130.78 KiB) געווארן דאונלאודעד 172 מאל
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

מחזור האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:איז נישט ר' גרשון בעסט בעד אז ס'איז יא תקרובת עבודה זרה?

עדות מהרב וועסט

רבי גרשון האט נישט געשריבען די הגדת עדות, נאר די אוסרים האבען גענומען פון זיינע ריקארדינג'ס אין אראפגעשריבען וואס זיי האבען געוואלט, אין די איבעריגע אויסגעלאזט, סך הכל זיי האבען עם געוויזען וואס זיי שרייבען בשמו..... ודי
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
מחזור האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:איז נישט ר' גרשון בעסט בעד אז ס'איז יא תקרובת עבודה זרה?

עדות מהרב וועסט

רבי גרשון האט נישט געשריבען די הגדת עדות, נאר די אוסרים האבען גענומען פון זיינע ריקארדינג'ס אין אראפגעשריבען וואס זיי האבען געוואלט, אין די איבעריגע אויסגעלאזט, סך הכל זיי האבען עם געוויזען וואס זיי שרייבען בשמו..... ודי

ווי קען מען הערן די רעקארדינגס?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”