כהנים און אייראפעאישע בתי חיים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

כהנים און אייראפעאישע בתי חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

איך האב שוין מערער מאל געזיכט ווי כהנים קענען גיין און די בתי חיים אין אייראפע, און איך האב זיי נישט געקענט געפינען, מען זעט כסדר ווי כהנים גיין און די אייראפעשיע בתי חיים ממש אויף קברים משום חסרון ידוע


אויב איינער קען ארויסהעלפען למצוה גדולה יחשב , מען זאל מאכן א רשומה פון די שטעט, פארשטייט זיך אזא זאך קומט נישט און איין טאג, אבער אז עס איז מעגליך און דער עולם האלט דערביי וועט מען קענען מאכן עפעס

.
למשול ליזענסק, צאנז, מעשביז, לובלין, בארדישוב, סאטמער, קערעסטיער, ,רימאנאוו, פשעווארסק, אוהעל, בעלזא, מינקאטש, מעהערן, קאסוב, לעלוב

אויב עס איז דא אנדערע אשכול ביטע צאמשטעלען
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אין צאנז איז אנגעצייכנט אז מען מעג אפילו נישט צוגיין נאנט צום ביה"ח, צוליב וואס מען האט געריקט די גדרים אין לויף פון די יארן.
עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

רבותי, אויב איינער האט זיי וועלכע אינפרמאציע זאל ער אריין קומען, איז מיר גאר נייטיג (ווי אויך אנדערע כהנים אויף וועלטעל),

ביטע זייטס מחיה אידן, פאר אזלעכע גרויסע טעג, א גוואלדיגע גמילת חסד.

ישר כח פון פאראויס
כתיבה וחתימה טובה
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און איך פארשטיי נישט ווי אזוי כהנים פארן בכלל אויף די לענג און די ברייט פון די אייראפעישע מדינות, ווצב"ש פולין רוסלאנד, עס איז אנגעזייעט all over מיט יודיש בלוט, מען דארף א ר' שמעון בן יוחאי זאל עס מטהר זיין
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יהיה כן האט געשריבן:און איך פארשטיי נישט ווי אזוי כהנים פארן בכלל אויף די לענג און די ברייט פון די אייראפעישע מדינות, ווצב"ש פולין רוסלאנד, עס איז אנגעזייעט all over מיט יודיש בלוט, מען דארף א ר' שמעון בן יוחאי זאל עס מטהר זיין

זיי זענען דאך ממילא מאהיל אויף אויר ארץ העמים, ס'נישט קיין הוספה בטומאתם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און אין די אמעריקאנער בתי חיים? נאר אין די גאר היימישע קען מען אריינטרעטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נא_שכל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:און איך פארשטיי נישט ווי אזוי כהנים פארן בכלל אויף די לענג און די ברייט פון די אייראפעישע מדינות, ווצב"ש פולין רוסלאנד, עס איז אנגעזייעט all over מיט יודיש בלוט, מען דארף א ר' שמעון בן יוחאי זאל עס מטהר זיין

זיי זענען דאך ממילא מאהיל אויף אויר ארץ העמים, ס'נישט קיין הוספה בטומאתם.

סי'ז מסתמא פיל הארבער ווי סתם 'אויר ארץ העמים', יתכן אז ס'איז איין ריזיגע 'בית הפרס' [שדה שאבד בה קבר]...
הונדערטער טויזנטער אידן זענען געפאלן אויף די וועגן, ביי די טויט מארשן וכו' וכו' [נישט אין די קרעמאטאריום'ס], וואו האט מען זיי אלע באגראבן? וואו איז זייער געביין אהין געקומען??.
און דאס איז חוץ וואס אין רוב מקומות איז נישטא קיין קלארע גבולים פון דעם בית החיים, אויב האט מען שוין יא געמיינט אז דער בית החיים האט עפעס א גבול, שטעלט זיך ארויס אז ס'יז סאך גרעסער וואו מען האט געמיינט, [ואומאן וראדאשיץ יוכיח כידוע].
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

פונקט האט מיר א כהן דערציילט אז ער איז געווען דעם שבת אין צאנז, האט אים ר' יואל האלבערשטאם שליט"א פון "בוני צאנז" אנגעוויזן א מקום אינדרויסן פון אוהל אויף די אנדערע זייט פונעם גדר ווי כהנים קענען שטיין גאר נאנט צום אוהל.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”