בלאט 1 פון 5

דרשות פין ר' Rabbi YY Jacobson

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:23 pm
דורך פרישוואסער
איך זיך צו דאונלאדען שיעורים/דרשות פין ר' Rabbi YY Jacobson

אויף torahanytime.com איז נאר דא די מאסט ריסענט איך ברוך מערערע

ש'כוח

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:25 pm
דורך כרם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:42 pm
דורך פרישוואסער
כרם האט געשריבן:https://www.theyeshiva.net

א שיינעם דאנק!

אינטערעסאנטע שיעורים און דרשות - תורה עניטיים

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:25 pm
דורך שמואל בארג
אין דער שווערע תקופה ווען די טעכנעלאגיע רייסט שטיקער פון כלל ישראל, איז דא א באשיידענע קליינע ווינקעלע אויפן ברייטן געוועב, וואס טוט מזכה זיין דעם רבים מיט טויזענטער שעות תורה א טאג, און דאס איז די ברייט באקאנטע תורה עניטיים סייט, מיט אירע הונדערטער מגידי שיעור און בעלי דרשנים.

צומאל הערט מען אויס א גוטן שיעור/דרשה/לעקטשער, און מען שפירט אז אנדערע קענען הנאה האבן, זענען מיר געגאנגען פתיחה מיט דעם אשכול, וואו דא וועט איר קענען מודיע זיין פארן ציבור ווען אימער איר הערט א גוטס.

יגדיל תורה ויאדיר.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:58 am
דורך יוסיף דעת
שכח פארן עפענען די אשכול, איך פערזעליך האב מוראדיג הנאה פון דעם ווייל איך הער אויס א יעדען טאג אפאר שיעורים פון די וועבסייט סיי אידיש און סיי ענגליש און אסאך מאל טראכט איך צו מיר הלוואי קען איך ווען מיטטיילן מיט אנדערע די שיעורים זאלן אנדער אויך הנאה האבן פון דעם.

לעצטענס האב איך מיר באגעגענט מיט די בייגעלייגטע דרשה ער רעדט פון שלום בית ווי אנדערש א מאן און א פרוי טראכטען אד"ג, איך האב זייער הנאה געהאט דערפון איך האף אז עטץ וועטס אויך הנאה האבן דערפון

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=43549

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:20 am
דורך יוסיף דעת
הערטס און האטס הנאה!!!!
Rabbi Zecharia Wallerstein

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:00 pm
דורך דוד משה
עס איז דא יעדן טאג א פרישע שיעור פון הרב שמעון שפיטצער אויף עניני דיומא - יארצייטן וכדומה, לויט ווי איך הער דארף דאס צו זיין אינטערעסאנט.

YY Jacobson

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:25 am
דורך נאות דשא
אויך קען מען דארט הערן דעם באקאנטען Rabbi YY Jacobson.
ער האט א סעריע פון בערך 20 שיעורים אויף אמונה. עס איז מורא׳דיג.
אויך האט ער שיעורים אויף חינוך און שלום בית.
הערטס און האטס הנאה!!!

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 9:46 am
דורך פאראינטערסירט
נאות דשא האט געשריבן:אויך קען מען דארט הערן דעם באקאנטען Rabbi YY Jacobson.
ער האט א סעריע פון בערך 20 שיעורים אויף אמונה. עס איז מורא׳דיג.
אויך האט ער שיעורים אויף חינוך און שלום בית.
הערטס און האטס הנאה!!!

Rabbi YY Jacobson גיבט א פרישע שיעור איינס צוויי מאל א וואך,
ער איז א געוואלדיגער רעדנער, צונעמט זייער שיין א זאך,
Rabbi YY Jacobson

(סייד נאוט: ער איז א ליובאוויטשע חסיד און נישט אייביג שטימן זיינע השקפות מיט די סאטמארע השקפה, מ'דארף וויסן וואס צו מקבל זיין און וואס נישט)

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 11:33 am
דורך farshlufen
נישט אייביג שטימען?.

דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 10:10 pm
דורך פאראינטערסירט
farshlufen האט געשריבן:נישט אייביג שטימען?.

דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.

דהיינו?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 10:15 pm
דורך יאיר גאלד
איך זע דארט עפעס א היימישן רעדנער, רעדט אסאך פון שלום בית מיטן נאמען שמעון גרין, איינער ווייסט ווער דאס איז?

איך זע אז ער האט אויך גערעדט ביי שבת קרבתנו.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 10:16 pm
דורך שמואל בארג
פאראינטערסירט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:נישט אייביג שטימען?.

דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.

דהיינו?


וואס ווייסן די הייניגע יונגווארג...

זיין פאטער ר' גרשון דזשעקבסון ע"ה איז געווען די רעדאקטאר פונעם 'אלגעמיינער דזשורנאל', ואידך פירושא זיל גמור.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:33 am
דורך Amazing
יאיר גאלד האט געשריבן:איך זע דארט עפעס א היימישן רעדנער, רעדט אסאך פון שלום בית מיטן נאמען שמעון גרין, איינער ווייסט ווער דאס איז?

איך זע אז ער האט אויך גערעדט ביי שבת קרבתנו.

דא איז פארהאן א שטיקל אשכול איבער עם

דרשות הרב יעקב יוסף יעקובזאהן-Rabbi Y Y Jacobsohn

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2017 10:52 am
דורך תמימות'דיגער
איך האב לעצטענס געהערט א דרשה זיינע. ער איז א פה מפיק מרגליות איינס אין דער וועלט - כ'געדענק נישט הערן קיינמאהל אזא טאלאנטפולער אידישע רעדנער. זיינע דרשות זענען אין ענגליש אבער דא אין דארט ווארפט ער אריין א אידיש ווארט.
זיין סענס אויף הומאר איז געוואלדיג, זיין הבנה אין חסידות איז מורא'דיג און זיין ברייטקייט און ידיעות זענען איבערריישענד. אויב איינער וואלט געקענט אראפברענגען דא רעקארדירונגען, קליפס פון זיינע דרשות לתועלת הרבים וואלט גוט געוועהן [אזוי קען מען אויך דעבאטירן תוכן דבריו בין השיטין].

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 2:10 pm
דורך קאפ און אקסל
עס ווענט זיך צי וועם ער רעדט, בדרך כלל רעדט ער איינס אין דער וועלט, אבער ווען ער רעדט צי א שוואכע עולם איז די דרשה נישט געמאכט פאר א היימישע איד אויסהערן.


איך באלעק מיך די פינגערס מיט זיינע דרשות.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 4:08 pm
דורך שמואל בארג
א שיינער שיעור איבער נגינה, דורך ר' שמעון שפיצער.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:57 pm
דורך פראהביטש
Rabbi Yosef Shimon Bleier
לעבן מיט אן אמת׳ע נאטירליכע חיות יעדען טאג!!

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=53732

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 12:24 pm
דורך וויי-פיי

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:04 pm
דורך שמערלער

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:45 pm
דורך יענקל פאטאש
משמש האט געשריבן:נייע סעריע פון שיעורים און חובת הלבבות דורך רש"מ רובאשקין.
שמעו ותחי נפשכם
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=57191

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2018 2:34 pm
דורך happyman
Is there an number to listen in the phone?

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 10:55 am
דורך יענקל פאטאש
happyman האט געשריבן:Is there an number to listen in the phone?


שטאלצער יוד האט געשריבן:שיעור אין חובת הלבבות-ר' שלום מרדכי רובאשקין- קול מבשר 1-5

עס איז א שמחה אז ר' שלום מרדכי האט אנגעהויבן זאגן שיעורים אין שער הבטחון אויף קול מבשר.

עס לוינט זיך אויסצוהערן.

א שיעור פון א יוד וואס איז אויסגעקאכט אין בטחון טרעפט מען נישט אזוי שנעל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 11:17 am
דורך kosher phone
happyman האט געשריבן:Is there an number to listen in the phone?

Torah Anytime
6057819825
7127707396
All lectures are very organised by speakers and topics

רבי זכרי' וואלערשטיין שנייד שטיקער

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2018 10:09 am
דורך לייבעלע הירש