פולמוס מסורת התרנגולת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:59 pm

קיסריה האט געשריבן:זייער פשוט.

1) אפילו א רב האלט אז די נייע איז "אויך" גוט און די אלטע אויך - וועט ער נישט לאזן טוישן. ווייל אפילו די נייע איז טאקע גוט, אבער וואס איז דען שלעכט מיט די אלטע.
2) אויב א רב האלט אז נאר די נייע איז גוט, מוז ער בע"כ האלטן אז די אלטע איז נישט גוט.

3) אויב א רב האלט אז די אלטע איז יא גוט, וועט וועט נישט וועלן טוישן צו קיין נייע.
4) אויב א רב האלט אז די אלטע איז נישט גוט, וועט ער אוודאי יא וועלן טוישן צו די נייע.



בכלל נישט, ער קען האלטען אז די געמישטע עופות זענען גוט אדער נישט
און עס איז בכלל נישט תלוי צו די ברקל איז א עוף טמא אדער בלי מסורה וכו'

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:14 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:זייער פשוט.

1) אפילו א רב האלט אז די נייע איז "אויך" גוט און די אלטע אויך - וועט ער נישט לאזן טוישן. ווייל אפילו די נייע איז טאקע גוט, אבער וואס איז דען שלעכט מיט די אלטע.
2) אויב א רב האלט אז נאר די נייע איז גוט, מוז ער בע"כ האלטן אז די אלטע איז נישט גוט.

3) אויב א רב האלט אז די אלטע איז יא גוט, וועט וועט נישט וועלן טוישן צו קיין נייע.
4) אויב א רב האלט אז די אלטע איז נישט גוט, וועט ער אוודאי יא וועלן טוישן צו די נייע.



בכלל נישט, ער קען האלטען אז די געמישטע עופות זענען גוט אדער נישט
און עס איז בכלל נישט תלוי צו די ברקל איז א עוף טמא אדער בלי מסורה וכו'


אויב האלט א רב אז די היינטיגע איז כשר און גוט - וועט ער נישט טוישן צו קיין נייע. פינטל. געמישט ווייס איך נישט ואס עס מיינט. ווייל די נייע איז אויך געמישט לויטן די אוסרים.

רעד ביטע קלאר, אלטע אדער נייע.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:16 pm

למשל "אויב" כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א האלט אז די קארניש זענען כשר.
וועט ער מסתם נישט הייסן טוישן צו בראקל. אפילו ער קען האלטן אז די בראקל איז גוט.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:18 pm

אין די חסידישע וועלט איז היינט דא אזויפיל טעגלאש סחורה, ווי אימער די דרייסט דיר איז דא 2 חצרות וכו' דער איז גיט מיט דעם פאליטישען דער מיטן צווייטען אא"וו
וועסט אבער אין ערגעץ נישט געפינען כמעט אז א אינטערנאציאנאלע הלכה'דיגע פולמוס זאל פאלן אין די מח' צווישן די 2 צדדי ה'טעגלאש, סאטמאר איז אין דעם א אויסנאם,
ווי טרעפט מען אינעם תורת מרן בעל ההילולא זצ"ל א שטריך צו דעם.


ראב"ד ירושלים
2.png
2.png (665.6 KiB) געזעהן 2436 מאל

באקאנטער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:20 pm

תגובהדורך באקאנטער » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:20 pm

קיסריה האט געשריבן:למשל "אויב" כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א האלט אז די קארניש זענען כשר.
וועט ער מסתם נישט הייסן טוישן צו בראקל. אפילו ער קען האלטן אז די בראקל איז גוט.

אבער למעשה, נאך נישט געפונען א רב זאל זאגן אז ביידע זענען גוט. די אלע מתירים פון די אלטע אסר'ן די נייע. ס'איזס מער ווי 'נישט טוישן', דאס איז אסר'ן, זאגן אז עס איז טמא, וכיו"ב

חובב_ספרים
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

תגובהדורך חובב_ספרים » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:21 pm

יענקל האט געשריבן:שטוסים מיט לאקשן!

די חזון-אישניקעס זענען נישט געווען מיט הרב שך אין זיי זענען געווען גוט מיט הרב לנדא, און זיי האבן געגעסן אלע יאהרן פון זיין הכשר און נישט פון שארית. (און אויכעט געהאקט פריוואטע הכשר "יראים")
אמת איז אז לעצטנס נאך די טוישן ביי די ליטווישע קרייז, איז די חזון-אישניקעס האבן באקומען א שטיקל מעמד און היינטיגע צייטן זענען זיי חלק פון שארית ישראל, און די מייסדים און די וואס פלעגן פון דער הכשר עסן דאס שוין היינט נישט.


---
איך זעה יעצט אז איינער האט שוין מעיר געווען.

בערך ריכטיג, אבער נישט פונקט. די חזון-אישניקעס זענען גרויסע מדקדקים, בפרט בעניני כשרות, און זיי עסען נישט קען זאך אן גוט אריינטאן אין דעם. זיי פארלאסען נישט אויף קען הכשר, נאר וועלכער הכשר שטעלט זיך צו וואס זיי פאדערען אין דעם פראדוקט. זיי האבין געארבעט מיט הרב לנדא אויף א סאך זאכין, און ער האט געלזט צושטעלין אויף פארשידענע זאכין. אמאל האבן זיי פראבירט ארבעטין מיט שארית ישראל, אבער שא"י האט נישט אוזי פיל צוגעשטעלט צו זיי, נאר אין לעצטען יאהרין איז אריין דארטין זייער מענטשין און זיי קריגן מער קאופעריישין.
לגבי הרב לנדא, איך קום נישט מזלזל זיין אין אים, און איך זאג נישט אז ער איז א עם הארץ, אבער למעשה איז ער נישט פון דער גדולי פוסקי הדור. ער האט געקראגין זיין שטעלר בירושה און נישט בזכות עצמו. זיין הכשר האט זייער א גוטער נאמען ווייל ער פירט דאס זייער גוט. אבער אלץ רב איך האב נאך נישט געהערט פון איינער וואס פרעגט איהם א שאלה. היינט איז א דור פון ליקוטים, און מענשטין וואס שרייבן ספרי הלכה פרעגען גרויסיע רבנים און בריינגען זיער פסקים, און איך האב נאך נישט געזען אז קיינער זאל בריינגען א פסק פון הרב לנדא. נאר בעניני כשרות פון מאל צו מאל אינטערסירט מין וואס ער טוט, צוליב וואס ער פירט פון די בעסטער הכשרים וואס איז דא, אבער לגבי פסקי הלכה ער איז בכלל נישט באקאנט פון דער פוסקים אין אונזערער דור. איך בין חוזר, איך קום נישט צו מזלזל זיין אי אים, איך בין אויך נישט פון דער גרויסע פוסקי הדור און אויך נישט פון דער קליינער, אבער מיר דארף וויסען אז וואס ער הייסט דער רב פון בני ברק און פירט א גוטער הכשר מאכט איהם נישט פאר א גרויסער פוסק וואס מיר דארפט רעכענען מיט זיינער פסקים מער פון דער מו"ץ אין דיין געגענט.
לעצט פאראכטן דורך חובב_ספרים אום דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:23 pm

מען קען האלטן אז די עופות ביז היינט איז קיין פראבלעם און אויכעט בראקל האט א מסורה, און מען קען שעכטן ביידע, סתם אזוי וועלן די קאמםאניס מילא נישט שעכטן בראקל ווייל עס איז טייערער אין די פלייש איז נישט אזוי גוט

תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:54 pm

תגובהדורך תמים תהיה » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:29 pm

סיכום ״למעשה״ הנראה לענ״ד

וויא עס קוקט אויס וועלן זיין די מכריעים בדבר זיין ביי אונז חסיד ישע, גאר געציילטע רבנים, א כאטש עס וועלן זיין בריוון קונטרסים און די מאסען, וועלן די מכריעים זיין די גאר געציילטע, גרויסע הכשרים, און בתי שחיטה, און וויא עס קוקט אויס פארט דאס שוין אויף א ליניע..

ארץ ישראל
א) בי״ד ״עדה החרדית״ (וויא עס האלט יעצט איז דער ראב״ד ר׳ משה שטערנבוך שליט״א נוטה לאסור)
ב) הרב לאנדא שליט״א- בני ברק (לאיסור)

ארה״ב
א) אדמו״ר מהר״א מסאטמאר-בית השחיטה קרית יואל
ב) הרב אהרן ט״ב שליט״א מיעל מארט
ג)הרב הלל וויינבערגער שליט״א- התאחדות

אלע אנדערע קליינע אדער פריוואטע שחיטות, ועל אחת כמה וכמה סתם רבנים אדער רביל׳ך, וועלן קענען שרייבן, אבער דער המון עם איז אינטערגעווארפן במישרים או בעקיפין אינטער די אויבענדערמאנטע.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:33 pm

און די יוראפעישע שחיטות??
פארוואס איז נאך נישטא קיין איין בריו, בירור הלכה, פון רבנים פון חו"ל?

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:34 pm

תמים תהיה האט געשריבן:סיכום ״למעשה״ הנראה לענ״ד

וויא עס קוקט אויס וועלן זיין די מכריעים בדבר זיין ביי אונז חסיד ישע, גאר געציילטע רבנים, א כאטש עס וועלן זיין בריוון קונטרסים און די מאסען, וועלן די מכריעים זיין די גאר געציילטע, גרויסע הכשרים, און בתי שחיטה, און וויא עס קוקט אויס פארט דאס שוין אויף א ליניע..

ארץ ישראל
א) בי״ד ״עדה החרדית״ (וויא עס האלט יעצט איז דער ראב״ד ר׳ משה שטערנבוך שליט״א נוטה לאסור)
ב) הרב לאנדא שליט״א- בני ברק (לאיסור)

ארה״ב
א) אדמו״ר מהר״א מסאטמאר-בית השחיטה קרית יואל
ב) הרב אהרן ט״ב שליט״א מיעל מארט
ג)הרב הלל וויינבערגער שליט״א- התאחדות

אלע אנדערע קליינע אדער פריוואטע שחיטות, ועל אחת כמה וכמה סתם רבנים אדער רביל׳ך, וועלן קענען שרייבן, אבער דער המון עם איז אינטערגעווארפן במישרים או בעקיפין אינטער די אויבענדערמאנטע.


לייג צו מארוויד שחיטה
לייג צו עמפייער (מסתם די גרעסטע עופות שחיטה אין ארצה"ב וקנדא).

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:36 pm

מארוויד און בירטסבארא (אונטער התאחדות), וועלן מוזן זיך צושטעלן צו סאטמאר מהרי"י, ווייל זיי זענען די הויפט קאסטומערס, ממילא זענען זיי אויך מחותנים צום "למעשה".

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:38 pm

חובב_ספרים האט געשריבן:
יענקל האט געשריבן:שטוסים מיט לאקשן!

די חזון-אישניקעס זענען נישט געווען מיט הרב שך אין זיי זענען געווען גוט מיט הרב לנדא, און זיי האבן געגעסן אלע יאהרן פון זיין הכשר און נישט פון שארית. (און אויכעט געהאקט פריוואטע הכשר "יראים")
אמת איז אז לעצטנס נאך די טוישן ביי די ליטווישע קרייז, איז די חזון-אישניקעס האבן באקומען א שטיקל מעמד און היינטיגע צייטן זענען זיי חלק פון שארית ישראל, און די מייסדים און די וואס פלעגן פון דער הכשר עסן דאס שוין היינט נישט.


---
איך זעה יעצט אז איינער האט שוין מעיר געווען.

בערך ריכטיג, אבער נישט פונקט. די חזון-אישניקעס זענען גרויסע מדקדקים, בפרט בעניני כשרות, און זיי עסען נישט קען זאך אן גוט אריינטאן אין דעם. זיי פארלאסען נישט אויף קען הכשר, נאר וועלכער הכשר שטעלט זיך צו וואס זיי פאדערען אין דעם פראדוקט. זיי האבין געארבעט מיט הרב לנדא אויף א סאך זאכין, און ער האט געלזט צושטעלין אויף פארשידענע זאכין. אמאל האבן זיי פראבירט ארבעטין מיט שארית ישראל, אבער שא"י האט נישט אוזי פיל צוגעשטעלט צו זיי, נאר אין לעצטען יאהרין איז אריין דארטין זייער מענטשין און זיי קריגן מער קאופעריישין.
לגבי הרב לנדא, איך קום נישט מזלזל זיין אין איהם, און איך זאג נישט אז ער איז א עם הארץ, אבער למעשה איז ער נישט פון דער גדולי פוסקי הדור. ער האט געקראגין זיין שטעלר בירושה און נישט בזכות עצמו. זיין הכשר האט זייער א גוטער נאמען ווייל ער פירט דאס זייער גוט. אבער אלץ רב איך האב נאך נישט געהערט פון איינער וואס פרעגט איהם א שאלה. היינט איז א דור פון ליקוטים, און מענשטין וואס שרייבן ספרי הלכה פרעגען גרויסיע רבנים און בריינגען זיער פסקים, און איך האב נאך נישט געזען אז קיינער זאל בריינגען א פסק פון הרב לנדא. נאר בעניני כשרות פון מאל צו מאל אינטערסירט מין וואס ער טוט, צוליב וואס ער פירט פון די בעסטער הכשרים וואס איז דא, אבער לגבי פסקי הלכה ער איז בכלל נישט באקאנט פון דער פוסקים אין אונזערער דור. איך בין חוזר, איך קום נישט צו מזלזל זיין אי איהם, איך בין אויך נישט פון דער גרויסע פוסקי הדור און אויך נישט פון דער קליינער, אבער מיר דארף וויסען אז וואס ער הייסט דער רב פון בני ברק און פירט א גוטער הכשר מאכט איהם נישט פאר א גרויסער פוסק וואס מיר דארפט רעכענען מיט זיינער פסקים מער פון דער מו"ץ אין דיין געגענט.


תמה תמה אקרא, מה ראה על שטות זה אריינצוגיין אין גדלות פון דעם רב אדער יענעם.

הגאון הרב לאנדא שליט"א איז א גרויסער בעל מכשיר מיט א גרויסע אחריות אויף זיך, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א איז א גרויסע פוסק להלכה וואס זיין דעת תורה איז שטארק מכריע ביי די גדולי הרבנים, הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א אינו צריך לדידי, קוק אין זיינע ספרים, הגאון רבי הלל וויינבערגער שליט"א איז א גרויסער רב המכשיר מיט א געוואלדיגע אחריות פון רבבות אלפי ישראל, כהנה וכהנה, מען רעדט פון רבנים גדולי תורה און וואס ווייסן דער מציאות, האב רחמנות אויף זיך אליין און געב אכט וואס איר שרייבט, הזהרו בגחלתן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:40 pm

תמים תהיה האט געשריבן:סיכום ״למעשה״ הנראה לענ״ד

וויא עס קוקט אויס וועלן זיין די מכריעים בדבר זיין ביי אונז חסיד ישע, גאר געציילטע רבנים, א כאטש עס וועלן זיין בריוון קונטרסים און די מאסען, וועלן די מכריעים זיין די גאר געציילטע, גרויסע הכשרים, און בתי שחיטה, און וויא עס קוקט אויס פארט דאס שוין אויף א ליניע..

ארץ ישראל
א) בי״ד ״עדה החרדית״ (וויא עס האלט יעצט איז דער ראב״ד ר׳ משה שטערנבוך שליט״א נוטה לאסור)
ב) הרב לאנדא שליט״א- בני ברק (לאיסור)

ארה״ב
א) אדמו״ר מהר״א מסאטמאר-בית השחיטה קרית יואל
ב) הרב אהרן ט״ב שליט״א מיעל מארט
ג)הרב הלל וויינבערגער שליט״א- התאחדות

אלע אנדערע קליינע אדער פריוואטע שחיטות, ועל אחת כמה וכמה סתם רבנים אדער רביל׳ך, וועלן קענען שרייבן, אבער דער המון עם איז אינטערגעווארפן במישרים או בעקיפין אינטער די אויבענדערמאנטע.


עס איז היינט צוטאג ווייט נישט אזוי
אויב ווערט נקבע א מהלך פון שחיטת תרנוגלים וואס וועט זיין מער כשר, און טייל גרויסע בתי שחיטה וועלן עס נישט נעמען צוליב וואס ס'אי אפשר עס צו מאכן פארן גאנצן כלל, וואס באטרעפט נאנט צו 200 טויזענט עופות מדי שבוע,
וועט א שיינער ציבור מהדר זיין דערויף, אפגעזעהן פון וועלכע שלאכטהויז ער נעמט ביז היינט.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:47 pm

ווערעצקי האט געשריבן:מארוויד און בירטסבארא (אונטער התאחדות), וועלן מוזן זיך צושטעלן צו סאטמאר מהרי"י, ווייל זיי זענען די הויפט קאסטומערס, ממילא זענען זיי אויך מחותנים צום "למעשה".
סאטמאר82 קויפט יעצט נאר פין מארוויד (בירטסבארא'ס גרעסטע קאסטומער באזע איז בינגוי), מארוויד וועט אפשר זיכן צו טוישן ווייל איינס פין די אינוועסטירער אין בראקעל איז א/די אינוועסטער ביי מארוויד, אדער וועלן זיי מאכען א באזונדערע ליין פאר בראקעל פינקט ווי די סאכדעס האט א באזינדערע ליין פאר ספליט טשיקען פאר סאטמאר

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:49 pm

גימפעל האט געשריבן:במעונו של האדמו"ר מהר"א מסאטמר שליט"א
ר' משה שאול קליין האט אויך אריבערגעשיקט צו סאטמאר רבי אין ק''י א משלחת

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:50 pm

קיסריה האט געשריבן:לייג צו עמפייער (מסתם די גרעסטע עופות שחיטה אין ארצה"ב וקנדא).

מיעל מארט האט קיין אייגענע שחיטה פאר עופות ער נעמט פין עמפייער ווי די באטור'ער איז פין די בעלי מכשירים

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:51 pm

סעטינגס האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:מארוויד און בירטסבארא (אונטער התאחדות), וועלן מוזן זיך צושטעלן צו סאטמאר מהרי"י, ווייל זיי זענען די הויפט קאסטומערס, ממילא זענען זיי אויך מחותנים צום "למעשה".
סאטמאר82 קויפט יעצט נאר פין מארוויד (בירטסבארא'ס גרעסטע קאסטומער באזע איז בינגוי), מארוויד וועט אפשר זיכן צו טוישן ווייל איינס פין די אינוועסטירער אין בראקעל איז א/די אינוועסטער ביי מארוויד, אדער וועלן זיי מאכען א באזונדערע ליין פאר בראקעל פינקט ווי די סאכדעס האט א באזינדערע ליין פאר ספליט טשיקען פאר סאטמאר

בינגא וועט זיכער נישט נעמען די נייע אויב קאסט עס אפילו נאר איין צענט מער. אלזא בירסטבארא איז לכאורה אראפ פון טיש, ווייל די ערשטע קוקט מען אויף די קאסטומערס.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:52 pm

רצון טוב האט געשריבן:
תמים תהיה האט געשריבן:סיכום ״למעשה״ הנראה לענ״ד

וויא עס קוקט אויס וועלן זיין די מכריעים בדבר זיין ביי אונז חסיד ישע, גאר געציילטע רבנים, א כאטש עס וועלן זיין בריוון קונטרסים און די מאסען, וועלן די מכריעים זיין די גאר געציילטע, גרויסע הכשרים, און בתי שחיטה, און וויא עס קוקט אויס פארט דאס שוין אויף א ליניע..

ארץ ישראל
א) בי״ד ״עדה החרדית״ (וויא עס האלט יעצט איז דער ראב״ד ר׳ משה שטערנבוך שליט״א נוטה לאסור)
ב) הרב לאנדא שליט״א- בני ברק (לאיסור)

ארה״ב
א) אדמו״ר מהר״א מסאטמאר-בית השחיטה קרית יואל
ב) הרב אהרן ט״ב שליט״א מיעל מארט
ג)הרב הלל וויינבערגער שליט״א- התאחדות

אלע אנדערע קליינע אדער פריוואטע שחיטות, ועל אחת כמה וכמה סתם רבנים אדער רביל׳ך, וועלן קענען שרייבן, אבער דער המון עם איז אינטערגעווארפן במישרים או בעקיפין אינטער די אויבענדערמאנטע.


עס איז היינט צוטאג ווייט נישט אזוי
אויב ווערט נקבע א מהלך פון שחיטת תרנוגלים וואס וועט זיין מער כשר, און טייל גרויסע בתי שחיטה וועלן עס נישט נעמען צוליב וואס ס'אי אפשר עס צו מאכן פארן גאנצן כלל, וואס באטרעפט נאנט צו 200 טויזענט עופות מדי שבוע,
וועט א שיינער ציבור מהדר זיין דערויף, אפגעזעהן פון וועלכע שלאכטהויז ער נעמט ביז היינט.



די מהדרים וועלן זיין צוטיילט. טייל וועלן מהדר זיין צו נעמען דווקא בראקל, טייל וועלן מהדר זיין צו עסן דייקא נישט בראקל.
די אוסרים שרייען געוואלד אז ס'איז אן עוף טמא און מ'דארף כשר'ן די כלים, ממילא ווייס איך נישט וועלכע מהדרים וועלן זוכן וועלכן הידור.

שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:55 pm

רש''ל וויינבערגער האט נעכטן געזאגט אין כולל מהר''יי פאר עטליכע יונגעלייט בשיטת האוסרים
ועדיף להמשיך ולהשתמש מיט די עופות וואס מ'ניצט יעצט

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:58 pm

פארוואס איז הרב מ פאלאטשעק אינעם אויג פינעם שטורעם

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:00 pm

רצון טוב האט געשריבן:פארוואס איז הרב מ פאלאטשעק אינעם אויג פינעם שטורעם

פשוט א אנגענומענע רב אין גאנץ טעגלאש
אין איז רב המכשיר אין קר"י בית השחיטה
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:01 pm

רצון טוב האט געשריבן:פארוואס איז הרב מ פאלאטשעק אינעם אויג פינעם שטורעם


רב המכשיר בבית השחיטה בקרית יואל, ולפי השמועה הוא "גברא רבא הרוצה בעילום שמו" במכתבו של הגרמי"ל לאנדא

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:02 pm

סעטינגס האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:לייג צו עמפייער (מסתם די גרעסטע עופות שחיטה אין ארצה"ב וקנדא).

מיעל מארט האט קיין אייגענע שחיטה פאר עופות ער נעמט פין עמפייער ווי די באטור'ער איז פין די בעלי מכשירים


כמדומני אז נעמען אויכעט אין קרית יואל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:04 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:פארוואס איז הרב מ פאלאטשעק אינעם אויג פינעם שטורעם

פשוט א אנגענומענע רב אין גאנץ טעגלאש
אין איז רב המכשיר אין קר"י בית השחיטה

ער איז פערזענליך גאר שטארק אינוואלווד דערין, עס גייט אים בנפשו
שוין יארן צוריק האט זיך הגאון ר"מ בראנסדארפער מיט אים געשריבן וועגן די נושא.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:06 pm

רצון טוב האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:פארוואס איז הרב מ פאלאטשעק אינעם אויג פינעם שטורעם

פשוט א אנגענומענע רב אין גאנץ טעגלאש
אין איז רב המכשיר אין קר"י בית השחיטה

ער איז פערזענליך גאר שטארק אינוואלווד דערין, עס גייט אים בנפשו
שוין יארן צוריק האט זיך הגאון ר"מ בראנסדארפער מיט אים געשריבן וועגן די נושא.


נו האסטו
ער טראגט א ריזיגע אחריות פון די בית השחיטה אין קר"י
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט